בלאט 1 פון 2
א גוט שטיקל סייענס
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 9:59 pm
דורך ברוינשטיין
אויב זענט איר א רעכטע מאראליסט וואס דערציילט נאך מיט איגנאראנץ די כיתה ט' מלמד'ס לעגענדעס , דאן קענט איר שוין פארלאזן דעם אשכול.
אויב זענט איר א בן שפירא ליבהאָבער, זאלט איר וויסן טאן אז אייערע ליבע קען ווערן געשעדיגט פערמינאנט.
שוין יארן וואס מיין לינקע פיסק ווערט פארקלאפט ביים זיך אויסטענהן איבער די נושא פון ג'ענדערס, די טענה'ריי קומט צו א האסטישע ענדע ווען די רעכטע באזעצענע יודע דבר שרייען אז יעדע זאך אין די בריא איז ציזאמען געשטעלט פון א פלוס+ און א מיינוס- זיי שרייען אז אפילו חיות, באקטעריע, און וואס נישט, אלע מינים וואס פארמערן זיך אפערירן אויף אט די הערמאניע פון פלוס און מיינוס.
כאטש וואס מיינע געפילן טרייבן מיך צו טראכטן אויף מער א ליבעראלע מהלך המחשבה וועט לאגיק אלץ שטיין און שפיץ אלץ מיין ערשטע פריאריטעט, און אויב די פאקט איז, אז די בריא איז ציזאמען געשטעלט פון פלוס און מיינוס וועל איך זיך אינטערטעניגן פאר לאגיק און פאקטן.
(פארווארט: איך בין נישט קיין פארשער און אויך נישט קיין סייענטיסט, איך וועל בלויז פראבירן איבערגעבן דאס וואס איך האב געליינט דאס בעסטע ווי איך האב עס פארשטאנען און צילייגן מיינע צוויי סענט אויב קענעך מיר דאס ערלויבן.)
ווי יעדער ווייסט שוין היינט איז די מייקראו וועלט א געזעלשאפט פאר זיך, ווי מער די סייעטיפישע וועלט רוקט זיך פאראויס ווערן זייערע אויגן קלארער און מער ערשטוינט איבער די וועלט וואס טיט זיך אפ אינטער די מייקראסקאפישע גלעזער.
באקטעריע: ער איז ווי א חיי, ער לעבט, עסט, טוט און מאכט, אמאל גוטע אויפגאבעס און אמאל דאס פארקערטע רח"ל.
די אינטרעסאנטע חלק פון באקטעריע איז אז ער האט נישט קיין מוח און לכאורה אויך נישט קיין געפילן ער איז ווי א מאשין אדער בעסער געזאגט ווי א ראבאט וואס טיט ערליך זיינע אויפגאבעס, אינטרעסאנט איז אבער אז ער טיט זיך פּאָרן און מערן אזויווי בײ מענטשן, אין די סייענטיפישע וועלט ווערט דאס באטראכט ממש ווי מענטשן דאס הייסט צוויי באקטעריעס א פלוס און א מיינוס וועלן זיך מיזן צוזאמשטעלן כדי צו מערן נאך באקטעריעס.
אן אינטרעסאנטע ארטיקל האב איך לעצטנס באגעגנט איבער די
שפּאַלטן גיל שוועמל סטשיזאָפיללום קאַמיון פון די פונגאַל מינים.
The split gill mushroom Schizophyllum
commune, a fungal specie.
ניין! ער באשטייט נישט פון צוויי דשענדערס א פלוס און א מיינוס אזויווי רוב באקטעריע, און אויך נישט פון דריי דשענדערס נישט פיר און נישט פינעף,
שטוינט: זיי ציילן זיך א קנאפע זיבען הונדערט און צוואנציג דשענדערס!
יא איר האט גוט געלייענט...
וואס האט בעיקר געכאפט מיין אויג איז די פאקט אז יעדע פון די זיבן הונדערט און צוואנציג דשענדערס קענען זיך ציזאמען שטעלן מיט סיי וועם, קיינער פון זיי איז נישט געבינדן נאר צו נאך איין פון די דשענדערס, בקיצור ס'איז א מיש מאַש...
פוי, פעך, עקלדיג, נידריג, דור המביל, תל אביב'ניקעס!
איך פרוביר צוזאמשטעלן א גרופע ערנסטע יונגעלייט וואס זענען זיך גרייט אוועקצוגעבן פון זייער טייערע צייט, מען וועט זיך ארויסלאזן איבער די וועלדער און פעלדער, מיט העק און האמער'ס, און צעביסלעך אויסרייסן און פארניכטן די אלע שוועמעלעך איינס ביי איינס. . .
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:08 pm
דורך קורקלענד
וויפיל אבער מ'האט צוזאמען געשטעלט אלע זיבן הונדערט מענטשליכע פאבריצירטע גענדער'ס פון האָמאָ-סעפּיענס, האט עס נאר רעפּראדוצירט ווען ס'איז געווען א בּיאלאגישע מעיל קעגן בּיאלאגישע פימעיל.
א גוטע נאכט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:29 pm
דורך יעקב מעקסוועל
שלום עליכם מיסטער ברוינשטיין, אויב ווילסטו שמועסן אדער זיך טענה'ן וועגן דזענדערס אדער אנדערע נושאים, ביסטו אויף די גוטע פלאץ. עס פעלט לגמרי נישט אויס אראצופרייסן דיינע קעגנער וואס זענען אפשר אפילו נישט דא. קודם זאג דיין מיינונג, און נאכדעם וועט מען זען ווער עס וויל זיך טענה'ן, און ווער עס וויל מסכים זיין.
וואס דו האסט געשריבן וועגן באקטעריע איז נישט ריכטיג. באקטעריע איז אן איינצעלע צעל וואס פרוכבארט זיך פון זיך אליין, עס דארף נישט קיין שותפים צו פראדוצירן פרישע באקטעריע.
די שוועמל איבער וואס דו שרייבסט, און אזוי אויך אלע שוועמלען, גייען אריין אין די קאטאגאיע פון פון פאנגי Fungi (פאנגאס לשון יחיד). געוויסע פאנגי פארמערן זיך אן א שותף, און אנדערע פאנגי פארמערן זיך מיט מערערע סארט שותפים, ווי דו האסט געשריבן.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 16, 2021 10:45 pm
דורך לייבל שטילער
פון ווי ווייסט מען אז די שוועמעלעך האבן אסאך ג'ענדערס? לכאורה איז דא סייענטיפישע חילוקים וואס אידענטיפיצירט דאס. ווידער ביי אנדערע באשעפענישן איז נישט, סא וואס איז די אויפטוה פון די געפינס? בכלל, ווי ווייט איך ווייס זענען די מרבה ה''ג'ענדערס'' מחלק צווישן ביאלאגישע דיפערענצן (****) און סאציעלאגישע 'גענדער' וואס האט נישט מיט סייענס צופיהל, ווייל אין ביאלאגיע איז דא 2 לכל הדעות.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:13 am
דורך חתן בחור
וואס געשענט טאמער מין זיבן הונדערט און צוואנציג, באשלוסט אז ער/זי/עך/זאר איז מין זיבן הונדערט איין און צוואנציג, וועט עס ארבייטען?
און צוגאב וואס יעקב מעקסוועל האט געשריבן, באקטעריע פראדעצירן בכלל נישט קיין קינדער. זיי צוטיילען זיך כסדר, אזוי וואקסען זיי.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:29 am
דורך וואלווי
ברוינשטיין האט געשריבן:
איך פרוביר צוזאמשטעלן א גרופע ערנסטע יונגעלייט וואס זענען זיך גרייט אוועקצוגעבן פון זייער טייערע צייט, מען וועט זיך ארויסלאזן איבער די וועלדער און פעלדער, מיט העק און האמער'ס, און צעביסלעך אויסרייסן און פארניכטן די אלע שוועמעלעך איינס ביי איינס. . .
