בלאט 1 פון 3

א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:24 pm
דורך ברוינשטיין
אוי, גלויב מיר ברידער געליבטע,
מיר טוהט דאס אויך שטארק באנג,
די שרייערס זענען די פארפירטע,
פארן אמת וועט נישט נעמען לאנג.
לאמיר בלייבן צוזאמען פאלאירטע,
און זיך נישט לאזן פאלן אין ראנג,

איך טהו אין לעבן, אויף מיר קוקן,
קיין דעקל געבן, אויף שלעכטע בליקן,
מיין שטרעבן, איז זיך מיטן רב דערקוויקן.

ער איז הייליג,
זיי זענען לאנגווייליג,
ער איז דערהויבן,
זיי טוען נישט גלויבן,
ער ווייסט אלעס,
זיי פרעגן שאלות,
ער איז א גוטער,
זיי וועלן אפשניידן ביטער.


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:32 pm
דורך בת קול
ער איז אן אלטער
מיט א מהות א קאלטער
ער איז א קאפ העכער
מיט מליצות א שטעכער
א פנים א שיינעם
אבער קען קיין קוויטל נישט ליינען
פירט א סטאדע
דורך זיין א בעל גאוה
איבערגענומען די עבודה
אבער פארלאזט זיין מסורה
ער האט אבער נאך צייט
צו ווערן א לייט

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:40 pm
דורך שמן למאור
אזעליכע שטיתים רעדסטו צאם,
די פארשעמסט דער מישג פונעם גראם,

ווער עס האט נאר א גראדע מוח,
האט נישט פאר די אלע נארישקייטן קיין כח,

א רפואה שלימה בקרוב פאר דיר,
כ'האף די ביסט נישט ברוגז אויף מיר,

נעם עס נישט פאר א טשעפע א פראזענליכע,
איך מאך נאר א פוינט א געווענליכע,

פאר קינדערישקייטן איז נישט די פלאץ דא,
וואקס שוין אויף און א מזלדיגע שעה,

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 10:41 pm
דורך שמן למאור
די ווערטער זענען געוואנדן צו ברוינשטיין, נישט בת קול

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:03 pm
דורך היסטאריע
איך האף די פארשטייסט
מיין רבי האט א הייליגע גייסט
ביטע טוה מיך נישט אויפקלערען
איך וויל קיין אפיקורס ווערען
מען זאגט מיר פין אלץ קינד
חילול כבוד בעלזא איז די גרעסטע זינד
איך קען נישט אנדרעש דערהייבען
אויב וויל איך אין גאט גלייבען

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:21 pm
דורך סמבטיון
בת קול , איך ווייס נישט ווי דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אויף א יוד א צדיק וואס ליינט שוין קוויטלעך פאר 55 יאהר און האט שוין געפוילט ישועהס פאר טויזענטע יודן פון אלע שיכטן אין קרייזן, ואני בתוכם וואס איז געהאךפן געווארן מיט א גרויסע ישועה , אז ער קען נישט ליינען קיין קוויטלעך.
בדרך אגב דאס וואס דו שרייבסט אז ער איז אוועק פון מסורה דאס לערנט מען אויך אין די 12טע קלאסס?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:27 pm
דורך בת קול
סמבטיון האט געשריבן:בת קול , איך ווייס נישט ווי דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אויף א יוד א צדיק וואס ליינט שוין קוויטלעך פאר 55 יאהר און האט שוין געפוילט ישועהס פאר טויזענטע יודן פון אלע שיכטן אין קרייזן, ואני בתוכם וואס איז געהאךפן געווארן מיט א גרויסע ישועה , אז ער קען נישט ליינען קיין קוויטלעך.


ווער האט אים אויסגעלערנט ליינען קוויטלעך? די רעבעצין?
ליינען א פאפיר קען איך אויך.

Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:30 pm
דורך ברוינשטיין
סגייען זיך יעצט אנריקן די לצני הדור, און ארויסזייגן פארדאשענע אלטע ווערטליך אויפן רביצין?


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:33 pm
דורך בת קול
איך מאך נישט קיין ווערטל. די רעבעצין האט כאטש רעבישע יחוס און האט צוגעזעהן ווי איר טאטע ליינט קוויטלעך.
פון וואנעט האט זיך די רב געדארפט לערנען? ער איז געווען א יתום. זיין פעטער האט אים דאס נישט איבערגעגעבן.
דאס איז נישט אויסשליסלעך צו בעלזא. יעדע רב/ רבי וואס נעמט קוויטלעך און האט זיך נישט געלערנט ביים א פריערדיגן רבי מאכט לצנות פון זיינע מענטשן.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:47 pm
דורך קהל'ס נער
ביסט מיר ליב און טייער, אבער ס'איז שוין די צווייטע מאל היינט וואס די אטאקירסט א מעמבער פון ק"ש פערזענליך. כ'שפאר דיר אויס פאר א טאג.

Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:49 pm
דורך ברוינשטיין
.

Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
בת קול האט געשריבן:איך מאך נישט קיין ווערטל. די רעבעצין האט כאטש רעבישע יחוס און האט צוגעזעהן ווי איר טאטע ליינט קוויטלעך.
פון וואנעט האט זיך די רב געדארפט לערנען? ער איז געווען א יתום. זיין פעטער האט אים דאס נישט איבערגעגעבן.
דאס איז נישט אויסשליסלעך צו בעלזא. יעדע רב/ רבי וואס נעמט קוויטלעך און האט זיך נישט געלערנט ביים א פריערדיגן רבי מאכט לצנות פון זיינע מענטשן.
און ביי וועם האט זיך דער פריערדיגער געלערענט/געברויכט לערנען?? ס'פארלאנגט זיך סמיכה אויף דעם? און אפשר גאר שימוש אויך?? און ביז וואו אהין גייט דאס קוויטל ליינען סקיל צוריק, ביז משה רבינו אדער גאר ביז נח איש צדיק תמים?

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 28, 2021 11:56 pm
דורך בת קול
א דאנק אייך מנהל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 1:01 am
דורך שפילער
בת קול האט געשריבן:איך מאך נישט קיין ווערטל. די רעבעצין האט כאטש רעבישע יחוס און האט צוגעזעהן ווי איר טאטע ליינט קוויטלעך.
פון וואנעט האט זיך די רב געדארפט לערנען? ער איז געווען א יתום. זיין פעטער האט אים דאס נישט איבערגעגעבן.
דאס איז נישט אויסשליסלעך צו בעלזא. יעדע רב/ רבי וואס נעמט קוויטלעך און האט זיך נישט געלערנט ביים א פריערדיגן רבי מאכט לצנות פון זיינע מענטשן.

How about זיין שווער און זיידע האבן עים געלערנט?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 1:36 am
דורך רביה''ק זי''ע
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און ביי וועם האט זיך דער פריערדיגער געלערענט/געברויכט לערנען?? ס'פארלאנגט זיך סמיכה אויף דעם? און אפשר גאר שימוש אויך?? און ביז וואו אהין גייט דאס קוויטל ליינען סקיל צוריק, ביז משה רבינו אדער גאר ביז נח איש צדיק תמים?

אן אריינגיין אין די בעלזע סומאטוכע וואס אינטערעסירט מיר פונקט ווי אלע אנדערע CEOs המכונים רביס איזליינען קוויטלעך פונקט ווי יעדע אנדערע פאך, דאס דארף מען לערנען פון איינעם פונקט ווי דאקטעריי אדער מאטעמאטיק. איי דארט קענסטו אויך פרעגן ביז ווי גייט דאקטעריי און מאטעמאטיק צוריק, ביז גאלענוס אדער ניוטאן? א נארישע פראגע, די זאכן זענען נישט אראפגעקומען קאמפליעט מיט מוחאמד׳ס אייזל, זיי האבן זיך דעוועלאפד דורכאויס הונדערטער יארן, און כ׳וועלט דיר אויסזאגן א סוד, ס׳דעוועלאפט זיך נאכאלץ... די דאקטעריי פון אמאל איז נישט די זעלבע ווי די דאקטעריי פון היינט, און די דאקטעריי פון היינט איז נישט די זעלבע ווי די דאקטעריי פון מארגן, זאכן האלטן זיך אין איין טוישן.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 6:27 am
דורך היסטאריע
גלייבסט מיר, די רבי'ס זעהן דארט דער זעלבע וואס דו.
נארט אייך נישט.
פראבירט עס אליין. לא ידעו ולא יבינו בחשיכה יתהלכו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:01 am
דורך בת קול
שפילער האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:איך מאך נישט קיין ווערטל. די רעבעצין האט כאטש רעבישע יחוס און האט צוגעזעהן ווי איר טאטע ליינט קוויטלעך.
פון וואנעט האט זיך די רב געדארפט לערנען? ער איז געווען א יתום. זיין פעטער האט אים דאס נישט איבערגעגעבן.
דאס איז נישט אויסשליסלעך צו בעלזא. יעדע רב/ רבי וואס נעמט קוויטלעך און האט זיך נישט געלערנט ביים א פריערדיגן רבי מאכט לצנות פון זיינע מענטשן.

How about זיין שווער און זיידע האבן עים געלערנט?



דאס איז מיין שאלה.
האבן זיי טאקע?
למעשה איז זיין שווער געווען זייער אויפגערעגט אז ער האט געבראכן די תנאי פון שידוך.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:03 am
דורך סמבטיון
א רחמנות צו זעהן ווי היימישע יונגעלייט האבן נאך קיינמאל נישט עקספירענסט וויאזוי א חסיד פילט ווען זיין רבי ליינט זיין קוויטל. איי געסס איך דריי מיר אין די ראנג פלאטץ.
בת קול דו רעדסט צאם אזעכע נארישקייטן אז עס קומט צו ברעכן, גראדע הייסט עס אז זיין זיידע וואס האט אים ליב געהאט אהבת נפש האט אים אויסגעלערנט ליינען קוויטלעך.

