בלאט 1 פון 2

מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 2:36 pm
דורך petrishke
[מסתמא געהערט די טעמע דא אהער]

אויב איינער דעיט א פרוי, וואס איז מער ווייניגער פאסיג מיט כמעט אלעס, אבער דאס יופי איז נישט זיין חלום.
דארף עס לייגן אויף האלד?
צו נישט ווארטן אויף בעסערס?
און טאמער איז ער חתונה געהאט, און [לפי כמה שיטות בזיווג שני איז ריכטיג אזא טענה] מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?

לאמיר הערן איינער מיינונג, אבער ערנסט גערעדט! מיט געפיל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 2:46 pm
דורך יואליש
פרעג די זעלבע חקירה מיט די מין געטוישט. אויב א פרוי האט חתונה מיט א מאן וועלכער איז מער ווייניגער פאסיג מיט כמעט אלעס, אבער זיין געשטאלט אדער געשטעל איז (מער) נישט צו איר געשמאק.. וכו'

ענטפער מיט געפיל.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 2:48 pm
דורך בת קול
דיין ערשטע ווייב וואלט אויסגעזעהן שענער אין דעם עלטער?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 2:51 pm
דורך petrishke
די פראגע איז אויך, צו ס'עפעקטירט נישט די מערידזש לייף, אויב ס'נישט צום הארצן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:02 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אז מ'רעדט דא פון דעיטן מיינט עס נישט בעשוי. האסטו געטראפן חן אין אירע אויגן, וואס טראכסטו אפי' פון שיינקייט? האסטו נישט געטראפן חן אין אירע אויגן, וואס שטופט דיר צו בלייבן מיט איר?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:04 pm
דורך berlbalaguleh
בת קול האט געשריבן:דיין ערשטע ווייב וואלט אויסגעזעהן שענער אין דעם עלטער?

יא: מיין ערשטע (און יעצטיגע) ווייב זעהט אויס (ב"ה) זייער שיין (אפילו אן מעיקאפ. און כש"כ מיט). אז מ'איז נישט פויל. מ'ארבעט. מ'מאכט נאטורליכע עקסערסייז. און מ'וואטשט וואס מ'עסט. (פי'. מ'האקט נישט אריין סטעיקס און זיסע קריעם קעיקס און אייזקריעם.) זעהט מען אויס ביי 70+ זייער שיין, בליעה"ר...לאל...!...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:05 pm
דורך אלבערט איינשטיין
petrishke האט געשריבן:און טאמער איז ער חתונה געהאט, און [לפי כמה שיטות בזיווג שני איז ריכטיג אזא טענה] מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?

לאמיר הערן איינער מיינונג, אבער ערנסט גערעדט! מיט געפיל.


דאכט צו מיר אז דערפאר האט מען מתקן געווען א פעטן כתובה ביי א גט אז די מאן זאל פלוצלינג נישט גט'ן ווייל ער האט געזען עפעס שענער. אז עס קאסט א טייערע פרייז העט ער טראכטן צוטיילט מאל בעפאר.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:10 pm
דורך petrishke
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אז מ'רעדט דא פון דעיטן מיינט עס נישט בעשוי. האסטו געטראפן חן אין אירע אויגן, וואס טראכסטו אפי' פון שיינקייט? האסטו נישט געטראפן חן אין אירע אויגן, וואס שטופט דיר צו בלייבן מיט איר?

אז מ'טרעפט חן אין אירע אויגן, מיינט נישט אז זי האט געטראפן ביי עהם חן...
און מ'רעדט נישט פון א ביזנעס שותף נאר פון א אינטימער שותף, וואס האט א צווייטע דערהער.

Re: מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:12 pm
דורך תוהו ובוהו
אד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:20 pm
דורך petrishke
תוהו ובוהו האט געשריבן:אד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]

אז ביסט שוין יא מדייק, ווייסטו ווי נאך ס'שטייט די מאמר, מצא אחרת נאה הימנה

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:33 pm
דורך קהל'ס נער
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
petrishke האט געשריבן:און טאמער איז ער חתונה געהאט, און [לפי כמה שיטות בזיווג שני איז ריכטיג אזא טענה] מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?

לאמיר הערן איינער מיינונג, אבער ערנסט גערעדט! מיט געפיל.


דאכט צו מיר אז דערפאר האט מען מתקן געווען א פעטן כתובה ביי א גט אז די מאן זאל פלוצלינג נישט גט'ן ווייל ער האט געזען עפעס שענער. אז עס קאסט א טייערע פרייז העט ער טראכטן צוטיילט מאל בעפאר

Sent from my SM-T727U using Tapatalk



א רחמנות פאר איינער וואס די איינציגסטע סיבה פארן זיין חתונה געהאט איז ווייל ער וויל נישט דארפן צאלן כתובה.

