בלאט 1 פון 4
Who to trust ? ווער איז באגלייבט
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:33 am
דורך petrishke
איך בין געקומען דא צו פרעגן און הערן, אין אזא צייט ווי היינט, ווער איז באגלייבט אז מ'קען עסן פון זיין אויפזוכט, אז מ'קען נעמען זיין פסק דין, און באזונדער השקפה ווען מ'האט פולע פראגן.
איך וויל באמת הערן, וואס טוהט מען אין א פאל, ווען ס'ניטא איינער וואס איז באגלייבט, ביז הונדערטע יארן צוריק, און מעגליך מער...
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:39 am
דורך וואלווי
וואס מיינט ס'נישט דא איינער וואס איז באגלייבט, ביז הונדערט יאר צירוק וכו' ?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:44 am
דורך petrishke
וואלווי האט געשריבן:וואס מיינט ס'נישט דא איינער וואס איז באגלייבט, ביז הונדערט יאר צירוק וכו' ?
צום ביישפיל, אז כ'וויל וויסן א הלכה וויאזוי זיך צו פירן, וויאזוי קען איך מער גלייבן איין רב ווי דער צווייטער
אויב דער שלחן ערוך זאגט אזוי, און דער ספרדישער רב זאגט אנדערש.
אויב דער פוילישער רבי זאגט אזוי, און דער רומענישער רב זאגט אזי.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 1:48 am
דורך וואלווי
וואס הייסט באגלייבט (אדער נישט באגלייט), חזקת כשרות/פאלשקייט, אדער בר סמכא/נישט באהאווענט?
בדרך כלל, איז מען זיך נוהג ווי די פוסקים פון דעם פלאץ ווי די מענטש וואונט, דהיינו צו די קהילה וואס ער איז זיך מקבל, כגון רמ"א פאר אשכנזים אדער בית יוסף פאר ספרדים, וכדומה בימינו חסידישע דיינים אדער ליטווישע דיינים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:04 am
דורך רביה''ק זי''ע
אני הק׳ בין הונדערט פראצענט באגלייבט, אונזערע פסקים זענען scientifically proven צו ארבעטן. ס׳האט נאך קיינער נישט פארלוירן פון אונז פאלגן, אין אדם שומע לי ומפסיד.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:05 am
דורך petrishke
איך לייען דא אסאך, ווי ווייניג מ'קען טראסטן די רבנים. און ספעציעל ווען כ'לייען אויך די אלטע צייטן וואס רביס האבן געמאכט מופתים, מ'האט אפגעלאכט פון זיי.
אויך דער היימישער ציבור פון ברוקלין האבן אפגעלאכט די מופתים און די פסקים. ווער קען זאגן אז ער איז מער באגלייבט פון א צווייטן, ווייל ער האט שטערקערע גבאים, צו מער ציבור?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:06 am
דורך petrishke
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אני הק׳ בין הונדערט פראצענט באגלייבט, מיינע פסקים זענען scientifically proven צו ארבעטן. ס׳האט נאך קיינער נישט פארלוירן פון מיר פאלגן, אין אדם שומע לי ומפסיד.
אויך אין סאטמאר האט מען געוואוסט אז מ'טאר זיך נישט פארלאזן אויף די אלע סיפורים און פשעטליך פון דעם און יענעם. וואס איז די עצה. אז כ'וויל זיין ערליך. וואס עפעס זאל איך ענדערש פאלגן קנאים, ווי איידער מאדערנע רבנים
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:12 am
דורך רביה''ק זי''ע
פאלג די מאדערנע וועט דיר זיין גוט סיי אויף דעם וועלט און סיי אויף יענעם וועלט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:12 am
דורך וואלווי
petrishke האט געשריבן:איך לייען דא אסאך, ווי ווייניג מ'קען טראסטן די רבנים. און ספעציעל ווען כ'לייען אויך די אלטע צייטן וואס רביס האבן געמאכט מופתים, מ'האט אפגעלאכט פון זיי.
אויך דער היימישער ציבור פון ברוקלין האבן אפגעלאכט די מופתים און די פסקים. ווער קען זאגן אז ער איז מער באגלייבט פון א צווייטן, ווייל ער האט שטערקערע גבאים, צו מער ציבור?
ס'זעהט מיר אויס אז דאס איז די סוף מעשה במחשבה תחילה פונעם אשכול, צו טרעפן די פראבלעמען נישט די סאלושען...