ב.א. איך מיין אז דיינע קינדער ווארטן זייער מאמע זאל זיי באגלייטן אויפן באס. לייג אוועק דעם פאון פאר א שעה צוויי, און נאכדעם זאלסטו צוריקקומען ביתר שאת וביתר עז, ווי עס פאסט זיך פאר א יודישע מאמע.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 8:53 am
דורך mevakesh
סמבטיון האט געשריבן:א רחמנות צו זעהן ווי היימישע יונגעלייט האבן נאך קיינמאל נישט עקספירענסט וויאזוי א חסיד פילט ווען זיין רבי ליינט זיין קוויטל. איי געיס איך דריי מיר אין די ראנג פלאטץ..

א חבר מיינע א חסיד פון דער הייליקער וויזניצער רבי טענהט די זעלבע זאך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:38 am
דורך תרמב
סאיז אזוי אינטערסאנט צו זיין אסאך מאל ווי אפגעפארענע אדער קאלטע אינגען וואס גלייבן נישט אין גארנישט און לאכן פון אלעם, ווען ס'קומט צו כבוד בית בעלזא פארלירט מען די גלייכגעוויכט..... ממש מ'איז גרייט צו צורייסן מענטשן, מקען לאכן פון יעדן רבין אבער סקומט צום רב איז מען גרייט צו גלייבן אין אלעם, ער קען לייענען קוויטלעך, מופתים, רוח הקודש.......

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:51 am
דורך סמבטיון
איך ווייס נישט צו וועם דו באציסט זיך, אבער איך האב נאך אויף קיין איין רבי נישט געהאקט אדער גערעדט שלעכטס זייט איך קען שרייבן. ביי מיר אינדערהיים איז יעדער רבי חשוב און געשעצט, איך בין שוין א מעמבער דא צום גוטן אין קאווע שטיבעל פאר כמעט 10 יאהר, קענסט דורך נישטערן אלע מיינע תגובות! וועסט נישט טרעפן קיינמאל א ווארט אויף א רבי וויאזוי ענק אלע רעדן דא אויף בעלזער רב. כ'קען האקן אויף א שיטה, אויף א מהלך, אבער קיינמאל וועל איך נישט חוזק מאכן פון א גדול בישראל, ווער ס'האט צייט זאל עס נאכקוקן, (חוץ אויף העלבראנץ..) ביי מיר אינדערהיים איז דא ר' אהרן מיט א ר' זלמן לייב, ר' בנציון און ר' מרדכי דוד, וכו', נישט קיין חילוק וויפיהל איך האלט פערזענליך פון יעדעם פריוואט, איך געב יעדן אפ די ריכטיגע כבוד. און איך וועל קיינמאל נישט רעדן מיאוס און חוזק מאכן פון א מנהיג בישראל.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:52 am
דורך דער גאלדענער אדלער
תרמב האט געשריבן:סאיז אזוי אינטערסאנט צו זיין אסאך מאל ווי אפגעפארענע אדער קאלטע אינגען וואס גלייבן נישט אין גארנישט און לאכן פון אלעם, ווען ס'קומט צו כבוד בית בעלזא פארלירט מען די גלייכגעוויכט..... ממש מ'איז גרייט צו צורייסן מענטשן, מקען לאכן פון יעדן רבין אבער סקומט צום רב איז מען גרייט צו גלייבן אין אלעם, ער קען לייענען קוויטלעך, מופתים, רוח הקודש.......

פונקט ווי יעדע חסיד פון זיין חסידות, גארנישט ווייניגער! עז לאנג ביסט א חסיד אפילו נאקעט אן מצוות, ער וועט גארנישט האלטן, איינמאל ער איז חסיד, פון סיי וועלכע חסידות, איז עס די זעלבע קרענק אומעטום!

Re: א טרייסט בריוול צו מיינע בעלזא חברים

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 10:09 am
דורך ברוינשטיין
לאמיר עס לאזן אפעטיטלעך
צו פאעזיע זיך האלטן אויסדריקלעך
אויב שרייבסטו, שרייב שיינע שטיקלעך,
אזוי וועלן מיר ביידע בלייבן גליקלעך.

דער עולם האט אסאך אויפן בויך,
נישט בלויז די, נאר איך אויך,
שטעל דיר אפ און טראכט פאמעלעך,
וועלן דיינע טריקענע רייד ווערן גראמעלעך.

ביטע זיך באציען אויף א וועג פון שעצן,
נישט פראבירן קיינעם ארינטערזעצן,