בלאט 1 פון 1

די שרעקליכע טעראר אטאקע אין גאולה!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:38 pm
דורך בר גיורא
א גוטן טייערע חברים,
ווי באקאנט איז דא אין ירושלים די לעצטע פאר יאר געפערליכע טעראר אקעגען יעדען איינעם וואס שטעלט זיך נישט צי 100 פראצענט צי די ארויפגעצווינגענע פירערשאפט אנגעפירט דורך די אזויגערופענע עדה החרדית און אירע שטיצערס וואס זיי שיקען כסדר זייערע טשאלמיס-פרענקען צי טוהן די שמוציגע ארבעט !!
א קורצע ליסטע פון די תקנות און וועדים וואס די טעראריסטען האבען איינגעפירט
"חותם" כשרע קאמפיאטער קיאסק ווי מקען נישט זעהן קיין שום בילדער און מקען נאר עפענען אימעילס
"וועד האוכלוס"(נעמט קעיר פון די רעסטעראונטס-בעקעריס זיי זאלן זיך פארמאכען 10:30 אז נישט נעמט מען אראפ די הכשר..ווי אויכעט טאר מען נישט פארקויפען קיין שווארמע..)
(יעדע בנין האט פאר ביז אפאר יאר צירוק געמוזט האבען אן אישור פון די וועד בכדי צי קענען פארדינגען פאר בחורים אז זיי פארדינגען נאר פאר בחורים מיט כשרע טעלעפאונס)
"שמיטה" יעדע געשעפט מיז האבן די עדה הכשר אויף שמיטה מיט אלע זייערע משוגעת'ן אינקלאדעד..
"כשרע טעלעפאונס" יעדע סטאר מעג נאר פארקויפען סעלפאונס מיט די "וועד המשמרת" חותם וואס קאסט 2 מאל די פרייז פון די זעלבע פאון אן די הכשר !! (ווי די געלט גייט ווייסט קיינער נישט)
און דאס איז נאר קליין חלק פון די נארישע מערכות וואס זיי פירען

אין כדי צי אינפארסען די אלע נארישע געלטגייציגע תקנות האבען זיי נישט קיין שום פראבלעים צו שפריצען היימישע "עכטע בואש" און וואנדילעזירען די געשעפטען וואס שטעלן זיך נישט צו !!!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:39 pm
דורך בר גיורא
און יעצט הערט א מעשה מיין חבר נחמן האט א געשעפט סמוך ונראה לכיכר השבת ווי ער פארקויפט און פארעכט סעל פאון'ס (און בעיני ראיתי ווי ער פארעכט פאר יודען וואס קענען זיך נישט ערלויבען אומזיסט) און ב"ה די געשעפט איז אייביג פיל לעצטענס איז קפץ ריגזו של הטעראריסטען און די וואך מאנטאג האבען זיי אנגעשפריצט די געשעפט מיט די המן'ס טאכטער מאטריאל....וואס דאס האט דערוואטערט אסאך קונים און חרוב געלייגט אסאך טייערע חפצים וואס איז געשטאנען צי פארקויפען

און היינט בעצם היום האבען אפאר טעראריסטען ארומגעבונדען מיש שאלן (כדי נישט צי ווערן אויפגעכאפט דורך די קעמרעס וואס נחמן האט אינסטאלירט) אראנגעלאפען אין געשעפט און ציבראכען און וואנדילעזירט מכל הבא לידם

רבותי לא עת לחשות מיר מיזען עפעס טוהן צי העלפען נחמן נישט צי פאלן צי די טעראר און אנגיין מיט זיי געשעפט

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:40 pm
דורך נפה
עס איז געווען אין בני ברק און עס האט נישט מיט די עדה נאר מיט די וועד הרבנים לעניני תקשורת מאפיא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:41 pm
דורך בר גיורא
בילדער פון די אטאקע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:43 pm
דורך בר גיורא
נפה האט געשריבן:עס איז געווען אין בני ברק און עס האט נישט מיט די עדה נאר מיט די וועד הרבנים לעניני תקשורת מאפיא

די געשעפט הייסט כיכר התקשורת אנקעגען בנין זופניק

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 5:44 pm
דורך נפה
גערעכט עס איז יא געווען אין ירושלים
אין בני ברק גייט אן די זעלבע טעראר

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 7:08 pm
דורך ברויט מיט סמייטע
זיין עוולה איז געווען נישט אז ער האט פארקויפט סמארטפונ׳ס פאר בחורים. ער האט פשוט געהאט פארקופט די ביליגע סארט סים קארד׳ס וואס זענען נישט קאנטראלירט אינטער די רעזשים פון די טעראר גרופע.
אגב זיי זענען נישט קיין בטלנים. זיי קענען נאכקוקן די אלע וואס האבן כשר׳ע נומער׳ס צו זעהן וויפיל זיי נוצן די פאון און זיי קוקן עס נאך צו זעהן און קאנטראלירן צו מהאט נישט א צווייטע סעלפאון

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:08 pm
דורך היסטאריע
מען רעדט דאך ירושלים עיר הקודש, מעג נישט זיין אין שטאט אין די וועלט וואס די רבנים האבן די ריכטיגע בעלות?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:17 pm
דורך לייבל שטילער
מ'רעדט דאך פון אל-קודס, מעגן נישט די אימאם'ס זיין בעה''ב?
חוץ פון דעם, רבנים? מאכסט מיך לאכן.....

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:49 pm
דורך Nanach
זייער גערעכט, און א גרויסע ווייטאג.
נאר דרך אגב עס איז נישט עדה עס איז אפאר סיקרוקים וואס עדה אליינס ליידט פון זיי ווי איך האב געהערט פון מער ווי איין רב אין עדה

Re: די שרעקליכע טעראר אטאקע אין גאולה!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 8:56 pm
דורך תוהו ובוהו
נישטא אזא זאך ווי די 'עדה', זיי אליין זענען צאמגעשטעלט פון כמה וכמה פראקציעס, לינק, מעסיג, רעכט, און נאך מער רעכט, יעדעס פראקציע האט זיך אפאר דיינים צו זיך...

וועד האיכלוס און חותם האבן ביידע אפיציעלע צעטליך פון די עדה.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:05 pm
דורך Nanach
תוהו ובוהו האט געשריבן:נישטא אזא זאך ווי די 'עדה', זיי אליין זענען צאמגעשטעלט פון כמה וכמה פראקציעס, לינק, מעסיג, רעכט, און נאך מער רעכט, יעדעס פראקציע האט זיך אפאר דיינים צו זיך...

וועד האיכלוס און חותם האבן ביידע אפיציעלע צעטליך פון די עדה.

ווייסט וויפיל טעראר זיי גייען דורך צו לייגן זייער חתימה, ווען דו וואלסט אדורך די טעראר וואלסטו אויך געלייגט.
עס איז דא ארום פינף רבנים אין עדה וואס זענען עקטרעמיסטן פאר זיך מקסימום 10 (פון איבער 150)

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:18 pm
דורך היסטאריע
מאכסט מיך לאכן....


דאס וויל מען טאקע

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2021 9:26 pm
דורך בן נון
הה”ד שרעקליך איז נישט דאס ווארט לאל


איך בין שוין געווארן אינגאנצן דערשראקן קוקנדיג אויפן קעפל וואס א טעראר אטאקע רח”ל וויפיל טויטע און נאך ענדליך מחשבת זענען מיר ארום געפארן און מוח ביז איך האב געפנט און געזען אז עפעס א טשאלמע היץ קאפ האט געמעכט פאן פאר די אמריקאנע בחרים

ווער געדענקט נאך קמפיאשר קיאסקס אויף בית ישראל ווען זיי האבן געפנט JDN

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:35 am
דורך תרמב
וואס די חברה טוען אויף איז אז זיי מאכן אז די אמעריקאנע בחורים זאלן זיך שאפן אינטערנעט אין די דירות און דארט קען מען גארנישט קאנטראלירן, אדער גייט מען כאפן ווייפיי ביי די עירייה בילדינג אדער אין די לייבערי.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:41 am
דורך בר גיורא
בדיוק ! אדער זאלן זיי קויפען סמארטפאונס באהאלטערנעהייט