נישט אז ס'איז יא דא א סאלושען..
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:19 am
דורך יעקב מעקסוועל
דארפסט אריינקומען מיט מער פרטים, וואס הייסט דו ווילסט זיין ערליך? וואס מיינט ערליך? ווער זאגט ערליך איז א גוטע זאך? לאמיר זאגן דו טראסט דיין טאטע, און ער זאגט מען דארף זיין ערליך, קענסטו אים פרעגן ווער איז באגלייבט. אויב טראסטו טאקע נישט קיינעם, איז ווער זאגט מען דארף איינעם טראסטן.
על צד דו פרעגסט דיין שאלה מיט די גאנצע ערנסטקייט, וואלט איך געזאגט זאלסט דיך באקענען מיט רבנים פערזענליך, ווען דו טרעפסט איינער וואס איז א בר דעת, ערליך, טראסטבאר, נעם אים פאר דיין וועגווייזער.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:21 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:25 am
דורך וואלווי
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 2:26 am
דורך יעקב מעקסוועל
יו נעווער קנאו

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 8:40 am
דורך petrishke
כ'וויל זיין ערליך מיין איך מיט אויפריכטיגקייט.
כ'ווייס נאכנישט צו די חלק הלכה איז יא באגלייבט, אויב מיין טאטע האט עס געהערט פונעם רבי'ן זי''ע, און ער אליינס איז נישט באגלייבט, וויאזוי קען איך שטעלן א זיכערער טריט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 8:44 am
דורך petrishke
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פאלג די מאדערנע וועט דיר זיין גוט סיי אויף דעם וועלט און סיי אויף יענעם וועלט.
דו הייסט דאך רבינו הקדוש, זאג דו אליינס, מ'קען גלויבן כאטש די מאדערנע? כ'האב געהערט אז די עכטע רבינו הקדוש האט אויך געקווענקלט אינעם תוכן פון די סיי וועלכער
ס'דא אסאך גרויסע קהילות, און קליינע קהילות, לדעתך, דארף א קליינע קהילה זיין מער באגלייבט, ווייל ס'נאכנישט אנגעזייעט מיט חשבונות.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 9:53 am
דורך יָדוֹרָש
מ'דארף גלויבן עקספערטן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 9:56 am
דורך לייבל שטילער
אויף השקפה וויייס איך נישט,אבער אויף הלכה איז דא א פשוטע עצה, לערן אליינס!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 10:03 am
דורך יָדוֹרָש
לייבל שטילער האט געשריבן:אויף השקפה וויייס איך נישט,אבער אויף הלכה איז דא א פשוטע עצה, לערן אליינס!
וואו לערנט מען הלכה?
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 10:21 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 4:07 pm
דורך קהל'ס נער
יָדוֹרָש האט געשריבן:מ'דארף גלויבן עקספערטן.
מיט דיינע עקספירטן וועל איך נישט צי ווייט אנקימען, נאכן זעין ווי פארגלייבט די ביסט אין דר. פאוני פאוטשי.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 17, 2021 4:12 pm
דורך לייבל שטילער
גלייב נישט קיין עקספערטן, גלייב עקספערטיז.
גלייב נישט קיין סייענטיסטן, גלייב סייענס.
גלייב נישט קיין תלמידי חכמים, גלייב חכמה.
גלייב נישט קיין פראפעסיענאלן, גלייב פראפעסיע.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 8:16 pm
דורך יָדוֹרָש
לייבל שטילער האט געשריבן:גלייב נישט קיין עקספערטן, גלייב עקספערטיז.
גלייב נישט קיין סייענטיסטן, גלייב סייענס.
גלייב נישט קיין תלמידי חכמים, גלייב חכמה.
גלייב נישט קיין פראפעסיענאלן, גלייב פראפעסיע.
וויאזוי ווייסט מען וואס עקספערטיז, חכמה, סייענס, און פראפעסיע זענען?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 18, 2021 8:17 pm
דורך יָדוֹרָש
קהל'ס נער האט געשריבן:יָדוֹרָש האט געשריבן:מ'דארף גלויבן עקספערטן.
מיט דיינע עקספירטן וועל איך נישט צי ווייט אנקימען, נאכן זעין ווי פארגלייבט די ביסט אין דר. פאוני פאוטשי.
גלייב דיינע עקספערטן. אבער מאך זיכער אז זיי זענען עקספערטן.