בלאט 1 פון 1

ושאינו בבל תשוב אינו שכחה

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:17 am
דורך נפה
עס מאכט זיך אמאל איינער זעט עפעס אין א ספר זאל עס זיין אין א שו״ת אדער אפי׳ אן אינטערעסאנטע רש״י אדער א שטיקל מאור ושמש עס גייט אדורך א שטיק צייט און עס ווערט מקיום די גאנצע סדר השכחה צו זיין ווייטאג פאלט ער אריין אין א שיחת תלמידי חכמים וואו עס קומט פונקט אריין עפעס א חז״ל ער געדענקט נישט פונקטליך… ערגעץ געזען אז ביי עפעס א נושא זאגט איינער… עפעס אז…
פארדעם צוועק וויל איך גרינדען דעם אשכול וואס זאל דינען אלץ פלאץ ווי די אויס גערופענע תלמידי חכמים וואס דרייען זיך דא און ווארפן צאם בקיאות אין יעדע נושא וועלן מקיים זיין מצות השבת אבידה אין מגלה זיין די נסתרות פאר דער עולם.

אזוי ווי דער עולם פארשטייט זיכער האט מיר נישט באפאלן קיין רוח צו אויפטון פאר כלל ישראל נאר עס איז נתעלם געווארן א הלכה פון מיר און איך זיך עס וואו צו פרעגן אבער למען ירוץ הקורא וועל איך עס לייגן אין א באזינדערע תגובה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:24 am
דורך קהל'ס נער
האב איך היינט געלערנט אין דף היומי אז [tag]ארי נוהם[/tag] איז מרמז אויף נבוכדנצר.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 1:28 am
דורך נפה
איך געדענק אז עס איז דא א דרשה אויף א פסוק פארוואס עס שטייט איין ווארט ווען עס קען ווען שטיין א צווייטע ווארט, זאגט אויף דעם איינער פון די מפורשים אז די ״ריפלעסמענט ווארט״ שטייט נישט אין גאנץ תנ״ך אבער חז״ל האבן געוויסט אז עס איז ריין לשוה״ק.
ווער עס ווייסט ווי דאס שטייט אדער משהו בסיגנון זאל מחזיר זיין די אבידה יישר כח ותזכו למצות.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:35 am
דורך היסטאריע
אן אינטרעסאנטער פשט. ווייל תנ"ך איז פיל מיט ווערטער וואס שטאמען פין אראמיש, און חז"ל און מדרשים דרשנ'ן ווערטער נישט נאר פין אראמיש נאר פין אלע שפראכן.
אבער עס איז דא ווערטער אין לשון קודש וואס שטייען נישט אין תנ"ך, ווערטער וואס שטייען אין משנה. מנחם אין זיין מחברת שטעלט צוזאמען משנה מיט תנ"ך אלץ לשון קודש.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 6:42 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע: ווייל דאס איז א טייל פון די נאטורליכע דעוועלאפמענט, אדער עוואלושן פון שפראך. ס'האלט זיך אין איין טוישן און אנטוויקלען. שפראך איז א דינאמישער פראצעס. ס'בלייבט נישט שטיין. דאס איז געזאגט געווארן ביי אלע שפראכן. ספעציעל ביי לשון הקודש. נאר ביי לשה"ק איז עס מער דערקענבאר. ס'דא די תקופה פון תנ"ך, נאכדעם איז דא די תקופה פון די משנה און די גמרא. די שפראך איז אבער נישט געבליבן שטיין. צי מ'וויל יא אדער נישט מודה זיין, די שפראך וואס מ'רעדט היינט אין ארץ ישראל, עברית, איז א המשך פון, און באזירט אויף, לשון הקודש און די אידישע קולטור פון חז"ל ומדרשים....!

היסטאריע. איך מיין דו ביסט אידעאלאגיש אקעגן דעם וואס איז געזאגט געווארן דא. דאמאלס האב איך גערעדט אפיקורסות און כפירה. ביטע שטאפ דיר צו די אויערן. דאס איז די מציאות די רעאליטעט. און מ'קען פון דעם נישט אנטלויפן...!

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 7:23 pm
דורך היסטאריע
דו זאגסט אז די ווערטער וואס שטייען אין משנה און נישט אין תנ"ך זענען צוגעקומענע, קען זיין, אבער עס מוז נישט זיין, עס קען זיין אז עס איז יא לשון קודש.
נייע ווערטער זענען נישט לשון קודש.
גראדע אין פיעטרישקע פראבירט ער אלץ אנווייזן פין ווי ווערטער אין משניות קומען. פין די שפראכן וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.
און מען קען זיך מפלפל זיין לגבי לשון קודש אליין ווערטער וואס שטייען יא אין די תורה.
לעצטע וואך איז דא א ווארט רהטים, און רש"י זאגט אז עס קומט פין לויפן, און מפרשים זענען מסביר אז אויף אראמיש איז לויפן רהט.
וואס מיינען זיי צו זאגן דא?
צד א. אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז באשאפען געווארן א ווארט אויף לשון קודש.
צד ב. מען ברענגט א ראיה אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז אויף לשון קודש אויך דא דער שורש, און פארדעם הייסט עס רהטים.
וואס האלט איר?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 11:17 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:דו זאגסט אז די ווערטער וואס שטייען אין משנה און נישט אין תנ"ך זענען צוגעקומענע, קען זיין, אבער עס מוז נישט זיין, עס קען זיין אז עס איז יא לשון קודש.
נייע ווערטער זענען נישט לשון קודש.
גראדע אין פיעטרישקע פראבירט ער אלץ אנווייזן פין ווי ווערטער אין משניות קומען. פין די שפראכן וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.
און מען קען זיך מפלפל זיין לגבי לשון קודש אליין ווערטער וואס שטייען יא אין די תורה.
לעצטע וואך איז דא א ווארט רהטים, און רש"י זאגט אז עס קומט פין לויפן, און מפרשים זענען מסביר אז אויף אראמיש איז לויפן רהט.
וואס מיינען זיי צו זאגן דא?
צד א. אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז באשאפען געווארן א ווארט אויף לשון קודש.
צד ב. מען ברענגט א ראיה אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז אויף לשון קודש אויך דא דער שורש, און פארדעם הייסט עס רהטים.
וואס האלט איר?

אין די צייטן פון די משנה. און זיכער אין די צייט פון די גמרא איז אראמיש געווען א טייל פון די שפראך וואס אידן האבן גערעדט. איז פארשטענדליך אז ס'איז דא א סאך אראמישע ווערטער און זאצן (סענטענסעס). נאר די היינטיגע קאנטעמפארערי שפראך איז אויך א המשך. מכמה טעמים. איינס ווייל אליעזר בן יהודה, וועלכער איז פערזענליך נישט געווען פון די ל"ו צדיקים, האט אבער געקענט לערנען. און ער האט אנגעהאלטן די אריגינאלקייט פון לשון הקודש אויף ווי ווייט ער האט געקענט. ער האט זיך א סאך שואל עצה געווען מיט רבנים איבער געוויסע ווערטער. נאר אפילו אין די גמרא איז דא א סאך גריכישע און לאטיינישע ווערטער. למשל. די גמרא פארציילט ערגעץ אז איינער פון די מינים האט געהאט א ויכוח מיט אן אמורא. און ער האט איהם געזאגט (אויף משה) רבינו..."משה רבכם קניגי היה"...פשט...אז משה רבינו איז געווען א (האזן) פאנגער. איך ווייס נישט דעם קאנטעקסט פון דעם ויכוח דארט. אבער אין גריכיש הייסט א האזל. (און דער כאפער) ..."קניגי"...! ווער ס'ווילל וויסן איבער מער לאטיינישע און גריכישע ווערטער אין די גמרא. זאלל אויפמישן דעם אינטרעסאנטן (און כמעט פארגעסענעם ) ספר הערוך...דארט איז דא הונדערטער ווערטער פון די גמרא וועלכער האבן א גריכישן און לאטיינישן מקור...!
אייגנטליך. דער ויכוח באלאנגט אין דעם אשכול פון שפראך און גראמאטיק...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 12:24 am
דורך היסטאריע
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:.


You went straight to the point

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 12:47 am
דורך נקודה
היסטאריע האט געשריבן:דו זאגסט אז די ווערטער וואס שטייען אין משנה און נישט אין תנ"ך זענען צוגעקומענע, קען זיין, אבער עס מוז נישט זיין, עס קען זיין אז עס איז יא לשון קודש.
נייע ווערטער זענען נישט לשון קודש.
גראדע אין פיעטרישקע פראבירט ער אלץ אנווייזן פין ווי ווערטער אין משניות קומען. פין די שפראכן וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.
און מען קען זיך מפלפל זיין לגבי לשון קודש אליין ווערטער וואס שטייען יא אין די תורה.
לעצטע וואך איז דא א ווארט רהטים, און רש"י זאגט אז עס קומט פין לויפן, און מפרשים זענען מסביר אז אויף אראמיש איז לויפן רהט.
וואס מיינען זיי צו זאגן דא?
צד א. אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז באשאפען געווארן א ווארט אויף לשון קודש.
צד ב. מען ברענגט א ראיה אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז אויף לשון קודש אויך דא דער שורש, און פארדעם הייסט עס רהטים.
וואס האלט איר?


געזען צוברענגען פון פריעדיגע (געדענק נישט די מקור יעצט) אז פשט ביי אזעלעכע פעלער איז אז עס במקורו א לש"ק ווארט וואס איז אדאפטירט געווארן ביי אראמיש.
אויף תנך קען מען זיך דינגען אויף יעדע ווארט עקסטער אבער די תורה וואס איז די לשון פון הקב"ה אליין איז זיכער אז עס איז ריין לשה"ק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 3:15 pm
דורך היסטאריע
אבער די תורה וואס איז די לשון פון הקב"ה


איך וואלט געקענט באשטיין זאלסט מרחיב בדיבור זיין אויף דעם.
פין ווי נעמסטו דאס?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:33 pm
דורך נקודה
מנחות ל.
עד כאן הקב"ה אומר ומשה כותב ואומר מכאן ואילך (לד פסוק ה) הקב"ה אומר ומשה כותב בדמע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:45 pm
דורך נפה
עכט א שיינע שמועס וועגן השתלשלות לשון הקודש עס איז דא אסאך צו רעדן אין די נושא אבער איך וויל האלטן דעם אשכול פאר אבידות ומציאות ואתכם הסליחה.
ליידער לצערי האט קיינער נאך נישט געקענט טרעפן מיין אבידה.

ושאינו בבל תשוב אינו שכחה

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:32 pm
דורך ויש לומר
איך געדענק אז עס איז דא א דרשה אויף א פסוק פארוואס עס שטייט איין ווארט ווען עס קען ווען שטיין א צווייטע ווארט, זאגט אויף דעם איינער פון די מפורשים אז די ״ריפלעסמענט ווארט״ שטייט נישט אין גאנץ תנ״ך אבער חז״ל האבן געוויסט אז עס איז ריין לשוה״ק.
ווער עס ווייסט ווי דאס שטייט אדער משהו בסיגנון זאל מחזיר זיין די אבידה יישר כח ותזכו למצות.[/quote]
נפה דו מיינסט מן הסתם דו גמרא אין קידושין דף ד' וזרע אין לה אז עס וואלט געדארפט שטיין אן לה

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:34 pm
דורך ויש לומר
נפה האט געשריבן:איך געדענק אז עס איז דא א דרשה אויף א פסוק פארוואס עס שטייט איין ווארט ווען עס קען ווען שטיין א צווייטע ווארט, זאגט אויף דעם איינער פון די מפורשים אז די ״ריפלעסמענט ווארט״ שטייט נישט אין גאנץ תנ״ך אבער חז״ל האבן געוויסט אז עס איז ריין לשוה״ק.
ווער עס ווייסט ווי דאס שטייט אדער משהו בסיגנון זאל מחזיר זיין די אבידה יישר כח ותזכו למצות.

