בלאט 1 פון 3

וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 8:43 pm
דורך דערהויבענע איד
קאווע שטיבל איז א מורא'דיגע מתנה פונעם אייבישטען, ווי אידן קענען זיך צוזאמשמועסן עניינים העומדים על הפרק. ברוך השם פארדעם.

ליינענדיג דא, איז זייער אבוויעס אז ס'איז גאר אנדערש פון אייוועלט הידוע לשמצה, ווי מ'קען גראד זען אז ס'איז דאמינענט ביי סאטמערע אדער סאטמער סטייל אידן, פון וויליאמסבורג און מאנרא.

דא אבער איז אלעס מער אפען, ממילא איז שווער צו וויסן וועלכע מענטשן זענען א חלק פון דעם. ס'איז נישט נוגע, אבער דאך וואלט געווען אינטערעסאנט ווען אלע חברים קענען שרייבן אביסל ווי אזוי מ'קוקט זיי אן אין זייער געזעלשאפט, נישט חלילה ווי ''מ'באלאנגט'' נאר מער פון וועלכע קרעמל מ'איז א חלק.

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 8:45 pm
דורך petrishke
נו הייב אן מיט דיר אליינס

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 8:47 pm
דורך דערהויבענע איד
איך למשל ''באלאנג'' צו איינע פון די שטרענגערע חסידות'ן, כ'הייס מער ווייניגער א קלוגע ליידיגייער, הגם איך פאק איין אסאך מער כאניקישע אינגערלייט ווען ס'קומט צו עבירות, אדער לערנען.

איך ציטער צו פארקויפן מיינע שיטות הקדושות, ווען כ'האב איינמאל געמענשענט ק''ש האט מען מיר געזאגט אז זיי האבן געהערט אז ס'איז א ''משוגענע'' סייט.

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 8:53 pm
דורך [NAMELESS]
איך בין א סאטמער געשטימטע איד אבער ב"ה די אויגן ברייט אפען און איך האב ליב א יעדע איד.

פאר מיר איז די אינטערסאנטסטע צו זעהן אויף קאווע שטיבעל די וואס באלאנגען באמת אויף אייוועלט, נאר זיי זענען נישט אויף אייוועלט ווייל זיי האבען פיינט סאטמער. ממילא קומען זיי דא ווי זיי קענען קריטיקירן סאטמער. אבער אויב זאל זיך איינער וואגן צו קריטיקירן זייערע זאכן נעמען זיי זיך שטויסען און בונטעווען אז ס'גייט א רויעך...

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 8:57 pm
דורך petrishke
איך בין א גוי וואס היט די שבע מצוות בני יואל

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 10:01 pm
דורך קאצקע ציקער
סהאט נישט מיט די חסידות ס'האט וואסערע טייפ מענטש מען איז . איך האלט אז דא דרייען זיך פון אלע חסידות'ן חוץ אפשר וויזניץ מרכז

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 10:09 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך בין א שטיצער פון קאווע שטיבל. און מיין צוואה שטייט מ'זאל אריין לייגען קאווע שטיבל אויף א דיסק צוזאמען מיט אלע וועקערס און מיין קבר מיט מיר. איך קום ארויף צום בית דין של מעלה גרייט פאר גן עדן. אבער טאמער גיי איך אים גהינם וויל איך האבן meaning פון די פייער. ס'קען נישט זיין אזוי פעינפול אז מ'ברענט צוזאמען מיט די הייליגע רייד וואס משמועסט זיך דא צונויף. באמת א חשובע פלאץ פול מיט חכמה און גליסטעניש פאר א בעסערע העכערע לעבן.

אז נדברו יראי השם איז אל רעהו ויקשוב השם וישמע, והוא יושבי ולייק כלנו בעל יום ויום בקאווע שטיבל לפניו.

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 10:13 pm
דורך קהל'ס נער
איך בין א בעלזער, ווי באקאנט ביים מערכה אין אשכול
"וועלכע רבי'ס זענען ראוי לאותו איצטלא"

מער פון דעים וויל איך נישט שרייבן פון מיך, גזירה שמא יתגלה קלונו.

אנשי אייוועלט ( אדער ווי בערעלע איז זיך נוהג צי זאגן: די יושבי חושך) זענען א באנדע היפעקריטן, זיי שטעלן זיך פאר אלץ די וואס פאלגן די חרד'יסטישע רבנים אויף יעדע זיז כל שהוא, אבער אין די זעלבע צייט ניצן זיי די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך מיין איך זעי נאכנישט וויאזוי מען מאכט פרנסה דורך זיצען אין א אינטערנעט קיאסק אויף אייוועלט און מען רעדט איין די שווער אז מען איז אין כולל.

