בלאט 1 פון 6

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:38 pm
דורך קאצקע ציקער
האדמור מבאבוב -45

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 1:26 pm
דורך גוצא
העניך האט געשריבן:האדמו"ר מקאסוב (רבי שרגא האגער)
האדמו"ר מוויען

פארוואס האלטסטו אזוי?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:01 pm
דורך [NAMELESS]
האדמו״ר מפשעווארסק שליט״א
ר׳ איטשע מאיר מארגענשטערן שליט״א
האדמו״ר מלעלוב ניקעלשבורג שליט״א

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:02 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
ר׳ מיילעך בידערמאן איז א רבי?
אויב יא וואס איז מיט ר׳ יוסף חיים גרינוואלד?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:07 pm
דורך רימון
האדמו"ר מדושינסקיא
האדמו"ר מקארלין

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:08 pm
דורך ערבי נחל
סטיטשין זילבר
פשעווארסק
רבי בן ציון ליפשיץ
קאסוב
אמשונוב
לעלוב ניקולשבורג
סקולען בפ
סקולען מאנסי
רבי משה וואלפסין
רבי איטשע מאיר
רבי יצחק משה ערלאנגר
יאוואזנע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: לפענ"ד איז א שטיקל חילוק פון זיי צוויי. ר' יוסף חיים גרינוואלד איז א מגיד. און א גוטער מגיד. ר' מיילעך בידערמאן איז מער א משפיע. זיין סטייל איז אנדערש...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:11 pm
דורך מיליאנער
האדמו''ר מהרז''ל מסאטמאר

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:11 pm
דורך berlbalaguleh
ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה: "...!

הגהות הב"ג...ר' מרדכי שטיינער שליט"א. כצ"ל...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:18 pm
דורך ערבי נחל
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!

ווי פירט ער?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:26 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
berlbalaguleh האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא: לפענ"ד איז א שטיקל חילוק פון זיי צוויי. ר' יוסף חיים גרינוואלד איז א מגיד. און א גוטער מגיד. ר' מיילעך בידערמאן איז מער א משפיע. זיין סטייל איז אנדערש...!


איך כאפ נישט די חילוק, נאר אז רי"ח איז א ענוותן ושפל ברך און וויל נישט פירן קיין טישן וכדומה (דאך שטיפן זיך יודן זען אים טאנצן הקפות)

זיינע דרשות זענן משפיע תורה ויר"ש פאר טויזענטער יודן
קוקטס אריין אין זיין נייע ספר אויף נשמת וועט איר אביסל פארשטיין
איין זאך, ער איז נישט קיין רביש אייניקעל

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:27 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!


איר מיינט ר׳ מרדכי שטיינער?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:52 pm
דורך תפארת
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ר׳ מיילעך בידערמאן איז א רבי?

פארוואס זאל ער נישט הייסן א רבי? ווייל ער רופט זיך נישט קאקעדושת אדמער שליט"א?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:54 pm
דורך ישר בעיניו
פארוואס איז אזוי זיכער אז אויב מאיז א רבי פון א גרויסע חסידות אז מען איז נישט קיין ירא שמים וכו'?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:55 pm
דורך תפארת
ערבי נחל האט געשריבן:סטיטשין זילבר

אויב ער?! איז כל שכן ר' לעזריל סטיטשינער.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 2:59 pm
דורך פארווע חסיד
תפארת האט געשריבן:
ערבי נחל האט געשריבן:סטיטשין זילבר

אויב ער?! איז כל שכן ר' לעזריל סטיטשינער.

וואלט געווען אינטערעסאנט אויב דו קענסט זיך מסביר זיין, וואסי די תמיה? און וואס איז די כל-שכן?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:35 pm
דורך היסטאריע
סטיטשין זילבר


אוודאי, פרעגט אים אליין.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:50 pm
דורך מונטסורי
[tag]העניך[/tag] כ׳בין נישט אזוי זיכער מיט די הנחה אז א רבי פון א גרויסע חסידות ״איז גאנץ זיכער א דורכגעפוילטער רשע וגס רוח״ און מאידך גיסא קומט מיר אן פיל שווערער צו פארשטיין טייל פון די געהויבענע צדיקים וואס דו רעכענסט אויס.

