בלאט 1 פון 1

ביליגע געז סטאנציעס

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:45 am
דורך קורץ און שארף
ווייסט איינער ווי איז די ביליגסטע געז סטעישן'ס אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק וכו'?

הלואי איינער קען עס דא אפדעיטן לתועלת הרבים. די געז פרעסט דאך אויס די גאנצע בערזל [כמיין קרעדיט קארד].

מען קען זעהן אסאך מאל געז סטעישן'ס וואס זענען טייערער פון א אנדערע געז סטעישן מיט איבער 10 סענט א גאלאן. א שאד אידיש געלט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:48 am
דורך זר זהב
אין ווילי איז אלץ דער ביליגסטער אויף בעדפאר און פלאשינג נעבן קאנקארד פלאזא.
אין ב.פ. איז געווענליך געטי אויף פט העמילטאן/44 פון די נידעריגע פרייזן
--------------------------
דא קענסטע זעהן אפדעיסט כסדר פון די ביליגסטע סטאנציעס. לייג אריין א זיפ קאוד.
http://www.newyorkgasprices.com/Brooklyn/index.aspx

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:33 pm
דורך נס קאווע
די נעקסט ביליגסטע אין ווילי? מאנכע האבן מורא אריינצולייגן זיין גאז אין א אייגענע קאר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:34 pm
דורך זר זהב
דו רעדסט פון PRIDE ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:55 pm
דורך נס קאווע
ס' דא נאך איינס בעדפארד פלאשינג??

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:58 pm
דורך זר זהב
וואו איז HASS? אויף פארק? כ'ווייס נישט.
אויף HASS זאגט מען אז זיי זענען גנבים
ביי PRIDE האב איך קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:16 pm
דורך נס קאווע
בי העס האסטו יא געהאט? אדרבה טייל מיט, כ'האב אויך געהערט דערפון

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:19 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט געהאט פאר זיכער
ס'האט זיך מיר איינמאל געדאכט אז ער האט מיר בא'גנב'ט מיט א 20 דאלער
שפעטער האב איך געהערט אז מ'דארף פון זיי וואטשן, האב איך למפרע געזעהן אז מיינע פארדאכטן זענען געווען אקוראט
איך מייד זיי אויס זינט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:32 pm
דורך קורץ און שארף
איך נעם אסאך ביי העסס. [סיי אין ווילי אויף בעדפארד פארק, און סיי און פלעטבוש, און נעבן ב"פ] זייערע מעלות איז: געווענליך זענען זיי אויף די ביליגע זייט. און ועל כולם, קעש און קרעדיט קאסט די זעלבע!

וואס איז שייך אפגענערט? איך צאל מיט א קרעדיט קארד און שוין.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:24 pm
דורך נס קאווע
סאו ווייסטו קיינמאל נישט צו מ' האטעך אפגענערטץ...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:41 pm
דורך קורץ און שארף
נס קאווע האט געשריבן:סאו ווייסטו קיינמאל נישט צו מ' האטעך אפגענערטץ...



וואס הייסט?

איך זעה דאך וויפיל גאלאן איך באקום פאר וויפיל געלט איך צאל? ניין?

אינעם קאר קען איך אויך געווענליך זען וויפיל גאלאן [בערך] איז אריין.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:18 pm
דורך artist
קורץ און שארף האט געשריבן:
נס קאווע האט געשריבן:סאו ווייסטו קיינמאל נישט צו מ' האטעך אפגענערטץ...



וואס הייסט?

איך זעה דאך וויפיל גאלאן איך באקום פאר וויפיל געלט איך צאל? ניין?

אינעם קאר קען איך אויך געווענליך זען וויפיל גאלאן [בערך] איז אריין.

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 9:21 pm
דורך זר זהב
שוין ביים ערשטן הודעה קאפיע'סטע א צווייטן?....

נשלח: זונטאג אוגוסט 19, 2012 11:59 pm
דורך artist
זר זהב האט געשריבן:שוין ביים ערשטן הודעה קאפיע'סטע א צווייטן?....

אזא ברוך הבא באקום איך? ): איטס אקעי איך וועל עס עקסעפטן דאס מאל (:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 12:56 am
דורך געפילטע פיש
שלום עליכם ארטיסט, אין וואס פארא ארט ביזטו עוסק? קען זיין אז היינטיגע צייטן איז טרעפן ביליגע גאז אויך א ארט...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:09 am
דורך artist
געפילטע פיש האט געשריבן:שלום עליכם ארטיסט, אין וואס פארא ארט ביזטו עוסק? קען זיין אז היינטיגע צייטן איז טרעפן ביליגע גאס אויך א ארט...

עליכם ... געפילטע פיש שכוח פאר די ווארימע אויפנאמע און וואס האט געפילטע פיש מיט ענדרויד אין קאממען?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:16 am
דורך געפילטע פיש
און וואס האט עס מיט קאפי? גארנישט.
וועסט אמאל זען א איד אין סמעדרעש פארטיפט אין זיין ענדרויד, טינקענדיג א סלייס געפילטע אין א הייסע שאל קאווע, וועסטו וויסן אז איך בין דאס.

נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 9:40 am
דורך gehlungen
זר זהב האט געשריבן:איך האב נישט געהאט פאר זיכער
ס'האט זיך מיר איינמאל געדאכט אז ער האט מיר בא'גנב'ט מיט א 20 דאלער
שפעטער האב איך געהערט אז מ'דארף פון זיי וואטשן, האב איך למפרע געזעהן אז מיינע פארדאכטן זענען געווען אקוראט
איך מייד זיי אויס זינט.

L O L

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין בארא פארק איז על פי רוב ריאו אויף 14X38 די ביליגסטע. אז מ'איז גרייט ארויסצופארען אביסל פון געגענט איז getty אויף forster און coney אויך ביליג.

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 8:26 pm
דורך אליצפן
ס'איז דא אן עפפ פארן סמארטפאון מיטן נאמען gas buddy, וואו מ'קלאפט אריין דעם זיפ קאוד פונעם פלאץ ווי מען זוכט געז, אדער מאכט מען עס זאל נוצן דיין יעצטיגער לאקאציע, און עס ברענגט ארויף א רשימה פון די ביליגסטער גאז סטאנציע'ס מיט די פונטקליכער אדרעסן. עס איז בחינם, און פאר די וואס האבן נישט א סמארטפאון האבן זיי א וועבזייטל אויך, www.gasbuddy.com