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
האלט א מינוט, פארניכט נאך נישט די שוועמלעך, ס'קען צו נוץ קומען בעידן חדוותא...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:35 am
דורך וואלווי
ברוינשטיין האט געשריבן:
שוין יארן וואס מיין לינקע פיסק ווערט פארקלאפט ביים זיך אויסטענהן איבער די נושא פון ג'ענדערס, די טענה'ריי קומט צו א האסטישע ענדע ווען די רעכטע באזעצענע יודע דבר שרייען אז יעדע זאך אין די בריא איז ציזאמען געשטעלט פון א פלוס+ און א מיינוס- זיי שרייען אז אפילו חיות, באקטעריע, און וואס נישט, אלע מינים וואס פארמערן זיך אפערירן אויף אט די הערמאניע פון פלוס און מיינוס.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
לאז דיך נישט פארקלאפן, טענה דיך ווייטער. עד כי מלאה הארץ דעה...
Re: א גוט שטיקל סייענס
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:23 am
דורך ברוינשטיין
קורקלענד האט געשריבן:וויפיל אבער מ'האט צוזאמען געשטעלט אלע זיבן הונדערט מענטשליכע פאבריצירטע גענדער'ס פון האָמאָ-סעפּיענס, האט עס נאר רעפּראדוצירט ווען ס'איז געווען א בּיאלאגישע מעיל קעגן בּיאלאגישע פימעיל.
א גוטע נאכט.
איך קום נישט זאגן אז מענטשן האבן מער ווי איין ג'ענדער, אפשר יא, איך ווייס נישט.
וואס איך וויל ארויס ברענגען, איז די פאקט אז אלע זיבן הונדערט און צוואנציג קענען זיך פּאָרן מיט סיי וועם פון די איבריגע זיבן הונדערט און ניינצן.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
Re: א גוט שטיקל סייענס
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:44 am
דורך ברוינשטיין
וואלווי האט געשריבן:ברוינשטיין האט געשריבן:
שוין יארן וואס מיין לינקע פיסק ווערט פארקלאפט ביים זיך אויסטענהן איבער די נושא פון ג'ענדערס, די טענה'ריי קומט צו א האסטישע ענדע ווען די רעכטע באזעצענע יודע דבר שרייען אז יעדע זאך אין די בריא איז ציזאמען געשטעלט פון א פלוס+ און א מיינוס- זיי שרייען אז אפילו חיות, באקטעריע, און וואס נישט, אלע מינים וואס פארמערן זיך אפערירן אויף אט די הערמאניע פון פלוס און מיינוס.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
לאז דיך נישט פארקלאפן, טענה דיך ווייטער. עד כי מלאה הארץ דעה...
די אינספערירסט מיך ביז גאר.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:55 am
דורך וואלווי
ווייל ס'רירט אן די מאראל פון מענטשהייט זעלבסט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 9:06 am
דורך מי אני
דא האב איך דערמאנט די קלאסיפיקעישאן פון די צוויי
דאָמעינס אין ביאלאגיע פון
פּראָקעריאָטס, צו וועלכע באקטעריע באלאנגען, און
יוּקעריאָטס, צו וועלכע פאָנגיי באלאנגען צו.
עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז הגם באקטעריע רעפּראדוצירן זיך עיסעקשועלי איז אבער דאך שייך ביי זיי (ביי געוויסע סארטן) עפעס א סארט ״געשלעכטליכע״ באציאונג [
קאַנדזשוגעישאן] וואו אן אנדערע באקטעריע געבט דזשענעטיק מאטעריאל צו א צווייטע וואס געבט דאס שוין ווייטער צו אירע טאכטער צעלן. דאס איז איינע פון די וועגן וואו, למשל, איין באקטעריע געבט איבער אנטיבּיאטיק רעסיסטענס צו א צווייטע.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 9:52 am
דורך יָדוֹרָש
די טענה איז מיר זאלן זיך אפלערנען פון באקטעריע וויאזוי זיך צו פירן?
Re: א גוט שטיקל סייענס
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 8:19 pm
דורך ברוינשטיין
יָדוֹרָש האט געשריבן:די טענה איז מיר זאלן זיך אפלערנען פון באקטעריע וויאזוי זיך צו פירן?
אויב ס'פארגליסט זיך עמיצער אזוי, זאל ער אנפרעגן ביי זיין לאקאלער רב.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 10:30 pm
דורך ליב צו וויסן
ברוינשטיין האט געשריבן:אויב זענט איר א רעכטע מאראליסט וואס דערציילט נאך מיט איגנאראנץ די כיתה ט' מלמד'ס לעגענדעס , דאן קענט איר שוין פארלאזן דעם אשכול.
אויב זענט איר א בן שפירא ליבהאָבער, זאלט איר וויסן טאן אז אייערע ליבע קען ווערן געשעדיגט פערמינאנט.
שוין יארן וואס מיין לינקע פיסק ווערט פארקלאפט ביים זיך אויסטענהן איבער די נושא פון ג'ענדערס, די טענה'ריי קומט צו א האסטישע ענדע ווען די רעכטע באזעצענע יודע דבר שרייען אז יעדע זאך אין די בריא איז ציזאמען געשטעלט פון א פלוס+ און א מיינוס- זיי שרייען אז אפילו חיות, באקטעריע, און וואס נישט, אלע מינים וואס פארמערן זיך אפערירן אויף אט די הערמאניע פון פלוס און מיינוס.
כאטש וואס מיינע געפילן טרייבן מיך צו טראכטן אויף מער א ליבעראלע מהלך המחשבה וועט לאגיק אלץ שטיין און שפיץ אלץ מיין ערשטע פריאריטעט, און אויב די פאקט איז, אז די בריא איז ציזאמען געשטעלט פון פלוס און מיינוס וועל איך זיך אינטערטעניגן פאר לאגיק און פאקטן.
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
איך ליין איבער דיין תגובה איינמאל און נאך אמאל, און פרוביר פארשטיין וואס דו ווילסט..
אקעי, איך זעה אז דו פארשטייסט דיך נישט מיט בן שפירא און זיינע חסידים, אויך זעה איך אז דו טראכסט לינקס, אבער וואס נאך ברענגסטו דא ארויס??
יעדער וואס האלט מיט די קולטורע קריג ווייסט, אז די רעכטע טענה'ן נישט אז "אלע" Males זענען "אייניג" אין נאטורן, הארמאנען און שטארקייטן...
נאר די קולטורע דעבאטע אויף דזשענדער איז:
וויבאלד אלע "ביאלאגישע" Males (חוץ געציילטע Anamoloies) קומען מיט "געוויסע" הארמאנען, שטארקייטן וכו וואס איז אנדערש ווי אלע ביאלאגישע Females, צו זאל זיך האלטן צו 2 דזשענדערס (ווען ס'קומט צו Sport, Gender seperated jails, Barhrooms וכדומה) און מען זאל אננעמען יעדן אזוי ווי ער/זי איז געבוירן געווארן און זעהט אויס פון אינדרויסן (די רעכטע טענה).
אדער זאל יעדער קענען זאגן וואס ער/זי "פילט" אז ער איז "יעצט", און לויט דעם אפמאכן (די לינקע טענה).
(כ'האב נאכנישט געטראפן קיין צד וואס טענה'ט אז אין יעדע פאל עקסטער זאל מען מאכן א גרונטליכע אויספארשונג אויף נאטור, הארמאן וכו און לויט א געוויסע Criteria אפמאכן)
איז וואס פונקטליך האסטו דא ארויסגעברענגט פאר די זייט פון קענען זיך אידענטיפיצירן "לויט ווי מען וויל אין די מינוט".
און אז מען רעדט שוין פון די נושא האב איך א שאלה צו דיר.
-ס'איז פאראן מערערע געזעצן וואס זענען באזירט אויף Age.
-כולי עלמא מודי אז מערערע 15 יעריגע זענען פיל מער ערוואקסן ווי "נארמאלע" 15 יעריגע.
-לויט דיין מהלך המחשבה פארוואס זאל נישט א 15 יעריגער טענה'ן אז ער וויל קענען דרייוון א קאר באזירט "אויף זיין פילינג אז ער איז פיל מער ערוואקסן"??
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:24 pm
דורך יָדוֹרָש
ליב צו וויסן האט געשריבן:
און אז מען רעדט שוין פון די נושא האב איך א שאלה צו דיר.
-ס'איז פאראן מערערע געזעצן וואס זענען באזירט אויף Age.
-כולי עלמא מודי אז מערערע 15 יעריגע זענען פיל מער ערוואקסן ווי "נארמאלע" 15 יעריגע.
-לויט דיין מהלך המחשבה פארוואס זאל נישט א 15 יעריגער טענה'ן אז ער וויל קענען דרייוון א קאר באזירט "אויף זיין פילינג אז ער איז פיל מער ערוואקסן"??
עלטער איז א ביאלאגישע פאקט. די לינקע טענה'ן אז genderַ, אנדערש ווי sex, איז נישט א ביאלאגישע פאקט. לויט זיי איז דזענדער א פסיכאלאגישע/קולטורעלע מציאות
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:25 pm
דורך קהל'ס נער
[tag]ברוינשטיין[/tag] למאי נ"מ וויפיל גענדארן ס'זענען דא? די גאנצע נושא איז צי א מאן וואס דערקלערט זיך אלץ פרוי זאל זיך קענען באניצען מיט די עזרת נשים בית כסא, נניח אז ער איז טאקע א פרוי ווייל אזוי האט ער מחליט געוועין, למעשה האט ער/זי א אבר וואס קען לייגען אנדערע פרויען אין סכנה, איז ער/זי א סכנה פאר די אנדערע פרויען אין די בית הכסא, טאר מען עים/איר נישט אריינלאזן דארט.
[tag]וואלווי[/tag] ס'האט מיך גענימען א מינוט צי כאפן וואס די ווילסט פון די שוועמליך......

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:44 pm
דורך וואלווי
דאס אז א מאן באלאנגט נישט ביי א פרויען ביה"כ איז נישט נאר, אדער דוקא, אלס סכנה, ס'איז א גרויסע חלק אלס דרכי הנימוס, ווייל ס'איז נישט רעספעקטפול פאר א מאן צו שטערן די פרייוועסי פון פרויען אין א ביה"כ און דאס פאסט נישט אפי' במקום שאין בו סכנה. אולי ביי א טרענס איז דאס ווייניגער א פראבלעם ווייל ס'דא א רעספעקט פאר פרויען
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 11:50 pm
דורך יָדוֹרָש
אלץ אויף די וועלט עקזיסטירט אויף א ספעקטרום. עס איז כמעט נישטא קיין שארף דעפענירטע שניטן. אפילו די ביאלאגישע חילוקים צווישן מאן אין פרוי זענען נישט שארף און עס זענען דא מענטשן וואס
שוועבן צווישן די צוויי.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 12:10 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך גיי מיך נישט איינרעדן פאר א סעקונדע אז די lgbt דיון איז איבער פאבליק ביה״כ ווייל ס׳קלאר נישט די נושא, ס׳איז סתם א מיינונגסלאזע ויכוח וואס איז געמאכט פאר מענטשן וואס מאכן געלט פון ארויפגיין אויף שאוס און ווארפן ליידיגע ארגומענטן איינער אויפ׳ן צווייטן, אבער לעצם הענין: מיין ווייב גייט אמאל אין א פאבליק ביה״כ און זי זעהט א מאן דארט, שאקירטעהייט גיבט זי יענעם אזא קוק אן ווי צו זאגן ״מה מעשיכם פה?״ האט ער זיך פארענטפערט אז בעצם איז ער א פרוי נאר זי גייט א מענערישע הארשניט ווייל זי האט עס ליעב און דערפאר זעהט זי אויס ווי א מאן... יא יא, אזוי צו אזוי האט זי נישט וואס צו זוכן אין א פרויען ביה״כ, און ביזווילאנג מ׳שטעלט נישט צו באזונדערע איינריכטונגען פאר די אלע 720 דשענדערס זאלן זיך די אלע חברה למיניהם באנוצן מיט די מענערישע איינריכטונגען ושלום על ישמעאל. יעדער וואס איז נישט 100% פרוי זאל זיך גיין די אנדערע זייט, מענער קענען פיל בעסער שלונגען ווען פרויען דרייען זיך זיי אונטער די פיס ווי פארקערט, אין אנדערע אינסטיטוציעס (צ.ב. האסטעלס) איז לכתחילה איינגעפירט אז פרויען האבן אן אפגעטיילטע אפציע דערווייל וואס מענער האבן נישט און ס׳ארבעט זיך אויס גאנץ פיין, נישטא קיין שום סיבה פארוואס דא זאל זיך עס נישט אויסארבעטן.