לענ״ד קוקן זיך די גרויסע רבי׳ס אן ווי די torchbearers פון די תורה פון זייערע פארגייער, זיי פירן זיך אפשר נישט אויף שיין אבער דאס אלעס איז רעלאטיוו, אין זייער ענגע באבל הערט זיך זייער גוט אלע הסברים איבער די צורך פון טון דאס אדער יענץ וואס מיר קוקן אן אינטערדריקענד און קריגעריש, ס׳גלייבסט זיך מיר נישט אז זיי זענען קאלטבלוטיגע צינישע מאניפולירערס מיטן בלויזן ציל פון כבוד און מאכט, דער באשעפער און דרך ישראל סבא וכו׳ וכו׳ שפילט גאנץ זיכער א ראלע אין זייער אויפפיראכץ. הגם דאס מאכט זיי אוודאי נישט פאר ערליכע אידן אבער זיי קענען יא אריינגיין אין די קאטעגאריע פון מנהיגים וואס ״זעען זייער עיקר תפקיד צו דינען דעם אויבערשטנ'ס פאלק און דא זיין לטובת כלל ישראל״.

כ׳וועל מסביר זיין מיט א משל פון מיין משפחה, אלעס דורכגעווייקטע חסידישע בעלעבאטים, גוטע מענטשען, אבער צומאל ווערן געטון זאכן וואס שיינען צו זיין גאר נארסאסיסטיש און מאניפולירנד, ס׳פילט זיך ווי די ראשי בית אב זענען דא צו קאנטראלירן זייערע מיקרא-אימפעריעלעך, כ׳ווייס אבער אז זיי מיינען עס ערענסט צו אפהיטען די דורות, כ׳פארשטיי פון ווי זיי קומען, הגם כ׳בין בהחלט נישט מסכים מיט זייערע מעשים מאכט דאס זיי נאכנישט פאר שלעכטע מענטשען. כן הוא הדבר מיט די גרויסע רבי לענ״ד.

פון די אנדערע זייט קומט מיר אן אסאך שווערער צו פארשטיין אזא איד ווי דער אמשינובער רבי, כ׳בין נישט אויף די מדרגה צו גלייבען אז ער פליעט באמת אין הימל און קערט זיך אן מיט די מלאכים און איז ממש למעלה מן הזמן, אבער ס׳לאזט זיך מיר אויך נישט גלייבען אז ער איז סתם א שוי-שפילער, אלזא וואס יא? כ׳ווייס נישט, כ׳פארשיי אים נישט.

כ׳וואלט עס גענומען א שטאפל ווייטער, למשל דער סאטמארער רבי הבעל דברי יואל ז״ל, ער האט געהאט א געוואוינהייט פון דרימלען ווען מען האט אים געפרעגט שאלות וכדו׳, כ׳בין זיכער פילע דא און שטיבל וועלן זאגן ער האט דאן געמאכט אן עליית נשמה אדער וואס, דאס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אבער אז ער האט סתם געדרייט א קאפ איז אויך נישט קיין מהלך, אלזא וואס יא?

לסיכום הדברים, כ׳פארשטיי פיל בעסער די נאכפאלגער, די צווייטע דור רבי׳ס, די פיאנירן די ערליכע אידן וואס זענען מחדש נייע געהויבענע דרכים אין עבודת השם, דאס פארשטיי איך נישט.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:57 pm
דורך berlbalaguleh
ערבי נחל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' דויד שטיינער, פון מאנסי. ער איז א שטארקער עובד ה'. ער איז בבחינת ווי די גמ' זאגט..."שייף עייל, שייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה"...!

ווי פירט ער?

ערבי נחל: ער פיהרט נישט. ער האט א ביהמ"ד. און מענטשן קומען צו זעהן זיין (אמת'דיגע) עבודת ה'...! א חנוכה לעכט צינדן. אדער א הלל אום ראש חודש. אדער א יו"ט. אפילו א שבת'דיג'ער א-ל אדון על כל המעשים. אדער נשמת...!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:04 pm
דורך עובדיה
מונטסורי האט געשריבן:[tag]העניך[/tag] כ׳בין נישט אזוי זיכער מיט די הנחה אז א רבי פון א גרויסע חסידות ״איז גאנץ זיכער א דורכגעפוילטער רשע וגס רוח״ און מאידך גיסא קומט מיר אן פיל שווערער צו פארשטיין טייל פון די געהויבענע צדיקים וואס דו רעכענסט אויס.

לענ״ד קוקן זיך די גרויסע רבי׳ס אן ווי די torchbearers פון די תורה פון זייערע פארגייער, זיי פירן זיך אפשר נישט אויף שיין אבער דאס אלעס איז רעלאטיוו, אין זייער ענגע באבל הערט זיך זייער גוט אלע הסברים איבער די צורך פון טון דאס אדער יענץ וואס מיר קוקן אן אינטערדריקענד און קריגעריש, ס׳גלייבסט זיך מיר נישט אז זיי זענען קאלטבלוטיגע צינישע מאניפולירערס מיטן בלויזן ציל פון כבוד און מאכט, דער באשעפער און דרך ישראל סבא וכו׳ וכו׳ שפילט גאנץ זיכער א ראלע אין זייער אויפפיראכץ. הגם דאס מאכט זיי אוודאי נישט פאר ערליכע אידן אבער זיי קענען יא אריינגיין אין די קאטעגאריע פון מנהיגים וואס ״זעען זייער עיקר תפקיד צו דינען דעם אויבערשטנ'ס פאלק און דא זיין לטובת כלל ישראל״.

