בלאט 1 פון 1

די רציחה פון הרב יוסף עפשטיין זצ"ל, א פסק בית דין

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 12:21 am
דורך יאסל ראקאווער
הרב יוסל עפשטיין זצ"ל, המכונה Jeffery Epstein איז ארויף אין בית דין של מעלה צוויי יאר צוריק צו רופען די פראסקיוטער און די פילע פרויען-פאלשע עדות, צום בית דין של מעלה צו דין תורה. היינט האט מען מחריז געווען אויבן אין הימעל אז ער האט פארלוירן די דין תורה.

ווי באקאנט איז יוסל עפשטיין געווען א גרויסע מנובל און פארזונקען און שרעקליכע בין אדם לחבירו זנות, בשותפות מיט זיין באליבטע מאדאם גילעין מאקסוועיל (די שותפות פארלאנגט א ערענסטע פסיכאלאגישע אפהאנדלונג @שלום בערגער. פארוואס האט זי מיט געארבעט? ממש שלא כדרך הטבע פאר א פרוי).

היינט האט מען אויסגערופען אויבן אין הימעל, כשם שמחריזן בבית דין של מטה, אז ער איז ארויס חייב בדין. היות זיין פריינדינע איז געפונען געווארן שולדיק פאר אים ארויס העלפען מיט זיינע עוולות. ווי ברייט באריכטעט.

היימיש כלל ישראל וועט ווייטער האלטן אז למעשה איז נישט קיינמאל געווען קיין עדות בדין און דער איד איז בחזקת כשרות אין די מעשה איז א בלבול פון די שרעקליכע פארפוילטע דעמאקראטען וואס האבן אים געזיכט אונטערצוברענגען ווייל ער געהאט שייכות מיט די רודף צדקה וחסד, חסיד אומות העולם, טראמפ. וואס טראמפ האט שוין אליין מעיד געווען אז ער האט קיינמאל נישט געזען קיין שלעכט ביי הרב עפשטיין. בלייבט נאר איבער צו האפן אז גאט אליין וועט געבן א Veto קעגן די Jury . רבי איציקל'ס מחזור איז גרייט און גאט גייט אריינסטעמפלען די pass פאר הרב יוסל זצ"ל און ער גייט זוכה זיין צו זיצען אין גן עדן מיט הרב חיים וואלדער זצ"ל און אנדערע גרויסע צדיקים ו'ע'ט'ר'ו'ת'י'ה'ן בראשיהם.

רחמנא ליצלן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:04 am
דורך ליב צו וויסן
1. דא איז געווען א קאורט.
2. אויב ווילסטו רעדן פון פאליטישאנס, פארוואס נישט דערמאנען קלינטאן וואס איז דאך געווען פיל מער ביי אים.
3. אז מען רעדט שוין... Epstein didn't kill himself.....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:11 am
דורך היסטאריע
קאנספיראציעס
מרים וועבסטער זאגט,
קאנפיראציע = עפעס וואס גייט נישט אין איינקלאנג מיט דער נאראציע פין די לינקע.

און בכלל, אייביג לויפן די רעכטע צו קלינטאן, אבאמא איז געוועהן א צדיק גמור, און פין אים רעדט מען נישט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:25 am
דורך berlbalaguleh
ר' בנימין זאב וואלף המכונה בילל למשפחת הנכבדה קלינטאן, איז געווען זייער אן אנגעלייגטער גאסט ביי ר' יאסל עפשטיין וזגתו תחי'. צוזאמען מיט'ן בן המלכה ירום הודה. נאר זיי (די ליבעראלן) טוען דאס פארדעקן. זיי הייבן ארויס און ברענגען פיקטשערס ווי טראמפ איז א גאנצער מחותן, שמעלקא שב'שמעלקא מיט ר' יאסל עפשטיין זכר צדיק לברכה. אבער פון ר' בנימין וואלף'ן רעדן זיי נישט. ווער שמועסט נאך זוגתו הצדעיקעס. זי איז דאך פארהעיליגט אין שטעטל. די גאנצע (מיט א חטף קמ"ץ) סקול איז איהר געקומען מקאאבל פאנעם זיין. היוצא לנו מזה. אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי געטריבן פון אן אגענדא . דורך די ליבעראלן. אויסער דער פאקט אז ר' יאסל (הי"ד) איז געהרג'עט געווארן דורך א פאר ..."גדעילים"... וועלכע זענען געווען אינטרעסירט איהם משתיק צו זיין. (אינטרעסאנט. אז ר' וואלף וזגתו זענען געווען פארמישט אין אסאך אזעלכע קעיסעס. מענטשן ארום זיי האבן געהאט א געוואוינהייט זיך צו נעמען דאס לעבן. ר' יאסל איז נישט דער ערשטער און נישט דער לעצטער...!)