דו מיינסט דו גמרא אין קידושין דף ד' וזרע אין לה אז עס וואלט געדארפט שטיין אן לה

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:31 pm
דורך אלע צוזאמען
berlbalaguleh האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:דו זאגסט אז די ווערטער וואס שטייען אין משנה און נישט אין תנ"ך זענען צוגעקומענע, קען זיין, אבער עס מוז נישט זיין, עס קען זיין אז עס איז יא לשון קודש.
נייע ווערטער זענען נישט לשון קודש.
גראדע אין פיעטרישקע פראבירט ער אלץ אנווייזן פין ווי ווערטער אין משניות קומען. פין די שפראכן וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.
און מען קען זיך מפלפל זיין לגבי לשון קודש אליין ווערטער וואס שטייען יא אין די תורה.
לעצטע וואך איז דא א ווארט רהטים, און רש"י זאגט אז עס קומט פין לויפן, און מפרשים זענען מסביר אז אויף אראמיש איז לויפן רהט.
וואס מיינען זיי צו זאגן דא?
צד א. אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז באשאפען געווארן א ווארט אויף לשון קודש.
צד ב. מען ברענגט א ראיה אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז אויף לשון קודש אויך דא דער שורש, און פארדעם הייסט עס רהטים.
וואס האלט איר?

אין די צייטן פון די משנה. און זיכער אין די צייט פון די גמרא איז אראמיש געווען א טייל פון די שפראך וואס אידן האבן גערעדט. איז פארשטענדליך אז ס'איז דא א סאך אראמישע ווערטער און זאצן (סענטענסעס). נאר די היינטיגע קאנטעמפארערי שפראך איז אויך א המשך. מכמה טעמים. איינס ווייל אליעזר בן יהודה, וועלכער איז פערזענליך נישט געווען פון די ל"ו צדיקים, האט אבער געקענט לערנען. און ער האט אנגעהאלטן די אריגינאלקייט פון לשון הקודש אויף ווי ווייט ער האט געקענט. ער האט זיך א סאך שואל עצה געווען מיט רבנים איבער געוויסע ווערטער. נאר אפילו אין די גמרא איז דא א סאך גריכישע און לאטיינישע ווערטער. למשל. די גמרא פארציילט ערגעץ אז איינער פון די מינים האט געהאט א ויכוח מיט אן אמורא. און ער האט איהם געזאגט (אויף משה) רבינו..."משה רבכם קניגי היה"...פשט...אז משה רבינו איז געווען א (האזן) פאנגער. איך ווייס נישט דעם קאנטעקסט פון דעם ויכוח דארט. אבער אין גריכיש הייסט א האזל. (און דער כאפער) ..."קניגי"...! ווער ס'ווילל וויסן איבער מער לאטיינישע און גריכישע ווערטער אין די גמרא. זאלל אויפמישן דעם אינטרעסאנטן (און כמעט פארגעסענעם ) ספר הערוך...דארט איז דא הונדערטער ווערטער פון די גמרא וועלכער האבן א גריכישן און לאטיינישן מקור...!
אייגנטליך. דער ויכוח באלאנגט אין דעם אשכול פון שפראך און גראמאטיק...!

אין חדש תחת השמש, ווען די וועלט איז באשאפן געווארן איז געווען איין שפראך לשון הקודש, ביים דור הפלגה האט דער אייבערשטער גענומען די איין שפראך, און פון דעם געמאכט נאך 69 עיקר לשונות, כדי צו האבן אן אחוזה מוז זיין עטליכע לש"ק ווערטער אריינגעמישט אינערהאלב די שפראכן, און דאס איז פשט פון די ווערטער.
למשל די ווארט corner, אין לש"ק הייסט עס קרנות. די ווארט wine, איז יין, די ווארט streets, אין מועד קטן דף ה. איז דא א ווארט אסטרטאות, און אזוי איז פארהאן נאך צענדליגע ווערטער וואס זענען מגולגל געווארן אין אן אנדערע שפראך.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:08 pm
דורך נפה
ויש לומר האט געשריבן:
נפה האט געשריבן:איך געדענק אז עס איז דא א דרשה אויף א פסוק פארוואס עס שטייט איין ווארט ווען עס קען ווען שטיין א צווייטע ווארט, זאגט אויף דעם איינער פון די מפורשים אז די ״ריפלעסמענט ווארט״ שטייט נישט אין גאנץ תנ״ך אבער חז״ל האבן געוויסט אז עס איז ריין לשוה״ק.
ווער עס ווייסט ווי דאס שטייט אדער משהו בסיגנון זאל מחזיר זיין די אבידה יישר כח ותזכו למצות.

דו מיינסט דו גמרא אין קידושין דף ד' וזרע אין לה אז עס וואלט געדארפט שטיין אן לה

עפעס עהנליך, דארט ברענגט די גמרא פסוקים וואו עס שטייט מאן אן א יוד, הגם אלע מפרשים מוטשען זיך אויף די צוזאם שטעל

נשלח: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:14 pm
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:דו זאגסט אז די ווערטער וואס שטייען אין משנה און נישט אין תנ"ך זענען צוגעקומענע, קען זיין, אבער עס מוז נישט זיין, עס קען זיין אז עס איז יא לשון קודש.
נייע ווערטער זענען נישט לשון קודש.
גראדע אין פיעטרישקע פראבירט ער אלץ אנווייזן פין ווי ווערטער אין משניות קומען. פין די שפראכן וואס מען האט דעמאלטס גערעדט.
און מען קען זיך מפלפל זיין לגבי לשון קודש אליין ווערטער וואס שטייען יא אין די תורה.
לעצטע וואך איז דא א ווארט רהטים, און רש"י זאגט אז עס קומט פין לויפן, און מפרשים זענען מסביר אז אויף אראמיש איז לויפן רהט.
וואס מיינען זיי צו זאגן דא?
צד א. אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז באשאפען געווארן א ווארט אויף לשון קודש.
צד ב. מען ברענגט א ראיה אז היות אויף אראמיש מיינט רהט לויפן, איז אויף לשון קודש אויך דא דער שורש, און פארדעם הייסט עס רהטים.
וואס האלט איר?

רהטים מיינט זיכער לויפן, אויף לשון הקודש. נישט צו פארטוישן מיט דעם ווארט רהיטים. וואס מיינט מעבל/פוירניטשור...!
ביטע נעם ארויס דעם ספר הערוך. וועסטו זעהן וויפיהל ווערטער און עניינים האבן אן אפשטאם פון גריכיש און לאטייניש...!

נשלח: מוצ"ש יאנואר 22, 2022 11:37 pm
דורך היסטאריע
רהטים מיינט זיכער לויפן, אויף לשון הקודש


ממש א גאון זענט איר. "זיכער", און פין ווי זענט איר זיכער? נישטא א ווארט אין גאנץ תנ"ך רהט וואס מיינט לויפען בכבוד מחילתך הגדול.

חוץ דא און מלך אסור ברהטים אין שה"ש וואס רש"י האט דארט צוויי וועגן. און בכלל וואס מיינסטו צו זאגן דא?

נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 6:36 am
דורך berlbalaguleh
:D :D :D :D :D בכבוד מחילתך הגדול...לאל