בלאט 1 פון 1
צענזוס טשארט
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:21 pm
דורך ליב צו וויסן
די צענזוס האט נארוואס ארויסגעגעבן א טשארט, וואס ווייזט די פארמערונג אדער פארקלענערונג פון סטעיטס.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:29 pm
דורך ליב צו וויסן
אינטערסאנט אנצומערקן, אז אלע סטעיטס מיט די שטערקסטע פארלוסטן (Dark orange) ווערן אנגעפירט דורך דעמאקראטישע גאווערנארס, און כמעט אלע סטעיטס מיט די שטערקסטע פארדינסטן (Dark purple) ווערט אנגעפירט דורך רעפובליקאנע גאווערנארס (חוץ DE).
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 25, 2021 9:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא יא, די פראבלעם איז נאר אז נאכ׳ן חרוב מאכן ניו יארק און קאליפארניע זענען אסאך רעגרעסיוו לינקע נמאס געווארן פון לעבן אין א חורבן און זיי האבן זיך גענומען אריבערציען קיין פלארידע און טעקסאס אינגרויסן, און ווען פלארידע און טעקסאס וועלן שוין זיין גוט חרוב וועלן זיי זיך ציען ערגעץ אנדערש, אזוי וועלן זיי גיין פון איין סטעיט צום צווייטן ביז דאס גאנצע לאנד וועט חרוב און זיי וועלן שוין נישט האבן צו וואו צו גיין...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:23 am
דורך וואלווי
ליב צו וויסן האט געשריבן:אינטערסאנט אנצומערקן, אז אלע סטעיטס מיט די שטערקסטע פארלוסטן (Dark orange) ווערן אנגעפירט דורך דעמאקראטישע גאווערנארס, און כמעט אלע סטעיטס מיט די שטערקסטע פארדינסטן (Dark purple) ווערט אנגעפירט דורך רעפובליקאנע גאווערנארס (חוץ DE).
די טרענד זעהט מער אויס צו זיין דאס אז דארט זענען דריי גרעסטע סיטיס אין אמעריקא, ניו יארק, שיקאגא, און לאס אנדזשעלעס.
אויב מ'וועט אריין זומען אין די נאמבערס, וועט מען לכאורה זעהן אז די סיטי'ס האבן פארלוירן איינוואוינער. די אלע סיטי'ס זענען דורך און א דורך דעמעקראטישע סיטי'ס, איז אינטערסאנט צו זעהן די נאמבערס אין די סטעיטס ווי די פאפולאציע איז יא ארויף צו דאס איז אין גרויסע סיטי'ס, אדער בכלל אין די סטעיט. ווייל אפילו אין דאלאס/פארט ווארט האט טעד קראוז פארלוירען, דאס זעלבע לכאורה מיט אטלאנטא, דעמאלטס מאי אולמי האי מהאי.
למעשה האט דאס צוטוהן מיט גאווערנערס אד"ג, אדער מיט suburb vs urban און working remotely ?
אפשר ביידע...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:24 am
דורך דערהויבענע איד
ס'קען אפשר זיין אז די רעפאבליקאנער האבן מער קינדער? זיי זענען מער טרידישענעל
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:03 am
דורך וואלווי
דאס מיינט אז די נאמבערס וואס גייען אראפ און ארויף אין אנדערע פלעצער דארפן געמעטשט ווערן מיט די נאמבערס פון ניי געבוירענע און געשטארבענע.
שטימט דען די נ"י געשטארבענע נאמבערס (נעט) מיט די נאמבער וואס ס'איז אראפ? די זעלבע אין טעקסעס, שטימט דען די נאמבער פון ניי געבוירענע (נעט) מיט די נאמבערס וואס זענען ארויף?
ס'קען אבער זיין אז ס'איז איינע פון די קאמפאנענטס, ווייל די סברה שטימט אויבן אויף.
נ"ב. חוץ אז די רעדסט פון די נייע געקומענע משפחות וואס זענען משפחות ברוכות ילדים, וואס זיי האבן יעצט פארלאזט איינע פון די ליבעראלע סטעיטס, דעמאלטס איז דאס א שטארקע פעקטאר, ווייל ס'דארף ניטאמאל שטימען מיט birth/death נאמבערס.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:45 am
דורך ליב צו וויסן
דערהויבענע איד האט געשריבן:ס'קען אפשר זיין אז די רעפאבליקאנער האבן מער קינדער? זיי זענען מער טרידישענעל
דא האסטו די פולע רעפארט, די נומערן זענען מערסטנס טייל צוליב "אינערליכע Migration".
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:51 am
דורך ליב צו וויסן
וואלווי האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:אינטערסאנט אנצומערקן, אז אלע סטעיטס מיט די שטערקסטע פארלוסטן (Dark orange) ווערן אנגעפירט דורך דעמאקראטישע גאווערנארס, און כמעט אלע סטעיטס מיט די שטערקסטע פארדינסטן (Dark purple) ווערט אנגעפירט דורך רעפובליקאנע גאווערנארס (חוץ DE).
למעשה האט דאס צוטוהן מיט גאווערנערס אד"ג, אדער מיט suburb vs urban און working remotely ?
אפשר ביידע...
Last time i checked זענען נ"י, קאליפארניע, אילינאוי געווען "ריזיגע" סטיעטס פול מיט Rural געגנטער....
אויב האט מען נישט אוועקגענומען זייערע שטחים לעצטנס, איז דיין שאלה פארענטפערט...

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:52 am
דורך ליב צו וויסן
.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:56 am
דורך וואלווי
ליב צו וויסן האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:אינטערסאנט אנצומערקן, אז אלע סטעיטס מיט די שטערקסטע פארלוסטן (Dark orange) ווערן אנגעפירט דורך דעמאקראטישע גאווערנארס, און כמעט אלע סטעיטס מיט די שטערקסטע פארדינסטן (Dark purple) ווערט אנגעפירט דורך רעפובליקאנע גאווערנארס (חוץ DE).
למעשה האט דאס צוטוהן מיט גאווערנערס אד"ג, אדער מיט suburb vs urban און working remotely ?
אפשר ביידע...
Last time i checked זענען נ"י, קאליפארניע, אילינאוי געווען "ריזיגע" סטיעטס פול מיט Rural געגנטער....
אויב האט מען נישט אוועקגענומען זייערע שטחים לעצטנס, איז דיין שאלה פארענטפערט...

אבער די מייגרעישאן איז פון סיטי'ס נישט פון רורעל