כ׳וועל מסביר זיין מיט א משל פון מיין משפחה, אלעס דורכגעווייקטע חסידישע בעלעבאטים, גוטע מענטשען, אבער צומאל ווערן געטון זאכן וואס שיינען צו זיין גאר נארסאסיסטיש און מאניפולירנד, ס׳פילט זיך ווי די ראשי בית אב זענען דא צו קאנטראלירן זייערע מיקרא-אימפעריעלעך, כ׳ווייס אבער אז זיי מיינען עס ערענסט צו אפהיטען די דורות, כ׳פארשטיי פון ווי זיי קומען, הגם כ׳בין בהחלט נישט מסכים מיט זייערע מעשים מאכט דאס זיי נאכנישט פאר שלעכטע מענטשען. כן הוא הדבר מיט די גרויסע רבי לענ״ד.

פון די אנדערע זייט קומט מיר אן אסאך שווערער צו פארשטיין אזא איד ווי דער אמשינובער רבי, כ׳בין נישט אויף די מדרגה צו גלייבען אז ער פליעט באמת אין הימל און קערט זיך אן מיט די מלאכים און איז ממש למעלה מן הזמן, אבער ס׳לאזט זיך מיר אויך נישט גלייבען אז ער איז סתם א שוי-שפילער, אלזא וואס יא? כ׳ווייס נישט, כ׳פארשיי אים נישט.

כ׳וואלט עס גענומען א שטאפל ווייטער, למשל דער סאטמארער רבי הבעל דברי יואל ז״ל, ער האט געהאט א געוואוינהייט פון דרימלען ווען מען האט אים געפרעגט שאלות וכדו׳, כ׳בין זיכער פילע דא און שטיבל וועלן זאגן ער האט דאן געמאכט אן עליית נשמה אדער וואס, דאס לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל אבער אז ער האט סתם געדרייט א קאפ איז אויך נישט קיין מהלך, אלזא וואס יא?

לסיכום הדברים, כ׳פארשטיי פיל בעסער די נאכפאלגער, די צווייטע דור רבי׳ס, די פיאנירן די ערליכע אידן וואס זענען מחדש נייע געהויבענע דרכים אין עבודת השם, דאס פארשטיי איך נישט.

דו ביסט גערעכט אז סתם דאס אז איינער איז א רבי פון א חסידות מיינט נאכנישט אז ער איז נישט גוט, אבער די מציאות איז אז דו קוקסט איינס ביי איינס זענען זיי על פי רוב נישט ראוי לאותה איצטלא.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 4:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס איז די איצלא איבער וואס מ׳איז דן דא, אז מ׳דארף איהם פאלגן אין פריוואטע אנגעלעגענהייטן ווי שידוכים? לכאורה קיינער פון די ליסטע. סתם גיין מיט א גאלדענע בעקישע און זאגן פורים תורות קענסטו אויך.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
איך שטים צו מיט רוב פון העניכ’ס ליסטע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 6:20 pm
דורך לייבל שטילער
העניך האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:[tag]העניך[/tag] כ׳בין נישט אזוי זיכער מיט די הנחה אז א רבי פון א גרויסע חסידות ״איז גאנץ זיכער א דורכגעפוילטער רשע וגס רוח״ און מאידך גיסא קומט מיר אן פיל שווערער צו פארשטיין טייל פון די געהויבענע צדיקים וואס דו רעכענסט אויס.

ווי [tag]עובדיה[/tag] האט שוין געענטפערט איז דאס זיין א רבי פון א ירושה חסידות נישט קיין סיבה אויף זיין א דורכגעפוילטער רשע וגס רוח, נאר א סימן. עס זענען טאקע פאראן אויסנאמען. און אפילו די אויסנאמען, וויבאלד זיי זענען א חלק פון אזא סארט פארדארבענער פירמע וואו ס'בויט זיך בנינים און קרקעות און וואו דורות ווערן געבוירן אן קיין ברירה ארויסצוגיין, ווערן אריינגעפירט אין א קארופטירטן סיסטעם וואס אין א דור שפעטער וועט גאנץ זיכער יא געוועלטיגן א רשע וגס רוח.


ס'איז יא א סיבה. Power corrupts.