און אז מען רעדט שוין כתובה איז בערך א אלפ'ל אדער אלפיים, כ'גלייב נישט אז דעיס נעמט אין חשבון פארן גט'ן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 4:55 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
petrishke האט געשריבן:[מסתמא געהערט די טעמע דא אהער]

אויב איינער דעיט א פרוי, וואס איז מער ווייניגער פאסיג מיט כמעט אלעס, אבער דאס יופי איז נישט זיין חלום.
דארף עס לייגן אויף האלד?
צו נישט ווארטן אויף בעסערס?
און טאמער איז ער חתונה געהאט, און [לפי כמה שיטות בזיווג שני איז ריכטיג אזא טענה] מָצָא אַחֶרֶת נָאֶה מִמֶּנָּה?

לאמיר הערן איינער מיינונג, אבער ערנסט גערעדט! מיט געפיל.

שאלת חכם חצי תשובה; איך מיין אז דער תירוץ ליגט שוין אין דיין שאלה... אז ס׳האט מיט געפיל.

וואס ס׳וועט זיך אויסלאזן פון דעם זווג איין באשעפער ווייסט (קען אפילו זיין סאך בעסער ווי געראכאטן), אבער אונזער השתדלות איז אריינצוגיין מיטן רעכטן פיס... אויב איז דער געפיל נישט דערביי איז לעניית דעתי אסור צו טון דעם שידוך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 6:41 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו האט געשריבן:אד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]

תוהו ובוהו: דו ביסט שוין באלד אזוי ווי איך. דו טשעפעסט דיך אויף די גראדע ווענט. אבער...דו ביסט גערעכט. גיי זיי מסביר פאר איינער וואס איז נישט קיין בעל דיקדוק ווי ווייט ס'שטעכט א נישט ריכטיגע ספעללינג אדער נקודה...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:18 pm
דורך דערהויבענע איד
פעטרישקע, מעגסט זיך שעמען אז דיין קאפ לויפט צו אזעלכע שמוציגע זאכן. דו האסט אינגאנצען פארגעסן פארוואס מ'האט חתונה. און ווי מ'וויל אנקומען מיט דעם.
איך ווייס בכלל נישט ווי איינער וואס האט געלערנט אין אונזערע הייליגע מוסדות קומט אן צו דעם. אפילו ביי די גוים איז שטארק ארפגעקוקט איינער וואס טראכט אפציעל פון שיינקייט ביי א מענטש.

די וועג ווי אזוי דו גייסט יעצט זעט אויס אז באלד גייסטו דיך טויפן צו אידישקייט, וואס אין זייערע ספרים שטייט אסור לאדם שיקדש אשה עד שראנה, שמה רואה בה דבר מגונה ויעבור על ואהבת לריעך כמוך.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:31 pm
דורך petrishke
שעמען? פארוועמען?
און פארוואס דען האסטו חתונה די גרויסע מלאך.. המוות
איך האב גאנץ ווייניג געלערנט אין היימישע מוסדות, אויב דו ווילסט דווקא וויסן. און ממילא האב איך א ראש פתוח פאר אמת.
און כ'פרעג בכללות נישט פאר מיר, ווייל מיין ווייב האב איך ליב אידער וועי

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:50 pm
דורך קהל'ס נער
petrishke האט געשריבן:שעמען? פארוועמען?
און פארוואס דען האסטו חתונה די גרויסע מלאך.. המוות
איך האב גאנץ ווייניג געלערנט אין היימישע מוסדות, אויב דו ווילסט דווקא וויסן. און ממילא האב איך א ראש פתוח פאר אמת.
און כ'פרעג בכללות נישט פאר מיר, ווייל מיין ווייב האב איך ליב אידער וועי


פעטרישטקע: בארואיגט אייך @דערהויבענע רעדט סארקסטיש :lol:

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 9:00 pm
דורך שמעקעדיג
petrishke האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:אד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]

אז ביסט שוין יא מדייק, ווייסטו ווי נאך ס'שטייט די מאמר, מצא אחרת נאה הימנה

ביצה פרק ב'
ווען שמאי הזקן האט געטראפן א שענערע בהמה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 9:05 pm
דורך שמעקעדיג
צום שאלת האשכול,

דער תירוץ איז נישט אייניג פאר יעדן.

יעדע פרוי (און מאן) האט עפעס חסרונות. א מענטש דארף קענען דעסיידן וואס איז אים וויכטיגער און וואס ווייניגער וויכטיג. איינעם איז וויכטיגער מדות, א צווייטן פערסאנאליטעט, א דריטן שיינקייט. אוודאי וויל יעדער לכתחילה אלעס, אבער עס עקזיסטירט דאך נישט. אלזא דארף יעדער מענטש באשליסן ביי זיך וואס זענען זיינע פריאריטעטן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 9:14 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
דערהויבענע איד האט געשריבן:אפילו ביי די גוים איז שטארק ארפגעקוקט איינער וואס טראכט אפציעל פון שיינקייט ביי א מענטש.