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 11:32 pm
דורך berlbalaguleh
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך בין א שטיצער פון קאווע שטיבל. און מיין צוואה שטייט מ'זאל אריין לייגען קאווע שטיבל אויף א דיסק צוזאמען מיט אלע וועקערס און מיין קבר מיט מיר. איך קום ארויף צום בית דין של מעלה גרייט פאר גן עדן. אבער טאמער גיי איך אים גהינם וויל איך האבן meaning פון די פייער. ס'קען נישט זיין אזוי פעינפול אז מ'ברענט צוזאמען מיט די הייליגע רייד וואס משמועסט זיך דא צונויף. באמת א חשובע פלאץ פול מיט חכמה און גליסטעניש פאר א בעסערע העכערע לעבן.

אז נדברו יראי השם איז אל רעהו ויקשוב השם וישמע, והוא יושבי ולייק כלנו בעל יום ויום בקאווע שטיבל לפניו.

יאסל ראקאווער: דארט, אין גהינום וועסטו זיכער טרעפן 2 מענטשן. טוביה מאיר ניימאן און בערל בעל עגלה. ווייל דער עולם שעלט צוזאם טוביה מאיר אין גרויסן. און מ'סטראשעט איהם מיט גהינום. וועגן זיינע ראבא-קאללס.

איך מיין אז אין הימל ..,שטראפט מען אויך א יעדן מידה כנגד . מיט וואס וועט מען..."באשטראפן" טוביה מאיר? מיט ראבא-קאללס. נאר בערל בעל עגלה האט שוין געזאגט אז ס'שטערט איהם בכלל נישט טוביה מאירס ראבא-קאללס. (אפשר דזשי-ענד-דזשי'ס, יא.) א איד וואס איז אליינס א געליטענער איד. און ער איז זיך מוסר נפש צו העלפן אנדערע אידן. מיט אזא איד וויל איך זיין אין גהינם...! ענדערש ווי דער ..."גן עדן"...פון א סאך אנדערע ..."צדיקים"...!

Re: וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 04, 2022 11:34 pm
דורך ברוינשטיין
מיין חסידות ווייסט שוין יעדער איינער וועלכע איז געווען אקטיוו דא אין די לעצטע שטיק צייט.
מיינע חברים זענען ענק.

ווען מ'רעדט פון "מעטאָווערס" קלינגט דאס גרינג אין מיינע אויגן, וויבאלד איך שפיר ווי איך פארמאג אמת'ע חברים וועלכע איך פארברענג מיט זיי ווירטואל האבנדיג פיינע שמעוסן, עפנטליך און אין אישי, במילא איז "מעטאָווערס" נישט קיין פרעמדע געדאנק פאר מיין קעפעלע.

אגב, אויב איינער קען זיך אויס מער איבער די ערווארטעטע מעטאָווערס זאל אפשר שרייבן דערוועגן, דאנקס.


Sent from my SM-A125F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 12:48 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
"מעטאָווערס" מהו? ביטע לאך נישט פון מיין אמעראצעס...

נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:04 am
דורך שמעון וואלף
קהל'ס נער האט געשריבן:איך בין א בעלזער, ווי באקאנט ביים מערכה אין אשכול
"וועלכע רבי'ס זענען ראוי לאותו איצטלא"

מער פון דעים וויל איך נישט שרייבן פון מיך, גזירה שמא יתגלה קלונו.

אנשי אייוועלט ( אדער ווי בערעלע איז זיך נוהג צי זאגן: די יושבי חושך) זענען א באנדע היפעקריטן, זיי שטעלן זיך פאר אלץ די וואס פאלגן די חרד'יסטישע רבנים אויף יעדע זיז כל שהוא, אבער אין די זעלבע צייט ניצן זיי די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך מיין איך זעי נאכנישט וויאזוי מען מאכט פרנסה דורך זיצען אין א אינטערנעט קיאסק אויף אייוועלט און מען רעדט איין די שווער אז מען איז אין כולל.

