בּיטקוין, ר' שאול אלתר,
קויף יעצט! נאר היינט פאלט ער,
שאפט געלט, א גדול האלט ער,
"איי האוֹפּ טו סי יו"
מאקקאַלן רינט,
"לאמיר מאכן קידוש"
קארטל זינגט,
מעגא שמחה,
פערטע קינד,
פעטצאו בּרילן,
בריקן צוויי,
טורעם שטריימל,
פריקן ניי,
לעדער בייטל,
נאך א סטייל,
"דאס נעמט יעדער"
טראכט נישט צוויי,
הלוואות פילטי, בויעט א הויז,
דופּלעקס אין די קעסקילס אויך,
על.אי.די יעדע ווינקל,
בית הכבוד אויך נישט טונקל,
מירמלשטיין וואו מ'קען,
שווארץ און גאלד למען השם,
"דאס איז יעצט די נייע טרענד"
גלאנצט און פינקלט אומעטום,
מחיה לעכטיג, וואס מיינט דים?
ריבניץ - קומסט? כ'פאר ארויס,
וויי ראַבּינהוד - קום בעטעך אויס,
צדיק הייב ארויף פון רויט,
אין שול לחיים - אייער, ברויט,
ריטענהאוז!
פארשטיי געזעץ,
געזען אויף יוּטובּ עווידענס,
אומשולדיג, הונדערט פראצענט,
נעבעך קײל - שׁאָמראָם גוי,
טאָקקער זאגט קלאר אזוי,
געהערט אוי לי לאנדא?
אויסגעקויפט ליפּי באנדא,
פארקויפט אין בראנקס הונדערט קאָנדא,
בויט א שוויץ נעבן מאנרא,
האט א מעיבּאַך און א האָנדא,
וואס דארף ער צוויי? איי טאקע וואָנדע,
בּאָנדס, אוי בּאָנדס,
א פרישע יורד און צען שוואָנץ,
נאך א איד אנגעזעצט,
כולל לייט געזאמעלט קעסט,
שוואגער דארט איינגעשטעקט,
נאך לעצטע וואך אויסגעלעקט,
האלאו, קענסט דעם מאָגול מיטן ראָווער,
כ'הער ער איז פארטיג, ממש אווער,
איינגעמיירעט כץ און שטויבער,
פארקויפט די דירות אהן א אוֹינער,
העדזש פאָנדס, העדזש פאָנדס!
זיי קויפן אויס,
מיין שכן פון די נעקסטע הויז,
דרייסיג מעלאנע,
ער זאגט זעכציג,
דרייסיג יאר,ַ
פלוצים מעכטיג,
שטותים!
על הניסים,
ברודער געהערט,
גאנצע ביזנעס גארנישט ווערד,
געזעהן חיימא?
א בהמה,
אזוי משוגע,
אוי דעיס גוט,
אזא פּיגי,
צאפּטעך בלוט,
מיסטעיס זעהן,
געב א קוק,
עפן עס,
יעצט געשיקט,
אילן אילן, ששכר זבולון,
אוי רייך,
מער פון קרח,
און בעזאס; איבער אכציג ביליאן,
פירותיו מתוקים, שיעורי השקפה עי.איי,
די קוואדערס שפרינגען ווען ער געט זיך א דריי,
צלו נאה, א דערהויבענע סטאַק,
שלימזל פארקויפט,
געציטערט ס'קראכט,
ביל געיטס - אפּגאט,
א צרה באטראפן,
געפּלאפּלט אויף טי.ווי,
מעלינדא פארדאסן,
איבער מענטשהייט'ס וואוילזיין שטארק געזארגט,
אבער פון עפּשטיין'ס גליסטונג אויך גענאָסן,
א נייע קליפּ, א לעבנס טיפּ, א גוטע טריפּ,
סאציאלע מידיא,
דרשות און ווידעא,
חיזוק רייד,
מיט א טוּן באגלייט,
סעלעברעטיס לחד יומא,
לעכצן אלע זיין ר' שלמה,
"א גוטן טייערע חברים", קרומע פנים דרשנ'ט,
אויבערפלעכליך ווארט, קוועטש ארויס פון פרשה,
האט שטאף ביז תרומה,
גאנישט אויף ציץ, עולה, טומאה,
און וואס ליגט טיף אין העקעלע?
קום אויף מיט עפעס - מעקעלע,
ער האט עס געמאכט, "ס'פארט ארום"
א פלעפּל וואויסנאוט אומעטום,
סופּפער דוּפּפּער קוּל,
שוין באקומען פון ישראל,
א סעלפי אויף שטאטוס,
בילדער פון נייע טאטעס,
א זמר אויף גראָזן,
מיט א קיטאַר אין האנט,
גארגלט מיט הארץ,
ביי די שמחה'ס פּורפּל וואנט,
חתונה ביים ים,
חתן וויינט צאם,
האנט אויף אקסל,
דערהויבענע פאַקסן,
תחנונים לא תבושי,
ר' ישעי' בן ר' משה,
אוועק נעבעך,
לאנג געמוטשעט,
פיינע קינדער,
פרוי דערקוטשעט,
קוק דעי קליפ,
ספעציעל פארפּאסט,
הערשי'ס ליספּ,
מאטי'ס כרפּס,
אזוי מאַמיש,
מ'וויינט ממש,
שוידער פאסירט, עסקן צוגערירט,
געטץ פארפירט, קארנבלי ציטירט,
יעדער שרייט א דעה,
מ'ברויך מער נישט קיין מאה,
נאר א פּיסק און א פּאה,
וואקסין, פאוטשי, מאנדאט,
בּיידען אלט, באגדאד,
א קוגל איין גרויסע,
צוטייל מיר נישט די נושא,
גלויביגע צווייפלען מיטאמאל,
אין וויירוס גלייבן ניטאמאל,
"איך זאג דיר" - מבינים אהן א צאָל,
אויך די שופר'ל פון כלל ישראל,
א אפענע עמי,
נארוואס געליינט,
דער גוי פון דעקל מיט די זויבערע ציין,
אזוי גאר!? און ווי איז די פלאָ?!
פלוצים פארשוואונדן קיין זכר נישטאָ,
אָה ברוך הבא,
א האלבע שטאט היסט זיך אהן,
די לופט פארפעסטעט איבעראל,
און אט 'הבל' נאמינירט,
פון אלע מענטשן דעם יאר פיגורירט,
אין די שמועסן אויף וואטסאפּפּ,
ביי די שטיבלעך אין גאסיפּ,
רבנים, עסקנים, משפיעים,
פרישע כוכבים, חרטומים בלהטיהם,
פירער, אנפירער למינהם,
1) הרב ר' חעסקל יואל,
א איד ערליך און וואויל,
פארפיגט איבער א קבוצה,
וואס האט שוין א מחיצה,
זאל זיין מיט רינה דיצה,
פארשפרייט אין אלע תפוצות,
2) הרב שנעעבאלג'ס גאלדענע קייט,
זאל זיך ווייטער ציען,
פאר אלע נייע חסידים,
קענען ווייטער מיהען,
זיין א וועגווייזער,
פאר די נאכפאלגער און הייזער,
3) ממקומו הוא יפן,
פון הארצן טיפן,
אנשטאט יעמוד, יפּול אויסרופן,
דעם גובערנאטאר הויכגעשעצט,
בָּנוֹת צָעֲדָה אנגעזעצט,
עֲלֵי שיעור מוידן אנגעהעצט,
פון בענקל אים אראפגעזעצט,
לאכן לאכט דער לעצט,
קאומאו ברודער, וואו לאכט איר יעצט?
אמנם בנפול אל תשמח,
מיין נישט אז איך לאַך,
אבער געווינער פון די ליסטע,
יעדער פארשטייט קלאָר,
א נאמען א באוואוסטע,
נישט פארהאן צו דעם א פּאָר,
ר' שאול אלתר איז דער מענטש פונעם יאר!
לחיים! טוועני טוועניטאָ.
טרענדי 21'
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
.ר' שמעקעדיג: פארוואס האסטו אויסגעמעקט מיין פאעטרי...?! ביטע ענטפער...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל