בלאט 1 פון 1
איבער 50 היימישע רבנים שרייבן אונטער ק"ק לטובת וואקסינס
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 8:33 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז היינט ארויסגעקומען א קול קורא אונטערגעשריבן פון איבער 50 רבנים פון א"י, רוב פון זיי היימישע רבנים- וועגן די וויכטיקייט פון די וואקסינס אז אז ס'איז א חלק פון די מצוה פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 8:44 am
דורך קהל'ס נער
כבודם במקומם מונח, אבער כ'זעי נאך נישט פארוואס א דיין האט א ווארט לגבי וואקסינס.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 8:59 am
דורך יָדוֹרָש
קהל'ס נער האט געשריבן:כבודם במקומם מונח, אבער כ'זעי נאך נישט פארוואס א דיין האט א ווארט לגבי וואקסינס.
זיי זאגן נישט זייער אייגן מיינונג. זיי זאגן אז דאס איז די אנגענומענע מעדעצינישע מיינונג וואס מען דארף פאלגן.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 24, 2021 9:06 am
דורך יָדוֹרָש
דאס איז וועגן די פלו וואקסין.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 6:42 pm
דורך קהל'ס נער
יָדוֹרָש האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:כבודם במקומם מונח, אבער כ'זעי נאך נישט פארוואס א דיין האט א ווארט לגבי וואקסינס.
זיי זאגן נישט זייער אייגן מיינונג. זיי זאגן אז דאס איז די אנגענומענע מעדעצינישע מיינונג וואס מען דארף פאלגן.
מיט די חשבון וועל איך גיין ווייזן פאר מיין דאקטער, נדה שמאטעס.
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:46 pm
דורך תרמב
ער וועט נאך וויסן באלד בעסער ווי די דיין וואס די בלוט איז......