בלאט 1 פון 4

פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:29 am
דורך רביה''ק זי''ע
יעדער וויל וואוסן, וואס איז געשעהן אז רבינו הקדוש עפנט אן אשכול סתם אזוי אין א געהלען זונטאג? וועל איך אייך זאגן זייער פשוט, איך בין אין א שלעכטע גוסטע היינט, ווי אויך האט היינט מופיע געווען אן אשכול דא אין שטיבל ווי איינער פון די חשובע חברים האט זיך אויסגעגעבן זיין ביטערניש, האב איך אפגעמאכט ביי מיר זיך אויך ארויפצוכאפן אויפ׳ן וואגן און אויסגעבן מיין ביטערניש און ווענטן אביסל, און די היינטיגע נושא וועט זיין, פלאפלערייען!

וואס מיין איך מיט פלאפלערייען? וועל איך ממשיל זיין מיט א משל, מיט א צייט צוריק בין איך געזעצן אין שפיטאל ביי מיין באבען ע״ה׳ס קראנקענבעט, יענעם שבת איז געווען מיין רייע צו זיצן ביי איר בעט און צוקוקן ווי זי גייט אויס ווי א ליכט. שוין, זיץ איך מיר דארט אזוי און שמועס מיט מיין קאזין על דא ועל הא ווען אינמיטן גייט אדורך א מענטש מיט א שטריימל און בעקישע און גרוסט מיר אזוי, ער קוקט אויף מיין באבע און אויף מיר און זאגט מיר גוט שבת און גיבט א פלאפל ארויס ״זאל זי האבן א רפואה שלימה בקרוב!״ איך האב געפילט ווי איך כאפ א סטראוק, וואט די העק מיינט דאס א רפואה שלמה?! און איך גיב מיך א רוף אן צו איהם, ״האלאו רעב איד, מיין באבע איז שוין איבער די ניינציג און זי האלט שוין אט אט ביים שטארבן, וואס האקסטו רפואה שלימה אין קאפ אריין?!״ דער גאון הגאונים האט ניטאמאל געכאפט וואס איך וויל פון איהם, ער האט זיך פאררויטלט אביסל, זיך אונטערגעמורמלט עפעס און געגאנגען ווייטער. דאס מיין איך מיט פלאפלערייען, איך בין זיכער אז ווען דער וואוילער איד האט געזאגט די ווערטער ״רפואה שלימה״ האט ער נישט געמיינט אז נאך א יאר צייט פון גארנישט טוהן אויסער שלאפן וועט מיין באבע מארגן צופריה אויפשטיין און זיך פלוצלונג נעמען רעדן און גיין כאחד האדם, וואס דען האט ער געמיינט צו וואונטשן? גארנישט, אבי געפלאפלט, ארויסגעפארצט אפאר ווערטער און זיך געגאנגען ווייטער חוש׳ן לאורך ימים טובים.

נאך א משל: לעצטע וואך האב איך אויסגעהערט א שיעור פון עפעס א מקובל וואו בתוך הדברים האט ער פרובירט מסביר צו זיין פארוואס מ׳טאר נישט אנטפלעקן די קץ הימים, האט ער געזאגט אזוי. ס׳דא הייליגע אידן וואס ווייסן פונקטליך ווען די קץ וועט זיין, נאר וואס דען? די קץ איז אזא באהאלטענע זאך אז אפילו מ׳ווייסט עס קען זיך עס אבער נאכאלץ טוישן, און אויב מ׳אנטפלעקט עס פאר איינער וואס איז נישט קיין מאמין אינגאנצן נעמט מען א ריזיקע אז ס׳וועט זיך טוישן און דערנאך וועט ער צוריקקומען מיט טענות הלמאי דו האסט געזאגט אז משיח וועט קומען ביז דעם טאג אבער ער איז למעשה נישט געקומען? און איך שטיי און איך וואונדער מיך, אויב דו זאגסט אז אפילו אויב מ׳ווייסט עס קען זיך עס נאכאלץ טוישן איז ביי דעפינישן ווייסטו עס נישט, איא? אויב קען זיך עס טוישן וואס מיינט די ווארט ״וואוסן״? וואס פונקטליך ווייסטו מער פון איינער וואס ווייסט נישט? אבי געפלאפלט און געפלוידערט.

באמת האב איך נאך אסאך צו שרייבן איבער דעם נושא נאר ס׳שוין געקומען די צייט זיך אנצושפארן וועל איך עס לאזן ביי דעם, ווער ס׳האט וואס צוצולייגן זאל זיך נעמען די COVID און מיטטיילן זיינע געדאנקען איבער די נושא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:37 am
דורך לייבל שטילער
די וואך אין די מאמענט שרייבט איינער וועגן די נייעס אז קיין איין אינשורענס קאמפעני וויל נישט דעקן די פלאץ נאך די שרעקליכע סטעמפיד פון פאריאר, בתוך הדברים שרייבט ער בערך אזוי "מיר ערליכע אידן ווייסן אז מירון דארף נישט קיין בעסערע אישורענס ווי ר' שמעון וואס איז די בעסטע אינשורענס" עפעס אזוי.
א געהעריגע דוגמא צו פלאפלעריי, ווייסט דען נישט די שרייבער וואס איז געשען פאריאר? אוודאי ווייסט ער נאר סקומט אזוי, צו פלאפלען נאן סענס פון די סארט אין די קאנטעקסט.
וואטעווער. בלא בלא בלא....

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:01 am
דורך לייבל שטילער
פלאפלעריי: פרנסה קומט פונעם אייבערשטן.
ווערט גענוצט: ווען מ'איז פויל, מ'האלט נישט ביים אינוועסטירן כח, ענערגיע, קריעטיוועטי וכו'.

פלאפלעריי: ס'איז פארשטייט זיך העכערע זאכן.
אגב, ס'איז א חילוק צווישן זאגן " ס'איז העכערע זאכן" און "ס'איז פארשטייט זיך העכערע זאכן" דוק ותשכח

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:34 am
דורך קהל'ס נער
אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו.
פלאפלעריי, דאמירן בעלמא, וויאזוי שטימט עס מיט: אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:48 am
דורך נפה
אין הגב״ה בא בטרוניא עם בריותיו איז נישט קיין פלאפלערייען עס איז א גמרא מסכת עבודה זרה דף ג׳ עמוד א נאר די טייטש איז פארדרייט (קען זיין דאס האסטו געוואלט ארויסברענגען) די ארגינעלע טייטש מיינט אז די אייבערשטער קומט נישט בעלילה נאר ער געט פאר יעדעם א טשענס.
ועיין עוד מהרש״א בבא בתרא דף קסד ע״ב

Re: פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 3:04 am
דורך פאליטיקאנט
כמעט יעדע עסטאבלישמענט בעל דרשן רעדט אדער גראבע ליגנט אדער פלאפלעריי וואס מאכט נישט קיין סענס.

כ'האב אמאל געהערט א דרשה אלס בחור אז רבי ר' אלימלך האט זיך אמאל אנגערופן צו זיינע חסידים "עטס מיינטס איך האב נישט קיין יצר הרע? כ'האב פונקט אזא יצר הרע ווי ענק!"

נאכן זאגן די פאוערפול סטעיטמענט האט דער בעל דרשן געווארט אפאר סעקונדעס אן אויסגעפירט: "פארשטייט זיך אונז האבן נישט קיין השגה אין זיינע ווערטער...."

ער האט פשוט פארברענט זיין פוינט און גארנישט ארויסגעברענגט מיט זיין דרשה, חוץ וואס ער האט פשוט נישט גערעדט צום זאך.

Re: פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:55 am
דורך ברוינשטיין
א שלייער פון אַנגס טראסקעט אראפ פון מיין יונגע הערצעלע.
שוין, ביסטו מיט מיר אויף איין בלעטל.

הההםםם,, עס אנטוויקלט זיך דא עפעס א שטיקל סעמינאַר.


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:41 am
דורך מי אני
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: וואס מיין איך מיט פלאפלערייען? וועל איך ממשיל זיין מיט א משל, מיט א צייט צוריק בין איך געזעצן אין שפיטאל ביי מיין באבען ע״ה׳ס קראנקענבעט, יענעם שבת איז געווען מיין רייע צו זיצן ביי איר בעט און צוקוקן ווי זי גייט אויס ווי א ליכט. שוין, זיץ איך מיר דארט אזוי און שמועס מיט מיין קאזין על דא ועל הא ווען אינמיטן גייט אדורך א מענטש מיט א שטריימל און בעקישע און גרוסט מיר אזוי, ער קוקט אויף מיין באבע און אויף מיר און זאגט מיר גוט שבת און גיבט א פלאפל ארויס ״זאל זי האבן א רפואה שלימה בקרוב!״ איך האב געפילט ווי איך כאפ א סטראוק, וואט די העק מיינט דאס א רפואה שלמה?! און איך גיב מיך א רוף אן צו איהם, ״האלאו רעב איד, מיין באבע איז שוין איבער די ניינציג און זי האלט שוין אט אט ביים שטארבן, וואס האקסטו רפואה שלימה אין קאפ אריין?!״ דער גאון הגאונים האט ניטאמאל געכאפט וואס איך וויל פון איהם, ער האט זיך פאררויטלט אביסל, זיך אונטערגעמורמלט עפעס און געגאנגען ווייטער. דאס מיין איך מיט פלאפלערייען, איך בין זיכער אז ווען דער וואוילער איד האט געזאגט די ווערטער ״רפואה שלימה״ האט ער נישט געמיינט אז נאך א יאר צייט פון גארנישט טוהן אויסער שלאפן וועט מיין באבע מארגן צופריה אויפשטיין און זיך פלוצלונג נעמען רעדן און גיין כאחד האדם, וואס דען האט ער געמיינט צו וואונטשן? גארנישט, אבי געפלאפלט, ארויסגעפארצט אפאר ווערטער און זיך געגאנגען ווייטער חוש׳ן לאורך ימים טובים.

אונז הא׳מיר דא אראפגעברענגט די תשובה פון ר׳ חיים פלאגי ווי ער פירט דארט אויס אז א חולה המצטער והרופאים נתיישאו ממנה איז די קרובים זאלן נישט מתפלל זיין זי זאל שטארבן אבער דארפן נישט מתפלל זיין אויף איר רפואה. פרעמדע אבער מעגן מתפלל זיין אויף איר מיתה ע״ש.
לייבל שטילער האט געשריבן:פלאפלעריי: ס'איז פארשטייט זיך העכערע זאכן.
אגב, ס'איז א חילוק צווישן זאגן " ס'איז העכערע זאכן" און "ס'איז פארשטייט זיך העכערע זאכן" דוק ותשכח

״העכערע זאכן״ קען מען אולי פארענטפערן - די ״פארשטייט זיך״ אבער קען מען נישט זאגן ווייל דאס גייט דאך ממש קעגן די עיקר כללי הגיון…
קהל׳ס נער האט געשריבן:אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו.
פלאפלעריי, דאמירן בעלמא, וויאזוי שטימט עס מיט: אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?

לויט דער עקידה איז עס אויך גרינגער ווייל די ״אין צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא״ איז נאר לגבי די ״אביעקטיווע״ חלק פונעם חטא און אויף דעם איז נישט עכט דא קיין טענה - ועכ״כ אז אנדערש איז עס געווען נמנע כביכול אף מהקב״ה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 5:33 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו.
פלאפלעריי, דאמירן בעלמא, וויאזוי שטימט עס מיט: אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?

קהל'ס נער: אבער א יעדער האט א בחירה...!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:04 pm
דורך berlbalaguleh
אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!

Re: פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 6:14 pm
דורך ברוינשטיין
berlbalaguleh האט געשריבן:אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי' ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!

אינטערעסאנט, איך האב אלץ געמיינט אז נאר אין חדר קען מען איינבאקן באבע מעשיות.
יעצט זעה איך אז מען קען פאר באבע'ס איינבאקן חדר מעשיות.
נו, זיי אזוי גוט, און טייל דאס מיט, אדאנק!
(אויב ס'איז פארהאן בכלל אזא קליפּ)

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:23 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:אין הקב"ה בא בטרוניא על בריותיו.
פלאפלעריי, דאמירן בעלמא, וויאזוי שטימט עס מיט: אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא?

קהל'ס נער: אבער א יעדער האט א בחירה...!


אויב האט יעדער א בחירה וויאזוי שטימט עס מיט, אין צדיק בארץ?
וי"ל העכערע זאכן.
א"כ הדרא קושיא לדוכתיה, אדער אזעלכע שטותים, אדער אנדערע לאקשן.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:24 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!


אינז שטיי מיר און לאכן פון יענע זיידעס, בשעת זיי לאכן דריי מאל אזויפיל אויף וואס בערל טויבער פארקויפט אינז

Re: פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:28 pm
דורך ברוינשטיין
עטליכע וויכטיגע אנווייזונגען ביים "פלאפלען"

קודם כל, נישט שרייען

צווייטנס, זיכער מאכן אז ווען מ'שטעקט אריין דעם קארדלעס-טעלעפאון אינעם טורבאנד, זאלן די פארבליבענע אומפארשוירענע האר בלייבן באהאלטן.
חוץ פון דעם וואס דאס איז א איסר, איז פשוט מענטשליך אז מ'זאל נישט אנרייצן פרעמדע מענער.



Sent from my SM-A125F using Tapatalk

Re: פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:31 pm
דורך ברוינשטיין
כ'האב קאפ וויי.
איינער האט עפעס אן עצה אחוץ זיך שטאפן מיט טיילענאל?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:32 pm
דורך קהל'ס נער
ברוינשטיין האט געשריבן:כ'האב קאפ וויי.
איינער האט עפעס אן עצה אחוץ זיך שטאפן מיט טיילענאל?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk


א ג'וינטעלע

Re: פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 7:49 pm
דורך ברוינשטיין

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:11 pm
דורך זעמיל מילכיגער
berlbalaguleh האט געשריבן:אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!


בדרך אגב: ליבאוויטשע רבי איז געגאנגן מנחם אבל זיין האדמו"ר מסאטמאר ז"ל ביים זיצן שבעה נאך רויזא'לע.
פארשרייב עס פאר דיינע ידיעות

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
ברוינשטיין האט געשריבן:כ'האב קאפ וויי.
איינער האט עפעס אן עצה אחוץ זיך שטאפן מיט טיילענאל?

Sent from my SM-A125F using Tapatalk

יא. פלאפלען. און פלאפלען.
. און טאמער העלפט נישט. א סאך פלאפלען. א יעדע 4 שעה..!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:29 pm
דורך berlbalaguleh
זעמיל מילכיגער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אם כבר ב'פלאפלערייען עסקינן. איך האב (שלא בכונה) אויפגעמישט א קליפ וואו א יונגערמאן, זעהט אויס א היימישער, וואס האטציך אנגעטון א נעקטיי און רעדט (א ביסל) א געשליפענעם ענגליש, האט געהאלטן א דרשה פאר א פאר אלטע אמעריקאנער זיידעס און באבעס ערגעץ אין א ביהמ"ד...האט ער זיי פארציילט אזא מעשה'לע...דער ליובאוויטשער רבי, ווען ער איז געגאנגען פאר א שבעה קאל (ניחום אבלים) צו סאטמערע רבי, ווייל זיין רביצין איז נפטר געווארן. האט ער איהם געפרעגט א קשיא. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וואס...! עטץ הערטס די שטותים און לאקשן וואס דער יונגערמאן רעדט איין פאר די אלטע נעבעכ'דיגע זיידיטשקוס און באביטשקעס...! די סאטמאר'ע רבי'ס ווייב איז נישט נפטר געווארן אין אמעריקע. אויך. די ליובאוויטשער רבי איז נישט געפארן קיינעם מנחם אבל זיין. (פונקט צו סאטמאר'ע רבי...לאל...!

די אלטע האבן זיכער געצאלט א שיינע מטבע פאר א טיקעט צו קענען הערן דעם גרויסן גאון און בעל דרשן...! נאר ס'איז דאך בעסער ווי זיך הוידען אויפ'ן ראקינג טשעיר און ווארטן אז די פעקל פון דזשא.סא. זאלל אנקומען...!


בדרך אגב: ליבאוויטשע רבי איז געגאנגן מנחם אבל זיין האדמו"ר מסאטמאר ז"ל ביים זיצן שבעה נאך רויזא'לע.
פארשרייב עס פאר דיינע ידיעות

זעמיל מילכיגער. הא.הא.: כ'האב געטראכט פון דעם. איז עס אויך אן עם הארצות. חוץ מזה. איז די ליובאוויטשער רבי נישט געגאנגען אין ערגעץ. זיך נישט באטייליגט ביי קיין שום מסיבות אדער פראטעסטן. אדער מערכות. אד'ער לויות. אויסער צו זיין שווער'ס קבר ביי זיין יארצייט. אדער אנדערע יומא דפגרא'ס. אנגעבליך , צוליעב סעקיוריטי ריזאנס. ס'זאלל הייסן אז, זייענדיג אן עלעקטריקל און נוקלעאר ענדזשיניר האט ער געוואוסט מיליטערישע סודות. און די אמעריקאנע רעגירונג האט מורא געהאט אז די רוסן (זייענדיג פון דארט) וועללן איהם (ח"ו) קידנעפן. זיין הויז און ביהמ"ד איז אייביג געווען באוואכט דורך פאליציי. ביז מעיאר עד קאטש האט עס אפגעשטעלט. אויפ'ן פארלאנג און פראטעסט פון די קנאה'דיגע שווארצע שכנים...!

Re: פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 8:49 pm
דורך ברוינשטיין
לאמיר זיך אינטער הערן די "פלאפלערייען"

שיינדל: עי דשראַפּ פון וויניגער און אביסל מארגערין אויסמיש...
חנטשי האקט איבער: יא, ס'איז פון לילי ענד טאַד, באט איך גיי עס...
דבורה האקט איבער: מיי האסבענד טאלד מי דעט...
סימי האקט איבער: יעדער גייט שוין היינט מיט די נייע סט...
קריינטשי האקט איבער: יוסעלע מיי בעיבי האט היינט געמאכט א טענטשראם אז ער וויל נישט גיין אין חדר, באט יאו נאו וואט איי טאלד הום? קענסט היינט נעמען א נאש אין חדר. ענד הי איז געווארן עכט סעטעספייד.


אלע זאלן פאטשן פאר קריינטשי זי איז די געוואונער!




Sent from my SM-A125F using Tapatalk

Re: פלאפלערייען!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:09 pm
דורך ברוינשטיין
איך געפון זיך יעצט אין א לאנגווייליגער מצב  מען ריפט דאס אין ענגליש מיזרעבל.
שוין דורך-גענושטערט די יאו טוב היים בלאט א קנאפע דריי מאל, סיי וועלכע מוזיק איך צינד נאר אן מיש איך עס גלייך אוועק מיט עקסטאז, וויסנדיג טיף אין הארץ אז דאס קומעדיגע ניגון וועל איך פינקט אזוי אהיים שיקן.
כ'האלט שוין נאכן נאשן, נאכן רייכערן, אויסגעריהט.
אזש איך שפיר ווי דער כולל אינגערמאן וואס לויפט דורך זיינע קאנטאקטן אויפן פליפ פאון

בבבררר...



Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 9:14 pm
דורך קהל'ס נער
ברוינשטיין האט געשריבן:איך געפון זיך יעצט אין א לאנגווייליגער מצב  מען ריפט דאס אין ענגליש מיזרעבל.
שוין דורך-גענושטערט די יאו טוב היים בלאט א קנאפע דריי מאל, סיי וועלכע מוזיק איך צינד נאר אן מיש איך עס גלייך אוועק מיט עקסטאז, וויסנדיג טיף אין הארץ אז דאס קומעדיגע ניגון וועל איך פינקט אזוי אהיים שיקן.
כ'האלט שוין נאכן נאשן, נאכן רייכערן, אויסגעריהט.
אזש איך שפיר ווי דער כולל אינגערמאן וואס לויפט דורך זיינע קאנטאקטן אויפן פליפ פאון

בבבררר...



Sent from my SM-A125F using Tapatalk


לערן איבער די רב'ס תורות :lol: