קעלנער האט געשריבן נאך זיין רעזיגנאציע (פה סח 2, תשע"ו):
איך האב נאכגעקוקט אסאך פארומס און גרופעס ... אין רוב גרופעס ענדיגן זיך די תקנות בערך אזוי: "דאס איז אונזער פארום, אין יעדן פאל וועלן מיר באשלוסן ווי אזוי מיר ווילן האנדלען. מיר פראבירן צו זיין יושר'דיג, אבער מיר קענען נישט מאכן קיין דין תורה אין יעדן פאל. אז עס געפעלט אייך נישט קענט איר גיין פון דא." א ריזיגע פראצענט פון די הנהלה'ס ענערגיע גייט אריין אין מסביר זיין און פארענטפערן יעדע באשלוס. דאס איז געווען א הויפט קוואל פון מיין ערשעפטקייט. כ'מיין אז מיר האבן שוין אמאל געשריבן אז ווען מ'קומט שרייבן אין א פארום דארף מען זיין גרייט צו ליידן אמאל פון א טעות מצד די הנהלה. אוודאי טארן טעותים נישט געשעהן אפט. אבער אויב די הנהלה איז מצליח צו געבן דעם געפיל אז מיר מיינען יעדנ'ס טובה – און איך מיין אז מיר האבן גאנץ גוט מצליח געווען מיט דעם, דארף מען זיין גרייט צו פארקוקן א טעות'ל דא און דארט.
איך קויף אויך נישט די טענה אז "דא און דארט האט יענער געשריבן ערגער" וכו' וכו'. קען זיין, אבער דעמאלטס בין איך אפשר געוועהן ביזי, אדער נישט באמערקט, אדער געוועהן אין א מאָד אז כ'האב אוועקגעקוקט פון די פאקט אז ער האט געשריבן עפעס וואס מ'טאר נישט. אויב לאכסטו דיך אויס פון קאווע שטיבל'ס תקנות און א מנהל זאגט דערווייל גארנישט מיינט דאס נישט אז א מנהל קען נישט מחליט זיין ווען אימער ער וויל אז עס מוז זיך תיכף אויפהערן.
ווייל עס זענען דא תקנות מיינט דאס נישט אז די מנהלים זענען אייביג מחוייב זיך צו שטעלן אויף זיי. מיר טוען וויפיל מיר קענען לויט וויפיל צייט מיר האבן, און מיר רעזערווירן אייביג די רעכטען צו טוהן וואס אימער עס פעלט אויס צוריקצושטעלן די תקנות אויף די רעלסן.
אזוי האב איך געשריבן אפאר יאהר צוריק:
מנהל האט געשריבן:וזאת למודעי אז מיר זענען זיך נישט מחייב צו רעדאגירן און פארמעקן יעדע זאך וואס קומט נישט נאך אונזערע תקנות. ווען א מנהל זעהט עפעס וואס טויג נישט וועט ער בל"נ עפעס טוהן דערוועגן, אבער אז מ'זעהט נישט אדער ער האט נישט קיין צייט וועט עס מעגליך בלייבן. ממילא זאל מען נישט האבן קיין טענות אז "דאס האט מען נישט פארמעקט, און דאס יא" וכו'. מ'טוהט וויפיל מ'קען, און מ'האפט אז דער עולם וועט זיך צושטעלן. פארשטייט זיך אז איינער וועט קאנסיסטענטי אביוזן די סיסטעם וועט מען אים אויסשפארן.
נאך א זאך, אזוי ווי די מנהלים זענען באאויפטראגט צו האלטען סדר דארף מען פאלגן א מנהל. אז דו האלטסט אז א מנהל איז נישט גערעכט, קענסטו אייביג שרייבן פריוואט און מסביר זיין דיין צד. סתם זיך אנפייפן גראבט אונטער די בעיסיק יסודות פון א פארום.
א דאנק פאר'ן קאאפערירן.