בלאט 1 פון 1

חליצה פארשטעלונג

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:44 pm
דורך טשילער
א גיט יאר. כ’בין נישט קיין פוסק, אדער דיין און כ’פלאן נישט צו ווערן איינס. אבער ס’שרייט פון זיך. ס’איז אפשר נישט קיין נייע זאך, אבער ס’איז היינט מפורסם: חליצה בשער הרבים בבית דין קארלסבורג... כהלכה. כ’פארשטיי אז מ’דארף טוהן וואס מ’דארף טוהן, און אויב די תורה פארשטייט אז דאס איז די ’פראסעס’, זאל זיין. אבער פארוואס איז נישט גענוג אן ענגע מנין. פארוואס דארף זי אריבערגיין אזעלכע בושות. נישט גענוג אז זי דארף שפייען, דארף יעדער טאנצן אויף איהר בלוט??? ווי זענען חז”ל וואס האבן דאך יא פארשטאנען ווי איין און ווי אויס! אפילו ס’איז א ”בפירוש’ע פסוק”... שומי שמים! די!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 12:57 pm
דורך יָדוֹרָש
טשילער האט געשריבן:א גיט יאר. כ’בין נישט קיין פוסק, אדער דיין און כ’פלאן נישט צו ווערן איינס. אבער ס’שרייט פון זיך. ס’איז אפשר נישט קיין נייע זאך, אבער ס’איז היינט מפורסם: חליצה בשער הרבים בבית דין קארלסבורג... כהלכה. כ’פארשטיי אז מ’דארף טוהן וואס מ’דארף טוהן, און אויב די תורה פארשטייט אז דאס איז די ’פראסעס’, זאל זיין. אבער פארוואס איז נישט גענוג אן ענגע מנין. פארוואס דארף זי אריבערגיין אזעלכע בושות. נישט גענוג אז זי דארף שפייען, דארף יעדער טאנצן אויף איהר בלוט??? ווי זענען חז”ל וואס האבן דאך יא פארשטאנען ווי איין און ווי אויס! אפילו ס’איז א ”בפירוש’ע פסוק”... שומי שמים! די!

ס'שטייט אין הלכה אז מען דארף מפרסם זיין

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:01 pm
דורך לייבל שטילער
די הל' איז כדי מ'זאל וויסען אז זי איז מותרת לשוק, פאר איהר טובה וועגן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:45 pm
דורך תרמב
איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געהערט פון א מלמד וואס גייט ברענגען זיין קלאס צו מיטהאלטן די צערעמאניע, פון א צווייטן האב איך געהערט אז די מעמד גייט דינען אלץ א שטיקל הכתרה אויפן נייעם גאב"ד קארלסבורג.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 1:54 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
כגלייב נישט אז מען מאכט עס אן רשות, אז איינער וויל דוקא פריוואט גלייב איך נישט אז מען וועט נישט לאזן. וחוץ מזה איז עס נישט קיין בושה לדעתי, מקען מיינען פון דיינע ווערטער אז מען רעדט דא פון א גט.

Re: חליצה פארשטעלונג

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:01 pm
דורך יהודי פשוט
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כגלייב נישט אז מען מאכט עס אן רשות, אז איינער וויל דוקא פריוואט גלייב איך נישט אז מען וועט נישט לאזן. וחוץ מזה איז עס נישט קיין בושה לדעתי, מקען מיינען פון דיינע ווערטער אז מען רעדט דא פון א גט.
פארוואס האסטו פאר'הרג'עט די זאך???
ער האט זיך אזוי געפרייט אז ער האט נאך עפעס אויף וואס זיך אפצורעדן אנטקעגן א תורה'דיגע אוטאריטעט... קומסטו מיט א זייפן בלאז און דו האקסט אין קאפ מיט תירוצים אז מ'האט איר געבעטן רשות! אנטשולדיגטס, מיר זוכן נישט קיין ענטפערס, מיר זוכן טענות
#אומפארגינער

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לייבל שטילער האט געשריבן:די הל' איז כדי מ'זאל וויסען אז זי איז מותרת לשוק, פאר איהר טובה וועגן.

:lol: :lol: :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 2:49 pm
דורך שמן למאור
יהודי פשוט האט געשריבן:
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כגלייב נישט אז מען מאכט עס אן רשות, אז איינער וויל דוקא פריוואט גלייב איך נישט אז מען וועט נישט לאזן. וחוץ מזה איז עס נישט קיין בושה לדעתי, מקען מיינען פון דיינע ווערטער אז מען רעדט דא פון א גט.
פארוואס האסטו פאר'הרג'עט די זאך???
ער האט זיך אזוי געפרייט אז ער האט נאך עפעס אויף וואס זיך אפצורעדן אנטקעגן א תורה'דיגע אוטאריטעט... קומסטו מיט א זייפן בלאז און דו האקסט אין קאפ מיט תירוצים אז מ'האט איר געבעטן רשות! אנטשולדיגטס, מיר זוכן נישט קיין ענטפערס, מיר זוכן טענות
#אומפארגינער

:lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 3:28 pm
דורך [NAMELESS]
עס פארן שוין ארום בילדער ווי הונדערטע אידן שטייען צוקוועטשט און בעאבאכטן די חליצה שאנד אקציע.

Re: חליצה פארשטעלונג

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 4:49 pm
דורך יהודי פשוט
מאך זיכער האט געשריבן:עס פארן שוין ארום בילדער ווי הונדערטע אידן שטייען צוקוועטשט און בעאבאכטן די חליצה שאנד אקציע.
אזוי אויך פארן ארום בילדער ווי הונדערטער אידן בעאבאכטן די שאדנס פון א שאנדפולע צוזאמענשטויס פון קאר'ס וכדו'.
דאס ארעסט פון א מענטש.
ערשטע הילף לייט געבן הילף פאר א פאציענט אין גאס.
א לוי'.
א חתונה.
א טיש.
און נאך פילע אנגעלעגנהייט וואס הונדערטער אידן בעאבאכטן...
ס'ווערט אנגערופן 'נייגער' און דאס טרייבט הונדערטער צו בעאבאכטן כל'ערליי סיטואציעס... אה, כ'האב כמעט פארגעסן נישט בלויז ביי אידן, אויך ביי נישט אידן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:21 pm
דורך צפור בודד
אנטשולדיגט, איר פארגלייכט הודו מיט כוש. אן עקסידענט איז נישט פלאנירט אבער ליידער פאסירט עס. עס איז נישט שיין און מענטשליך אז מ'נעמט בילדער אבער מ'קען נישט אפהאלטן דעם ציבור. א לויה מיט א חתונה זענען בכלל נישט דומה.

א בעסערער פארגלייך איז אין געריכט וואס ס'דארף זיין למען ישמעו ויראו אבער למשל ווי איצט אין דער פראצעס פון ג'לעין מאקסוועל לאזט מען נישט דרוקן די נעמען און בילדער פון די קרבנות.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:23 pm
דורך נפה
חליצה איז למען ישמעו ויראו?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 7:47 pm
דורך מי אני
אין אבה״ע סימן קסט בסדר חליצה בקצרה סעיף ט פסק׳נט דער מחבר אז ס׳דארף זיין במקום מפורסם, און דעריבער איז מען אויך מוסיף ב׳ דיינים על הג׳ בבי״ד כלעיל שם בסעיף ג ע״ש. דער פתחי תשובה דארט בס״ק ו זאגט עפ״י רש״י ביבמות קא: אז ס׳איז לפרסומי מילתא שאסורה לכהן או דליתי אינשי וליקפצי עלה. ער איז מצדד, לפי הטו״ז שם בס״ק ב אז אפילו וואו זי זאגט אז אי אפשי בתקנת חכמים, עכ״פ לגבי די עוד שני דיינים, אינו מן הראוי דלישמע לה ע״ש.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 8:29 pm
דורך תרמב
איך האב געהערט אז ס'זענען געווען אסאך בחורים וואס זענען געווען אינדערויסן פון ישיבה וועגן די פלו, ס'האט זיך געטון דארט א הוסעריי....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 8:43 pm
דורך יָדוֹרָש
טשילער האט געשריבן:א גיט יאר. כ’בין נישט קיין פוסק, אדער דיין און כ’פלאן נישט צו ווערן איינס. אבער ס’שרייט פון זיך. ס’איז אפשר נישט קיין נייע זאך, אבער ס’איז היינט מפורסם: חליצה בשער הרבים בבית דין קארלסבורג... כהלכה. כ’פארשטיי אז מ’דארף טוהן וואס מ’דארף טוהן, און אויב די תורה פארשטייט אז דאס איז די ’פראסעס’, זאל זיין. אבער פארוואס איז נישט גענוג אן ענגע מנין. פארוואס דארף זי אריבערגיין אזעלכע בושות. נישט גענוג אז זי דארף שפייען, דארף יעדער טאנצן אויף איהר בלוט??? ווי זענען חז”ל וואס האבן דאך יא פארשטאנען ווי איין און ווי אויס! אפילו ס’איז א ”בפירוש’ע פסוק”... שומי שמים! די!


פארוואס איז עס מער בושות פאר אים ווי פאר איר?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 11:59 am
דורך Hadasim
אלפים נהרו למעמד 'חליצה' נדיר בבורו פארק

https://www.bhol.co.il/news/1314574

"בחודש אלול האחרון, נערך מעמד חליצה בירושלים, בפני חברי בד"צ העדה החרדית וזקני 'העדה' לאחת מאלמנות אסון מירון, המעמד נערך ללא השתתפות קהל כלל וכלל, בכדי לכבד את המשפחות ובסך הכל השתתפו בו 14 איש בלבד."

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:00 pm
דורך Hadasim
די חקירה איז אויב חליצה עושה מצוה אדער הכתרה עושה מצוה וד"ל.....