איך האלט אז דיין תגובה איז נישט ממש אין פלאץ דא אויף @פעטרישקע׳ס שאלה בנוגע א שידוך. אבער, איך פערזענליך זיך שוין א לאנגע צייט אינפא איבער דעם נושא, ווייל מצד אחד איז דער דגוש אויפן שקר והבל מרפסין איגרא היינט, אבער מאידך גיסא הער איך דיין נקודה.

אבער, באמת נישט וואס ס׳טוטסעך ביי זיי איז די נפקא מינה. נאר להבדיל אני הק׳ בין זייער געשלאגן אין דעם... און איך וויל באמת זיך ארויסזען דערפון - אפשר עפענען אן עקסטער אשכול איבער דעם.

סאוי אין שכל פארשטיי איך זייער גוט די אומ-מארלישקייט פון פאוקעסן אויף א מענטשעס שיינקייט, אבער מאידך גיסא מיין סוב-קאנטשוס איז זייער זייער ביזי מיט דעם, בפרט ווען איך זעי פרעמדע מענטשן וועליך אטאמאטיש אוועליועטן און ענעלייזן די שקרים והבלים...

עני העלפ, אדער אינפא איז ווערי עפרישיעטעד

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 9:26 pm
דורך petrishke
שמעקעדיג האט געשריבן:צום שאלת האשכול,

דער תירוץ איז נישט אייניג פאר יעדן.

יעדע פרוי (און מאן) האט עפעס חסרונות. א מענטש דארף קענען דעסיידן וואס איז אים וויכטיגער און וואס ווייניגער וויכטיג. איינעם איז וויכטיגער מדות, א צווייטן פערסאנאליטעט, א דריטן שיינקייט. אוודאי וויל יעדער לכתחילה אלעס, אבער עס עקזיסטירט דאך נישט. אלזא דארף יעדער מענטש באשליסן ביי זיך וואס זענען זיינע פריאריטעטן.

די שאלה צו דאס עפעקט די מעריטדש

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 11:13 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
petrishke האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:אד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]

אז ביסט שוין יא מדייק, ווייסטו ווי נאך ס'שטייט די מאמר, מצא אחרת נאה הימנה

ביצה פרק ב'
ווען שמאי הזקן האט געטראפן א שענערע בהמה.

איך מיין. אויך אין סוף מס' גיטין. וואו די גמ' רעדט איבער די נעגאטיווע זייט פון גט'ן די (ערשטע) ווייב. רעכנט די גמ' אויס די סיבות פאר וועלכע א מענטש קען (האט די רעכט) גט'ן זיין ווייב. איין מאן דאמר זאגט..."אפילו מצא אחרת, נאה הימנה"...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 11:15 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
petrishke האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:צום שאלת האשכול,

דער תירוץ איז נישט אייניג פאר יעדן.

יעדע פרוי (און מאן) האט עפעס חסרונות. א מענטש דארף קענען דעסיידן וואס איז אים וויכטיגער און וואס ווייניגער וויכטיג. איינעם איז וויכטיגער מדות, א צווייטן פערסאנאליטעט, א דריטן שיינקייט. אוודאי וויל יעדער לכתחילה אלעס, אבער עס עקזיסטירט דאך נישט. אלזא דארף יעדער מענטש באשליסן ביי זיך וואס זענען זיינע פריאריטעטן.

די שאלה צו דאס עפעקט די מעריטדש

ווענטסעך וועלכע לעוועל מערידזש מ׳איז. געווענליך הייבטסעך עס אן חצוניות׳דיג אין ס׳קשר דארף ווערן טיפער און טיפער... ביז ס׳ווערט ׳איינס׳. און דאן פונקט ווי א מענטש׳ס אייגענער אויסזען עפעקט נישט זיין אהבת עצמו, כן הדבר הזה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 11:23 pm
דורך שמן למאור
berlbalaguleh האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:אד דו פינטלסט שוין יא, קומט א קמץ אינטער די אלף פון 'נאה' (ביי א נקבה)[emoji3]

תוהו ובוהו: דו ביסט שוין באלד אזוי ווי איך. דו טשעפעסט דיך אויף די גראדע ווענט. אבער...דו ביסט גערעכט. גיי זיי מסביר פאר איינער וואס איז נישט קיין בעל דיקדוק ווי ווייט ס'שטעכט א נישט ריכטיגע ספעללינג אדער נקודה...!

אז מ'רעדט שוין וועגן ספעלינג..
די אלע איבריגע למ''ד'ס וואס די שרייבסט, מאכט מיר אביסל נערוועז, אפשר 'זאלל' זיך עס סטאפן
'לאלל'