בלאט 1 פון 2
מרדכי בן דוד קעגן וואקסינען
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:00 pm
דורך לאנגע הויזן
די באקאנטע זינגער מרדכי בן דוד געפינט זיך יעצט אין ארץ ישראל, און באוויזן אנצושאפן א שטיקל שטורעם מיט א ארויסגעליקטע אינטערוויא.
מנחם טוקר פון קול חי האט רעקורדערט א אינטערוויא מיט אים וועגן נגינה ועוד, און נעכטן נאכט האט קול חי געליפטערט די אינטערוויא.
היינט נאכמיטאג ארץ ישראל צייט האט ארויסגעליקט אז מרדכי בן דוד האט זיך געהאט צילאזט קעגן וואקסינען אויף די אינטערוויא, אבער די וועד פון קול חי האט געהייסן אז מען מוז ארויסשניידן די שטיקל אז די צוהערער זאלן חס ושלום נישט הערן אז אזא פאפאלערע פיגור ביי כלל ישראל האט די "שרעקליכע" שיטות און דיעות.
פארנאכטס ארץ ישראל צייט איז שוין די רעקורדירונג אפציעל געווען געליקט, און פילע פערזענלעכקייטן אין מדינת ישראל זענען ארויסגעקומען פארדאמען די "שוידערליכע" ווערטער פון די "מלך המוזיקה"
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:04 pm
דורך קהל'ס נער
אויב איינער נעמט מעדיצינישע עדווייס פון א זינגער וועט אפילן א וואקסין נישט העלפן פאר עים.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:08 pm
דורך לייבל שטילער
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:28 pm
דורך קורקלענד
אצינד איז די שאלה ווער ס'זענען מער באהאווענט אין וואקסינאציע, דער מלך המוזיקה אדער די וועד פון קול חי'. וועם קען מען מער טראסטן? וואס זענען מב''ד'ס נגיעות און אגענדעס און וואס זענען די אגענדעס פון די קול חי' וועד. וכו'
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 5:44 pm
דורך petrishke
זייט מ.ב.ד. איז געווארן א אנהענגער פון ר' שאול, האב איך שוין בכלל א צווייטע בליק אויף עהם...
אדער וויל ער ווערן א קאפ העכער, און אויספויקן זיין דעת בעל הבית.
אדער האט ער אפגעמאכט, אז יעדער האט שוין אלעס פארגעסן, און ער איז שוה בשוה מיט די גרעסטע חכמים.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:43 pm
דורך יָדוֹרָש
איך בין חושד אז זינט ער קען מער נישט זינגען, האט ער דאס שכל אויך פארלוירן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 6:58 pm
דורך תוהו ובוהו
יָדוֹרָש האט געשריבן:איך בין חושד אז זינט ער קען מער נישט זינגען, האט ער דאס שכל אויך פארלוירן.
אבער דאס איז אמאל זיכער אז ווער עס קען זינגען האט שכל..
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 7:53 pm
דורך שפילער
ווי קען מען עס הערן ?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 8:10 pm
דורך קאצקע ציקער
נשלח: זונטאג דעצעמבער 19, 2021 8:30 pm
דורך petrishke
ער האט געמאכט א גזירה שווה, וויבאלד ער קען זינגען פסוקים, קען ער שוין זאגן נייע פסקים אויך...
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 12:46 am
דורך תרמב
איך פארשטיי נישט, מרדכי בן דוד טאר נישט האבן קיין מיינונג? אז מ'פרעגט אים וואס ער האלט טאר ער נישט זאגן וואס ער האלט, ער מוז אויפמאכן א נייע מיינונג אויפן פלאץ ווייל די פאליטישאנס אין ארץ ישראל האבן עס נישט ליב? מילא אז די באורד וויל עס נישט לופטערן קען איך פארשטיין, זיי ווילן נישט ארויסלאזן אויף זייער סטאנציע ווערטער וואס שטומט נישט מיט זייער אגענדא, אבער וואספארא טענות קענסטו האבן אויף ווערדיגער אז ער האט געזאגט עפעס וואס ער האלט אויף א אינטערוויו וואס מ'האט אים געפרעגט שאלות, סאיז ממש נישט דא קיין פרידאם אוו ספיטש אין איזראעל?
Re: מרדכי בן דוד קעגן וואקסינען
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:04 am
דורך יָדוֹרָש
תרמב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, מרדכי בן דוד טאר נישט האבן קיין מיינונג? אז מ'פרעגט אים וואס ער האלט טאר ער נישט זאגן וואס ער האלט, ער מוז אויפמאכן א נייע מיינונג אויפן פלאץ ווייל די פאליטישאנס אין ארץ ישראל האבן עס נישט ליב? מילא אז די באורד וויל עס נישט לופטערן קען איך פארשטיין, זיי ווילן נישט ארויסלאזן אויף זייער סטאנציע ווערטער וואס שטומט נישט מיט זייער אגענדא, אבער וואספארא טענות קענסטו האבן אויף ווערדיגער אז ער האט געזאגט עפעס וואס ער האלט אויף א אינטערוויו וואס מ'האט אים געפרעגט שאלות, סאיז ממש נישט דא קיין פרידאם אוו ספיטש אין איזראעל?
כ'הער.
וואלסט געזאגט דאס זעלבע ווען ער רעדט ווען אריין אין די לעצטיגע שאלה וועגן הלכות שבת אדער מקוואות?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:08 am
דורך תרמב
דו קענסט זיך אפרעדן אז דו ווילסט, אויפן מצב הדור אז די עולם וויל וויסן וואס די זינגערס האבן צו זאגן אויף וויכטיגע נושאים, אבער וואס ווילסטו פון דעם זינגער, מ'האט אים געפרעגט וואס ער האלט וועגן די וואקסינס, דארף ער ענטפערן פארקערט ווי ער האלט עכט ווייל די פאליטישאנס האבן נישט ליב יענע מיינונג?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 1:11 am
דורך יָדוֹרָש
תרמב האט געשריבן:דו קענסט זיך אפרעדן אז דו ווילסט, אויפן מצב הדור אז די עולם וויל וויסן וואס די זינגערס האבן צו זאגן אויף וויכטיגע נושאים, אבער וואס ווילסטו פון דעם זינגער, מ'האט אים געפרעגט וואס ער האלט וועגן די וואקסינס, דארף ער ענטפערן פארקערט ווי ער האלט עכט ווייל די פאליטישאנס האבן נישט ליב יענע מיינונג?
איך האלט אז אויב איז ער ווען אן ערנסטע, קלוגער מאן, וואלט ער געוואוסט ווען צו זאגן אז עס נישט זיין פלאץ אריינצורעדן. ענדערש ווי ענטפערן זיינע אייגענע מיינונג, זאל ער זאגן מען זאל זיך צוהערן צו עקספערטן (זאלן די עקספערטן זיין אויף וועלכע זייט ער וויל).
וכן עמא דבר אין די סעקולארע וועלט.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 5:40 am
דורך [NAMELESS]
לויט וואס מרדכי האט שפעטער פארעפנטליכט אין א דעקלעראציע האט ער נאר געלאזט מאכן דעם אינטערוויו אויב ער וועט עס זען בעפאר. ער האט אנגעוויזן פאר מנחם טוקר צו שניידן אלע זיינע קאראנע דעות, אבער מנחם דער ׳חולה לייקים׳ ווי מרדכי האט אים באטיטלט, האט אויסגעקליבן צו נעמען א געשניטענע שטיקל פאר א פראמא צום אינטערוויו כדי אז זיין רעיטינג זאל זיך הייבן.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:49 am
דורך petrishke
מאך זיכער האט געשריבן:לויט וואס מרדכי האט שפעטער פארעפנטליכט אין א דעקלעראציע האט ער נאר געלאזט מאכן דעם אינטערוויו אויב ער וועט עס זען בעפאר. ער האט אנגעוויזן פאר מנחם טוקר צו שניידן אלע זיינע קאראנע דעות, אבער מנחם דער ׳חולה לייקים׳ ווי מרדכי האט אים באטיטלט, האט אויסגעקליבן צו נעמען א געשניטענע שטיקל פאר א פראמא צום אינטערוויו כדי אז זיין רעיטינג זאל זיך הייבן.
העט זיך ווען מרדכי געדארפט בעסער היטן דאס פיסק, און ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס ער לייגט פאלשע סטעיטמענטס.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 10:24 am
דורך [NAMELESS]
petrishke האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:לויט וואס מרדכי האט שפעטער פארעפנטליכט אין א דעקלעראציע האט ער נאר געלאזט מאכן דעם אינטערוויו אויב ער וועט עס זען בעפאר. ער האט אנגעוויזן פאר מנחם טוקר צו שניידן אלע זיינע קאראנע דעות, אבער מנחם דער ׳חולה לייקים׳ ווי מרדכי האט אים באטיטלט, האט אויסגעקליבן צו נעמען א געשניטענע שטיקל פאר א פראמא צום אינטערוויו כדי אז זיין רעיטינג זאל זיך הייבן.
העט זיך ווען מרדכי געדארפט בעסער היטן דאס פיסק, און ס'נישט דאס ערשטע מאל וואס ער לייגט פאלשע סטעיטמענטס.
מ׳קען שוין מיינען וואס ער האט געזאגט. כ׳גלייב אז יעדער איינער דרוקט זיך אזוי אויס ווען מען ווערט פרוסטרירט פון די אבנארמאלע רעגולאציעס. רוב פון די מגבלות הקורונה, ספעציעל אין ארץ ישראל, זענען זינלאז און פארמאגן נישט די רוקן פון קיין איין פראמינאנטע דאקטאר. אלעס איז ריין (שמוציג) פאליטיק און ספעציעל זינגער׳ס זענען אפעקטירט געווארן דארטן די מערסטע, נאכמער פון די טוריזם אפטיילונג. נישט מער ווי נארמאל אז ער זאל דאס פארדאמען. זייער שיגעון און צודרייטע וועג פון שטופן וואקסינען האט שוין פאראיבלט יעדער נארמאלע מענטש, אלעס האט א גרעניץ.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 10:45 am
דורך מילך טראק
יָדוֹרָש האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, מרדכי בן דוד טאר נישט האבן קיין מיינונג? אז מ'פרעגט אים וואס ער האלט טאר ער נישט זאגן וואס ער האלט, ער מוז אויפמאכן א נייע מיינונג אויפן פלאץ ווייל די פאליטישאנס אין ארץ ישראל האבן עס נישט ליב? מילא אז די באורד וויל עס נישט לופטערן קען איך פארשטיין, זיי ווילן נישט ארויסלאזן אויף זייער סטאנציע ווערטער וואס שטומט נישט מיט זייער אגענדא, אבער וואספארא טענות קענסטו האבן אויף ווערדיגער אז ער האט געזאגט עפעס וואס ער האלט אויף א אינטערוויו וואס מ'האט אים געפרעגט שאלות, סאיז ממש נישט דא קיין פרידאם אוו ספיטש אין איזראעל?
כ'הער.
וואלסט געזאגט דאס זעלבע ווען ער רעדט ווען אריין אין די לעצטיגע שאלה וועגן הלכות שבת אדער מקוואות?
ווען ער וואלט גערעדט פרא וואקסין וואלט קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם ווי רעדט א זינגער אריין אין די נושא
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 10:50 am
דורך יָדוֹרָש
ווען ער רעדט ווען פון די וועטער וואלט אויך קיינער נישט געהאט קיין פראבלעם.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 3:15 pm
דורך פאלאצ'ינטא
ויפתח אלוקים את פי האתון
ערעב מרדכי, פארמאך דאס פיסק. אז ער וויל זינגען זאהל ער זינגען אבער נישט דעה זאגען אויף געזונטהייט
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 3:22 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: ס'איז פונקט אזוי ווי מ'גייט פרעגן פון א רב וואס מ'דארף טון אויב די קארבורעיטער איז צובראכן. ( דו ווייסט אפילו נישט וואספארא חי' דאס איז.). אדער אז מ'פרעגט פון א דאקטער א שאלה איבער א טשיקן...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:41 pm
דורך יואליש
די חסידישע ניקי מינאדזש. האט מרדכי אויך מיטגעטיילט א פצוע דכה אנעקדאט פון די ווערדיגער משפחה?
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:46 pm
דורך Lexus
איך פארשטיי ממש נישט,
מעג מרדכי שוין טאקע נישט זאגן זיין אייגענע מיינונג??
ענק זענען דא ממש ווי די לינקע מידיא וואס פארשווייגט יעדע זאך וואס גייט אקעגן זייערע אגענדא
ענק שרייבן דא וואס ענק ווילען, און מרדכי קען זאגן און זאל זאגן וואס ער וויל
די מוזט עהם נישט אויסהערן און ער צווינגט דיר נישט עהם צו פאלגן
כל הכבוד מרדכי!!