אינטערנעט קיאסק? די חברה האבן א צווייטע אומגעפילטערטע פאון. די פליפ פאון ניצט מען אלץ די כשר'ע חזיר פיסל

נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:07 am
דורך ברוינשטיין
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:"מעטאָווערס" מהו? ביטע לאך נישט פון מיין אמעראצעס...

טאקע דערפאר האב איך ארויסגעשטעלט א ביטע, אז איינער זאל שרייבן דערוועגן, סתם אז איך זאל דיך פיטערן מיט האלבע זאכן איז א שאד די צייט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 1:52 am
דורך דערהויבענע איד
שמעון וואלף האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:אנשי אייוועלט ( אדער ווי בערעלע איז זיך נוהג צי זאגן: די יושבי חושך) זענען א באנדע היפעקריטן, זיי שטעלן זיך פאר אלץ די וואס פאלגן די חרד'יסטישע רבנים אויף יעדע זיז כל שהוא, אבער אין די זעלבע צייט ניצן זיי די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך מיין איך זעי נאכנישט וויאזוי מען מאכט פרנסה דורך זיצען אין א אינטערנעט קיאסק אויף אייוועלט און מען רעדט איין די שווער אז מען איז אין כולל.

אינטערנעט קיאסק? די חברה האבן א צווייטע אומגעפילטערטע פאון. די פליפ פאון ניצט מען אלץ די כשר'ע חזיר פיסל


במבואר מיט די אלע סקרינשאט'ס וואס זיי ברענגען פון טוויטער און פון פאקס ניוז, ווייזט נישט אויף א משומר קאמפיוטער.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך בנוגע איי וועלט, זיי האלטן זיך נישט נאר פאר א מהודר'דיגע סייט, נאר אלס א סייט וואס האלט כלל ישראל שטיין אויפ'ן פיס, איינמאל אייוועלט וועט אויפהערן עקזיסטירן ווייסעך נישט וואס וועט זיין מיט אלע תורה ויראת שמים מיט חאניאקיש'קייט, א שטייגער ווי מעלות וואס איז די שופר פון כלל ישראל.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 5:51 am
דורך petrishke
אייוועלט איז גענוי ווי די אראבער, אז זיי זענען פרום פאר יענעם, אבער זיי מעגן 'לכתחילה' וואס זיי האבן אליינס אפגעמאכט אז ס'איז לעגיטים, אפילו ס'איז א סתירה אינעם עצם פרומקייט.

Re: וועלכע ''מינע מענטשן'' זענען קאווע שטיבל?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 8:30 am
דורך אלבערט איינשטיין
איך בין אויפגעוואקסן אין מאנסי געלערנט אין גאר היימישע חדרים. היינט צוטאגס מער א קילע מענטש דאווענט ביי שיינער. גייט צו מיין חסידות רבי ביי די ספעציפישע יומא דפגרא׳ס אין יאר. מער צו טרעפן מיינע יונגט פריינד

דערהויבענע יוד. איז דאס גענוג פאר דיר צי געבן א בילד? מער פרטים איז שוין די באקאנטע ווארט חשש גילו

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 11:13 am
דורך קרעטשמער
עס איז אינטערעסאנט אז איך בין טיף אין די סיסטעם אין די חסידות ווי איך באלאנג. איך שאקל זיך אויף די פארענטשעס, אבער איך האב ליב צו שמועסן מיט אנדערע סארט אידן.

איך בין געקומעם דא נאכדעם וואס איך האב זיך פארעקעלט פון איי וועלט. איך בין נישט אזוי אקטיוו, אבער דאך ליין איך דא כמעט יעדן טאג

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 2:27 pm
דורך תרמב
דערהויבענע איד האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:אנשי אייוועלט ( אדער ווי בערעלע איז זיך נוהג צי זאגן: די יושבי חושך) זענען א באנדע היפעקריטן, זיי שטעלן זיך פאר אלץ די וואס פאלגן די חרד'יסטישע רבנים אויף יעדע זיז כל שהוא, אבער אין די זעלבע צייט ניצן זיי די אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, איך מיין איך זעי נאכנישט וויאזוי מען מאכט פרנסה דורך זיצען אין א אינטערנעט קיאסק אויף אייוועלט און מען רעדט איין די שווער אז מען איז אין כולל.

