בלאט 1 פון 2
וויקטעם פון חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד ר"ל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 3:26 am
דורך כלבאשבוע
סקומט אריין די שרעקליכע נייעס אז א אידיש קינד האט זיך נעבאך גענומען דאס לעבן. זי איז נעלם געווארן צוויי טעג צוריק נאכדעם ווי דער רשע חיים וואלדער איז באגאנגען זעלבסטמארד און מ'האט איר יעצט געטראפן שוין נישט בין החיים ליידער.
די פרישע יונגע קרבן איז נאך א רינג ליידער אינעם לאנגן קייט פון קרבנות פון די רודפי הנפשות וצוררי היהודים, מאלעסטערס און אביוזערס למיניהם ימ"ש וזכרם.
לבי לבי על חלליהם!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:16 am
דורך קאך_לעפל
הי''ד.
Re: וויקטעם פון אביוז באגייט זעלבסטמארד ר״ל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:33 am
דורך דער גאלדענער אדלער
השם ינקום דמה!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:46 am
דורך גוצא
הי״ד!
זי איז געווען א וויקטעם פון ולדר?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:00 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'ווייס נישט פון וועלכע יחיד פינקטלעך זי איז געווען א וויקטים פון, אבער איין זאך איז זיכער, זי איז געווען א וויקטים פון א סיסטעם וואס האט איר נישט פראטעקטעד, פון א סיסטעם וואס האט איר געשיקט לעזאזל! נעבעך, מ'קען איר צולייגן צו די ליסטע פון 400 לעכטעלעך וועלכע זענען אזוי גרויזאם אויסגעלאשן געווארן און דערשטיקט געווארן נאר לעצטע יאר אליין.
מ'לאכט אפ פון די מוסלמענער ווי פאנאטיש זיי זענען אז ווען א קינד גייט נישט אין זייערע וועגן, מאכן זיי honorary killing, און וואס טוען אונז?!?! א ווייטאג איז נישט דאס ווארט! נישטא גענוג ווערטער מספיד צו זיין די אומגליקליכע זיסע לעכטיגע נשמות, נישטא גענוג טרערן צו באוויינען די פארלאשענע יונגע שטערענדלעך.
זאל זיך שוין גאט אויפוועקן פון זיין שלאף!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:07 am
דורך יָדוֹרָש
400?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:07 am
דורך יָדוֹרָש
נמחק
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:18 am
דורך דער גאלדענער אדלער
יָדוֹרָש האט געשריבן:400?
יאפ! אוו אז דו גלייבסט מיר נישט, האב איך אן עצה פאר דיר, גיי רעדט מיט די געטרייע אידן וואס געבן זיך אפ מיט די לעכטיגע נשמה'לעך און הער פון זיי! איך האב עס געהערט פון זיי! דאהי אין אמעריקע אליינס איז געווען 200!!!!!!!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:43 am
דורך מיליאנער
וואס הייסט? זי איז געווען א נארמאלע קינד, און איינער האט איר מאלעסטירט, האט זי זיך גענומען דאס לעבן?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:54 am
דורך קאך_לעפל
יא! גענוי ווי איר הערט!
מיר האבן מקובל פון המקובל הרב נחום ראזענבערג שליט''א, אז יעדער וואס נעמט זיך דאס לעבן, איז בחזקת געווארן באלעסטיגט!
אם קבלה היא נקבל...
און ווער עס האט די פרעכהייט צו לייקענען אין דעם דאזיגען אני מאמין, איז זעלבסט בחזקת א פארגעוואלדיגער...
און נאך מער, דאס אז איר לעבט נאך יא, איז בלויז צוליב דעם וואס איר זענט ווארשיינליך נאכנישט געווארן באלעסטיגט...
מאכט זיכער איידער איר יאוועט אייך אריין א קויל אין קאפ, צו גיין אין די מקוה און ווערן באלעסטיגט!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 10:55 am
דורך נפה
.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:05 am
דורך כלבאשבוע
הוא התעלל בה. היא פחדה ממנו פחד מוות והיום כבר לא יכלה יותר לעמוד בסבל אחרי שראתה את פסטיבל הלוויה וההספדים שעשו לו בבני ברק ובתקשורת החרדית על כמה איש גדול הוא היה:
שפרה הורביץ, שחיים ולדר רצח את נפשה היום שמה קץ לחייה.
יהי זכרה זעקה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:07 am
דורך נפה
איך וויל דיר לייקן פארן ברענגען די נייעס, אבער איך האב נישט די הארץ צו לייקן ביי אזעלכע נייעס, איך וועל עס בעזרת השם משלים זיין ערגעץ אנדערש.
השם ינקום דמה.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:23 am
דורך יאסל ראקאווער
ווי ס'שטייט ביי אלע רשעים, זענען זיי אומר הרבה ועשה מעט.
דער וואלדער האט געלאזט די קינדער רעדן (Kids Speak) צו אים אין בעדרום. ווען ער איז פארטיג געווארן מיט די אביוז האט ער פארנעגעלט זייער מויל פאר אייביג.
Kids Don't Speak by Chaim Walder
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:50 am
דורך בת קול
בד"א. א נאמען האבן די לייקענערס געוואלט. ווי טויב און בלינד קען מען זיין.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:51 am
דורך בת קול
קאך_לעפל האט געשריבן:יא! גענוי ווי איר הערט!
מיר האבן מקובל פון המקובל הרב נחום ראזענבערג שליט''א, אז יעדער וואס נעמט זיך דאס לעבן, איז בחזקת געווארן באלעסטיגט!
אם קבלה היא נקבל...
און ווער עס האט די פרעכהייט צו לייקענען אין דעם דאזיגען אני מאמין, איז זעלבסט בחזקת א פארגעוואלדיגער...
און נאך מער, דאס אז איר לעבט נאך יא, איז בלויז צוליב דעם וואס איר זענט ווארשיינליך נאכנישט געווארן באלעסטיגט...
מאכט זיכער איידער איר יאוועט אייך אריין א קויל אין קאפ, צו גיין אין די מקוה און ווערן באלעסטיגט!
די תגובה זאגט אסאך איבער דיר. נישט דא קיין ווערטער.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 11:57 am
דורך קאך_לעפל
אז איך וויל אייך ענטפערן, וועט איר דאך גיין וויינען פארן מנהל אז איך טשעפע אייער געפילן...
לאזט מיר געמאכט.
צום ווידער זען.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 12:07 pm
דורך כלבאשבוע
בת קול האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:יא! גענוי ווי איר הערט!
מיר האבן מקובל פון המקובל הרב נחום ראזענבערג שליט''א, אז יעדער וואס נעמט זיך דאס לעבן, איז בחזקת געווארן באלעסטיגט!
אם קבלה היא נקבל...
און ווער עס האט די פרעכהייט צו לייקענען אין דעם דאזיגען אני מאמין, איז זעלבסט בחזקת א פארגעוואלדיגער...
און נאך מער, דאס אז איר לעבט נאך יא, איז בלויז צוליב דעם וואס איר זענט ווארשיינליך נאכנישט געווארן באלעסטיגט...
מאכט זיכער איידער איר יאוועט אייך אריין א קויל אין קאפ, צו גיין אין די מקוה און ווערן באלעסטיגט!
די תגובה זאגט אסאך איבער דיר. נישט דא קיין ווערטער.
עקזעקטלי [tag]בת קול[/tag]
מיין ערשטע רעאקציע נאכן זען די תגובה איז געווען עס צו פארמעקן ווייל סאיז מזלזל און טשעפעט מיט וויקטעמס, אבער ער ווייזט די בעסטע ארויס זיינע אייגענע מאוסע קאלירן
ירא הקהל וישפוט
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 12:16 pm
דורך מיליאנער
איך פארשטיי נישט.
איינער שיקט ארויס א מעשה וואס קאסט נישט קיין געלט צו פראדוצירן און ווער עס גלייבט עס נישט איז ממש משוגע? הייסט עטס זענטס די אפענע קעפ?
גראדע בשעתן ענדיגן שרייבן די שורות האט זיך איינער דא א שטאק העכער מיר גענומען דאס לעבן, איינער ווייסט וויאזוי מ'עפנט א אשכול דא?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 1:47 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
די אפיציעלע נייעס קוואל סרוגים באריכטעט עס. דערווייל זענען זיי די איינציגע און סאיז מעגליך פאלשע נייעס וויבאלד אפילו און סרוגים איז די ארטיקל היפש שוואך, אבער ובאם יתבררו הדברים וימצאו כנים כאפט א פחד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 2:04 pm
דורך תרמב
אלי ביתאן
Re: וויקטעם פון חיים וואלדער באגייט זעלבסטמארד ר״ל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 2:18 pm
דורך פאליטיקאנט
עגעין, צו פרי צו זאגן.
איין זאך איז זיכער, זי איז טויט. וויאזוי, פארוואס, און ווער ס'איז שולדיג קען מען נאכנישט וויסן.
דאס אז זי האט נישט געקענט צוקוקן צו וואלדער'ס לויה הערט זיך אביסל מאדנע, און זי האט דאך יא ארויסגעקומען אז זי איז א וויקטים און געהאט צוטריט צו הילף, טא וואס איז געשען?
ב"ה כ'בין נישט קיין וויקטים און כ'פארשטיי זיי בכלל נישט, קען זיין אלעס מאכט סענס, אבער די מחליט זיין וואס איז געשען נאך פארן הערן אפי', איז א דרך שטות און פאסט פאר הייסע קעפ.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 2:32 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
מדארף דאך האבן עדות אינעם דין תורה צווישן סילמון, אליהו. און ולדר.
אבער הארצרייסנד איז נישט דאס ווארט. מתחילה האב איך דן געווען דעם עולם לכף זכות אז מען גלייבט פשוט נישט די סיפורים אויף וואלדער, איך בין שאקירט געווארן ווען מאנכע האבן מיר היינט געפרעגט אין שול אז זיי פארשטייען נישט וואס די גרויסע עוולה איז, כהאב געדארפט ספענדן שעות זיי מסביר צו זיין וואס די פראבלעם איז בכלל. כאפט א פחד.