בלאט 1 פון 1
גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 9:17 pm
דורך שרה־רחל
איך בין די רעדאַקטאָרשע פֿונעם פֿאָרווערטס, איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר וועט דער ווידעאָ וואָס מיר האָבן הײַנט אַרויפֿגעשטעלט געפֿעלן אַ טייל פֿון אײַך: הרבֿ אלימלך בידערמאַן גיט אַ גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה:
https://forward.com/yiddish/479635/vide ... -pandemic/
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:12 pm
דורך יעקב מעקסוועל
ברוכה הבאה.
עס איז אינטערסאנט אז די פארווערטס זאל ארויפלייגן אזא שיעור. די שאלה איז, איר ווילט מאכן די ליינער פונעם פארווערטס חסידים פון ר' מיילעך, אדער די חסידים פון ר' מיילעך ליינער פונעם פארווערטס..?
(אגב, איר מיינט אוודאי ר' אלימלך)
----------
אזויווי עס מאכט זיך פון צייט צו צייט אז ניקס געבן זיך אן אלס עכטע מענטשן, האלט איך עס וואלט געווען פאסיג צוצולייגן א סימבאל ווען איינער איז וועריפייד אלס עכטע מענטש.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און וואס איז מיט׳ן קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא??? (העי, למעשה האסטו זיך אנגערופן, נישט איך

)
תּיקון־טעות
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:25 pm
דורך שרה־רחל
געמיינט האָב איך אַוודאי אלימלך (נישט אליעזר) בידערמאַן!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 11:16 pm
דורך נפה
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אזויווי עס מאכט זיך פון צייט צו צייט אז ניקס געבן זיך אן אלס עכטע מענטשן, האלט איך עס וואלט געווען פאסיג צוצולייגן א סימבאל ווען איינער איז וועריפייד אלס עכטע מענטש.
בפרט ווען צוויי יוסף בן שמעון זאגן אז זיי זענען איינס
שרה רחל שעכטעראון
שרה רחל
שׂרה־רחל און שׂרה־רחל שעכטער זענען ביידע איך
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:09 am
דורך שרה־רחל
יעקב מעקסוועל, איך האָב זיך צו ערשט רעגיסטרירט מיט ביידע נעמען אָבער געמיינט אַז ס׳איז נישט דורכגעגאַנגען, האָב איך אָנגעהויבן פֿון ס׳נײַ מיט איין נאָמען. ווי זשע מעק איך אָפּ איינע פֿון זיי?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:14 am
דורך נפה
דארפסט רעדן צו [tag]סדרן[/tag]
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:17 am
דורך רביה''ק זי''ע
פיינע נייעס דאס (כ׳מיין דאס אז שרה רחל שעכטער איז מיט אונז, די שיעור בין איך נאכנישט אנגעקומען צו קוקן), כ׳האף אז זי וועט אנהאלטן לענגער פון [tag]vaybertaytsh[/tag].

אויסערדעם בין איך נייגעריג, אויב דאס געשפרעך און דיאלאג צווישן אידישסטן (חסידים בלעז) און יידישיסטן וועט זיך פארברייטערן אויפ׳ן געוועב וואסערע ווירקונג וועט עס האבן אויף אונזער שפראך, וויאזוי וועלן אונזערע אייגנארטיגע זשארגאנס עוואלוון?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:24 am
דורך נפה
איך ווארט נאך אויך דער בלויע טשעק ביי די זייט פון איר נאמען צו זיין זיכער,
איינער האט איר קאנטאקט אינפא צו קענען וועריפייען מיט די ארגינעלע שרה רחל צו זי איז עס טאקע?
Re: גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:48 am
דורך פאליטיקאנט
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:אזויווי עס מאכט זיך פון צייט צו צייט אז ניקס געבן זיך אן אלס עכטע מענטשן, האלט איך עס וואלט געווען פאסיג צוצולייגן א סימבאל ווען איינער איז וועריפייד אלס עכטע מענטש.
וויאזוי גייט מען וועריפייען אז איך בין דער פאליטיקאנט?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 12:50 am
דורך נפה
מען גייט בעטן אז די זאלסט אריינשיקן אן ID מיטן נאמען פאליטיקאנט אויב דו גייסט נישט קענען אריינשיקען גייט מען אויסמעקן דיין ניק
למשל דא איז מיין ID card
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 10:02 am
דורך יָדוֹרָש
שרה־רחל האט געשריבן:איך בין די רעדאַקטאָרשע פֿונעם פֿאָרווערטס, איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר וועט דער ווידעאָ וואָס מיר האָבן הײַנט אַרויפֿגעשטעלט געפֿעלן אַ טייל פֿון אײַך: הרבֿ אלימלך בידערמאַן גיט אַ גמרא־שיעור וועגן דער מגפֿה:
https://forward.com/yiddish/479635/vide ... -pandemic/
שיינע זאך. שטעלט פאר ר' מיילעך פאר ברייטן, סעקולארע, אידישיסטישער ציבור.
[tag]שרה־רחל[/tag] איר זעהט א פארלאנג פאר אזלעכע ארטיקלען?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:26 am
דורך berlbalaguleh
נפה האט געשריבן:איך ווארט נאך אויך דער בלויע טשעק ביי די זייט פון איר נאמען צו זיין זיכער,
איינער האט איר קאנטאקט אינפא צו קענען וועריפייען מיט די ארגינעלע שרה רחל צו זי איז עס טאקע?
נפה: און ווען זי הייסט שפרינצא גיטל איז עפעס שלעכט...?!