אינטערנעט קיאסק? די חברה האבן א צווייטע אומגעפילטערטע פאון. די פליפ פאון ניצט מען אלץ די כשר'ע חזיר פיסל


במבואר מיט די אלע סקרינשאט'ס וואס זיי ברענגען פון טוויטער און פון פאקס ניוז, ווייזט נישט אויף א משומר קאמפיוטער.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך בנוגע איי וועלט, זיי האלטן זיך נישט נאר פאר א מהודר'דיגע סייט, נאר אלס א סייט וואס האלט כלל ישראל שטיין אויפ'ן פיס, איינמאל אייוועלט וועט אויפהערן עקזיסטירן ווייסעך נישט וואס וועט זיין מיט אלע תורה ויראת שמים מיט חאניאקיש'קייט, א שטייגער ווי מעלות וואס איז די שופר פון כלל ישראל.

דאס אז אסאך פון די נייעס ברענגערס האבן נישט געפילטערטע אינטערנעט, מיינט נאך נישט אז אסאך מענטשן האבן נישט קיין תועלת פון אייוועלט אז זיי דארפן נישט ארויפגיין אויף די אינטערנעט געהעריג, זיי באגענוגן זיך מיט וואס מברענגט זיי אויף אייוועלט, און אגב זיי זענען פיין אפדעיטעד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 8:16 pm
דורך קהל'ס נער
ס'איז דאך אבער "אינטערנעט שלא לצורך פרנסה" וואס אלע רבנים האבן גע'אסר'ט, און אויף דאס האט הרב דן סג"ל פארגאסן טייכן טרערן ביים כינוס כלל ישראל, ועוד ווי קען מען האבן א תועלת פין אינטערנעט, פון אינטערנעט קען קיין גוטס נישט ארויסקומען, וכו'

#היפאקרעסי_בעיצומו

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:01 am
דורך שמעקעדיג
קרעטשמער האט געשריבן:עס איז אינטערעסאנט אז איך בין טיף אין די סיסטעם אין די חסידות ווי איך באלאנג. איך שאקל זיך אויף די פארענטשעס, אבער איך האב ליב צו שמועסן מיט אנדערע סארט אידן.

איך בין געקומעם דא נאכדעם וואס איך האב זיך פארעקעלט פון איי וועלט. איך בין נישט אזוי אקטיוו, אבער דאך ליין איך דא כמעט יעדן טאג

זאג מיר נישט, דו ביסט דער רויטער קרעטשמער בכבודו ובעצמו...? :P

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 7:45 am
דורך זופ מיט מאנדלען
כזע ווי דער עולם טרייסט זיך מיט די עבירות פון די אייוועלטער.

קאווע שטיבל וועט נישט צובאקומען קיין פערטל אות אפילו אויב אייוועלט ווערט א נורסערי, סאיז א שאד זיך צו בויען אויף יענעמס לאך פאר מען פילט אן די אייגענע.

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 8:53 am
דורך yesiknow
petrishke האט געשריבן:אייוועלט איז גענוי ווי די אראבער, אז זיי זענען פרום פאר יענעם, אבער זיי מעגן 'לכתחילה' וואס זיי האבן אליינס אפגעמאכט אז ס'איז לעגיטים, אפילו ס'איז א סתירה אינעם עצם פרומקייט.

אזוי ווי די יודישע רעליגיע האסטו מסתמא געמיינט צוזאגען...

נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 9:30 am
דורך קהל'ס נער
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כזע ווי דער עולם טרייסט זיך מיט די עבירות פון די אייוועלטער.

קאווע שטיבל וועט נישט צובאקומען קיין פערטל אות אפילו אויב אייוועלט ווערט א נורסערי, סאיז א שאד זיך צו בויען אויף יענעמס לאך פאר מען פילט אן די אייגענע.


איך פריי מיך גראדע אז ס'איז דא אייוועלט, אז נישט וואלטן זיי אנגעפירקלט ק"ש, ביי יעדע הצלה call, און מען וואלט נישט געקענעט רעדן קיין איין נערמאלע ווארט אן מוחה זיין אויף די ציונים, אדער אינטערנעט.


(אז מען רעדט שוין, פארוואס טאקע איז אינטערנעט אזוי טרפה? ווייל די ציונים באניצען זיך דערמיט.....ודו"ק והבן כי עמוק היא מאוד (עפעס אזוי ענדיגט מען א פשעטל וואס מען פארשטייט אליינס נישט))

אין א געוויסע זין איז עס "עמי" ווס. "משפחה", משפחה און אייוועלט זענען מעלה גירה די זעלבע אג'ענדעס, ק"ש און עמי האבן נישט מורא פון קאנטראווערסי און חידושים.