בלאט 1 פון 1

דיסלייק קנעפל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:20 am
דורך קורץ און שארף
בין איך דער איינציגסטער וואס טראכט דערפון?
(אויב שוין דא א אשכון דערפון, ביטע צאמשמעלצן)

אסאך מאל טרעפט מען א תגובה אזוי נישט צום זאך געשריבן, אזש עס ווילט זיך גיבן מאך מיט די פינגער אויף אראפ. אבער לעת עתה איז נישט דא אזא קנעפל.

אפשר מאכט מען אזא קנעפל אויך?

איך קען פארשטיין אז ס'קען וויי טוהן דעם באטראפענעם.

אבער פארט אלעס איז נאר ניק'ס, און אזוי וועט מען טראכטן צוויי מאל פארן שרייבן א סטופיד תגובה.

נא וואס האלטסטו? א גוטע איידיע? אדער נישט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:23 am
דורך לעמיל
אויב האלסט נישט פון יענעם זאג פארוואס, נישט סתם א דיסלייק זיי מסביר פארוואס עס געפעלט דיך נישט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:23 am
דורך זר זהב
קענסט זיין זיכער, מיר וועט עס נישט אפהאלטן פון גארנישט!...

אויב ווילסטע קענסטע יענעם לייקן און נאכדעם עס אוועקנעמען.
אדער לייגן אזאנס
:דיסלייק:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:24 am
דורך יידל
מ'האט שוין געשמועסט כמה פעמים. געפילטע פיש האט גוט געזאגט: אז דו דיסלייקסט, זיי מוחל שמועס אויס פארוואס דו דיסלייקסט. און בדיעבד נוץ די אלטמאדישע דיסלייק :דיסלייק:
---
דער עולם האקט פיין

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:41 am
דורך שמעקעדיג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:03 am
דורך אייגענארטיג
יידל האט געשריבן:מ'האט שוין געשמועסט כמה פעמים. געפילטע פיש האט גוט געזאגט: אז דו דיסלייקסט, זיי מוחל שמועס אויס פארוואס דו דיסלייקסט. און בדיעבד נוץ די אלטמאדישע דיסלייק :דיסלייק:
---
דער עולם האקט פיין


יודל אזוי שטארק האסטו מורא פון א דיסלייק..............
איך מיין אז דאס איז גענוג א סיבה עס צו מאכן :lol:

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 8:04 pm
דורך משולם טענענבוים
[tag]באריסטא[/tag] [tag]גבאי[/tag]
כ'מיין ס'שוין העכסט צי מאכען א דיסלייק קנעפל, ס'דא אמאל וואס ס'פעלט גאר וויכטיג אויס,
כ'פארשטיי אז ס'דא די ריסק נעמליך אז ס'קען ווערען אביוזד אין שאפען פראבלעמען, וואלט איך פארגעלייגט א לעזונג דערצי אז יעדע ניק זאל באקומען נאל א געוויסע צאל "דיסלייק'ס" וואס ער קען ניצען פער חודש, וואס דאס וועט אנטמוטיגען עס צי ניצען סתם אין די וועלט אריין,

ס'דא געוויסע ניקס וואס פירקילירען סתם אן די ווענט, אין א דיסלייק קנעפל וואלט זיי מסתם געקענט האלטען אביסעל אין די ראמען,

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 8:08 pm
דורך דער (פינטעל) איד
איך אגרי. וועגן אביוזן , אז מ'קען אוועקנעמען די אפציע פון לייקן קען מען יענע אויך אוועקנעמען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 8:15 pm
דורך ישמעאל הכהן
אפשר זאל מען מאכן וואלן? די מעלות זענען פילפאכיג, מערסט לוינענדיג איז אז ס'וועט לויערען דעם טאן פון אטקירער פון ביידע צדדים ווייל מ'וועט זיך פילן אויסגעגעבן מיט'ן געבען יענעם א געזונטן דיסלייק, אזא בחינה ווי די אלטע טעלעפאנען וואס מ'האט געגעבן א זעץ אראפ מיט כעס און אההההה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 8:48 pm
דורך שעפטל
און עטס האלטס אז איין ניק גייט זיך אפהאלטן פון זאגן זיין מיינונג (וואס ער ווייסט אז ס'איז נישט פאפולער סיים ציבור) ווייל ער גייט קריגן א דעסלייק? כ'הער, אבער דיסאגרי....

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 8:55 pm
דורך דער (פינטעל) איד
שעפטל האט געשריבן:און עטס האלטס אז איין ניק גייט זיך אפהאלטן פון זאגן זיין מיינונג (וואס ער ווייסט אז ס'איז נישט פאפולער סיים ציבור) ווייל ער גייט קריגן א דעסלייק? כ'הער, אבער דיסאגרי....

ווען דו זאלסט וויסן אז אז רוב פון יענע שרייבער וואס שרייבן זאכן וואס ער ווייסט אז ס'איז נישט פאפולער סיים ציבור שרייבן עס נאר פארן לייק (און איך האלט אז זיי האלטן ניטאמאל דערביי ביי וואס זיי שרייבן) וואסלטע אנדערש געהאלטן.... און יעצט אז ס'וועט קומען אויפן חשבון פון דיסלייקס וועלן זיי קלערן מה לי ולצרה הזאת ?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 8:56 pm
דורך משולם טענענבוים
שעפטל האט געשריבן:און עטס האלטס אז איין ניק גייט זיך אפהאלטן פון זאגן זיין מיינונג (וואס ער ווייסט אז ס'איז נישט פאפולער סיים ציבור) ווייל ער גייט קריגן א דעסלייק? כ'הער, אבער דיסאגרי....


מען רעדט נישט פין אפהאלטען צווייטען פין זאגען זיין מיינונג, פארוואס זאל יענער נישט קענען זאגען א מיינונג, ס'נאר דא געוויסע וואס פירקילירען סתם די ווענט, זאגען מיינונגען אבער זענען בכלל נישט גרייט עס צי דיסקיסירען אין צי ענפערען אויף לעגיטימע פראגעס, נאר פיהרען זיך אויף ווי כיתה א' יונגלעך, נו פאר אזאלכע וועט העלפען א דיסלייק זיי צי אביסעל האלטען אין די ראמען צי שרייבען ווי ערוואקסענע אין נישט סתם פארדרייען א קאפ,

אין אז א דיסלייק קען האבען א עפעקט דאס קען מען ארויסלערנען פין דיין חתימה:

שעפטל'ס חתימה האט געשריבן:מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...


אין מכלל הן אתה שומע לאו...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 9:15 pm
דורך פרישער
שוין אמאל גערעדט דערוועיגן דא
viewtopic.php?f=4&t=3858

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 9:19 pm
דורך רויטע וואנצעס
פעיסבוק האט נישט א דיסלייק קנעפל נאכן ריסורטש אז עס קען קלאפן די צאל באזוכער פונעם סייט. היות די דיסלייקטע באקומען א שלעכטע טעם און מויל. למעשה אויב איז טאקע אזוי, איז פונקט פארקערט, די דיסלייק קנעפל וועט נאר אויפהייבן די סטאנדארד פון א סייט ווייל נאר נארמאלע מענטשען וועלן עס ניצן.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 9:43 pm
דורך משולם טענענבוים
נו מ'טאר טאקע נישט נאכמאכען דעם טרייפענעם פעיסבוק, נאך א סיבה פאר א דיסלייק קנעפל...
בכלל איז עס נישט קיין פארגלייך צי פעיסבוק,

אין אזוי ווי ס'איז ב"ה א אפענעם פורום, ווי יעדער קען זאגען וואס ער וויל, אין אזוי דארף צי זיין, איז אבער א דיסלייק א גוטע וועג עס צי האלטען אין געוויסע ראמען אז די גבאים זאל זיך נישט דארפען אריינמישען יעדעס מאל ווען איינער פירקעלט אן די ווענט,

פאבליק אפיניען איז א גוטע מיטעל, אן דעם וואס מען זאל דארפען צעזורירען דעם פרייהייט פין ווארט וואס דאס איז די מעלה פין דעם פורום, אבער קיינער קען דאך יענעם נישט צווינגען אים צי ליב האבען, איינער וואס מאכט סתם נערוועז ווען מיזען פארדייען א פארציע דיסלייק'ס, אין דאס וועט האלטען דעם פורום אויף א געוויסע שטאפל,

נאך א געדאנק איז אז מען זאל נישט קענען דיסלייקען פאר מען האט לאמיר זאגען פיפציג תגובות, אפציהאלטען דאס עפענען א ניק נאר צי דיסלייקען,

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 3:31 pm
דורך שעפטל
משולם טענענבוים האט געשריבן:נאך א געדאנק איז אז מען זאל נישט קענען דיסלייקען פאר מען האט לאמיר זאגען פיפציג תגובות, אפציהאלטען דאס עפענען א ניק נאר צי דיסלייקען,

און דער פירקלער וועט פירקלען 50 געפירקעלטע תגובות און וועט נאך דיסלייקן....

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 12:58 pm
דורך קרעמער1
דער ערפינדער פונעם פעיסבוק לייק קנעפל ערקלערט פארוואס עס וועט ווארשיינליך נישט זיין א דיסלייק אפשן
http://www.businessinsider.com/facebook ... on-2014-10

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 6:09 pm
דורך שמעקעדיג
קרעמער1 האט געשריבן:דער ערפינדער פונעם פעיסבוק לייק קנעפל ערקלערט פארוואס עס וועט ווארשיינליך נישט זיין א דיסלייק אפשן
http://www.businessinsider.com/facebook ... on-2014-10


טראץ גרויסע דרוק צו לייגן א דיסלייק קנעפל, וועט ווארשיינליך נישט זיין איינס
http://www.pcmag.com/article2/0,2817,2473546,00.asp