Re: א גוט שטיקל סייענס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 2:13 am
דורך צפור בודד
יָדוֹרָש האט געשריבן:עלטער איז א ביאלאגישע פאקט. די לינקע טענה'ן אז genderַ, אנדערש ווי sex, איז נישט א ביאלאגישע פאקט. לויט זיי איז דזענדער א פסיכאלאגישע/קולטורעלע מציאות
למען הדיוק, עלטער איז א כראנאלאגישער פאקט.
Sent from my SM-G981B using Tapatalk
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 8:50 am
דורך ליב צו וויסן
יָדוֹרָש האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:
און אז מען רעדט שוין פון די נושא האב איך א שאלה צו דיר.
-ס'איז פאראן מערערע געזעצן וואס זענען באזירט אויף Age.
-כולי עלמא מודי אז מערערע 15 יעריגע זענען פיל מער ערוואקסן ווי "נארמאלע" 15 יעריגע.
-לויט דיין מהלך המחשבה פארוואס זאל נישט א 15 יעריגער טענה'ן אז ער וויל קענען דרייוון א קאר באזירט "אויף זיין פילינג אז ער איז פיל מער ערוואקסן"??
עלטער איז א ביאלאגישע פאקט. די לינקע טענה'ן אז genderַ, אנדערש ווי sex, איז נישט א ביאלאגישע פאקט. לויט זיי איז דזענדער א פסיכאלאגישע/קולטורעלע מציאות
ס'איז אזוי ווי זאלסט מיר ענטפערן:
"Age איז א ביאלאגישע פאקט, אבער "Marurity" ווענט זיך אין א פסיכאלאגישע/קולטורע אויפבראך"
און אזא ענטפער איז הונדערט פראצענט אמת, און פארט זעהסטו אז מען קוקט אויף Age, און נישט וויאזוי דער Individual
פילט.
(די חילוק? Age און Sex קען מען Factually מעסטן, בויען Rules און פאליסי גע'Based אויף וואס דער Individual פילט איז שווער צו טוהן פאר די וואס זענען צומאל ניכטער).
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 9:07 am
דורך ליב צו וויסן
ידורש, אז כ'האב דיר שוין אויף די ליין, אפשר העלפסטו מיר ארויס מיט א שאלה וואס דריקט מיר שוין לאנג...
לויט די פראגרעסיוון איז דאך Sex נישט פארבינדן מיט Gender, נו, פארוואס זענען אזוי ביזי מיט וויפיל פרויען ווס מענער זיצן אויף Corporate באורדס?
פארוואס באדערט זיי אז נישט אלע "Body parts" זענען אייניג רעפרעזענטירט?
מיר ווייסן דאך דעם אמת, אז ס'איז באמת פאראן 745.5 דזשענדערס, so פארוואס זענען זיי סטאק אינעם מיטל אלטער און זענען נאך ביזי מיט די Biological sex פונעם באורד מעמבער??
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 9:41 am
דורך יָדוֹרָש
ליב צו וויסן האט געשריבן:ידורש, אז כ'האב דיר שוין אויף די ליין, אפשר העלפסטו מיר ארויס מיט א שאלה וואס דריקט מיר שוין לאנג...
לויט די פראגרעסיוון איז דאך Sex נישט פארבינדן מיט Gender, נו, פארוואס זענען אזוי ביזי מיט וויפיל פרויען ווס מענער זיצן אויף Corporate באורדס?
פארוואס באדערט זיי אז נישט אלע "Body parts" זענען אייניג רעפרעזענטירט?
מיר ווייסן דאך דעם אמת, אז ס'איז באמת פאראן 745.5 דזשענדערס, so פארוואס זענען זיי סטאק אינעם מיטל אלטער און זענען נאך ביזי מיט די Biological sex פונעם באורד מעמבער??
דוכט זיך אז זייער טענה איז אז נישט אלע באדי פארטס זענען אייניג רעפרעזענטירט. פאר מענטשן מיט געוויסע פארשידענע באדי פארטס מאכט מען שווער אנצוקומען צו פירערשאפט פאזיציעס.