בלאט 1 פון 2
שלוש השבועות פון כתובות
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 5:14 am
דורך הליכות עולמים
די פראסט מיינונג פון די חרדים אז די שבועות זיי זענען גילטיק און זייער מיינונג פון די קנאים אז זיי זענען ביהרג ואל יעבור וכו'. אבער זייער מיינונג פון פילע גדוילים אז די שבועות זאנען נישט גילטיק און זייער מיינונג פון גאנץ עטלעכע אז די שבועות זאנען נישט להלכה.
https://www.google.co.il/url?sa=t&sourc ... 8cY8pkvZ_8https://www.google.co.il/url?sa=t&sourc ... 4amkCldt4W
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 7:06 am
דורך קאך_לעפל
שכוח!
זייער אינפארמאטיוו.
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 9:41 am
דורך petrishke
איז דאך דער בעל בני יואל געווען א יחיד נגד רבים?
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 12:52 pm
דורך שמן למאור
קלאר אז די דברי יואל איז געווען א יחיד נגד רבים,
וכן לגבי נישט גיין צו די בחירות, איז ער געווען א יחיד נגד הרבים,
און וועגן דעם טאקע, נעמט מען נישט אן אזוי ווי אים, נאר און סאטמאר
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:03 pm
דורך וואלווי
petrishke האט געשריבן:איז דאך דער בעל בני יואל געווען א יחיד נגד רבים?
הוא מותיב והוא מפרק. ער שרייבט אין ויואל"מ אז ס'נישט דא א טענה צו גיין נאך רוב, ווייל יחי"ד ורבים הלכה כרבים איז נאר ווען דער יחיד, דהיינו יחידו של עולם כביכול איז מיט די רבים, אבער אן דעם אז די רבים איז מיט'ן באשעפער, איז נישטאָ קיין הלכה כרבים, עיי"ש
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:12 pm
דורך שמן למאור
דער וואס טוט אביסל דורך די ענין מיט א קלארע מח, און נישט מיט א שוין פון פריער אפגעמאכטן מסקנה, זעט קלאר אז די ויואל משה איז א שווערע ספר, און איך מיין נישט טיף און למדניש, דאס טאקע אויך, אבער די מסקנות וואס ער קומט צו זיי צי, איז אסאך מאל מיט דחוקים און מיטן אננעמען אזוי ווי א יחיד, און טיילמאל דורכן ארויספסקענען פון א מדרש וואס קיינער האט נישט געהאלטן אזוי
כבודו במקומו מינח, איך קים נישט צו לקרסילי רגליו, און איך האב מיך שוין עטליכע מאל משתתח געווען על קברו, אבער מען טרעפט אויך אסאך מאל א שווערע רמב''ם, און מען פסקענט נישט אזוי, ולא נגרע מכבוד תורתו כלום
היות סאטמאר האט א שטארקע מענאפאל אויפן היימישע פרעסע און אמעריקא, און אלעס דארף זיין אדער פרא סאטמאר, אדער סאטמאר געשטימט, ממילא איז דא די איינרעדעניש ביים המון עם, אז די שיטה הקדושה פונעם ויואל משה, און פונעם על הגאולה, איז געווען די אנגענימענע מיינונג ביים היימישן חסידישן עולם, און אזוי ווי די מאמר וואס זיי זאגן כסדר נאך, אז רביה''ק האט ארויסגעגעבן א ספר, און קיינער האט עס נישט אפגעוואנדן
און באמת די וואס געהערן צו די מער ציוניסטישע קרייזן ווייסן אז דאס איז בכלל נישט אמת, קודם כל האט שוין ר' יואל כהן געשריבן בשם רבו האדמו''ר מליובאוויטש (וואס האט זיך נאך געקענט פארמעסטן מיטן סאטמאר רב און תורה) לאנגע תשובות אפציענטפערן די ויואל משה, און די קלויזענבורגער רב האט געזאגט אז איך קען ארויסגעבן א ספר צוויי מאל אזוי לאנג צו אויפווייזן אז ער איז נישט גערעכט,
בקיצור ס'איז נישט געווען די אנגענימענע מיינונג ביי רוב גאונים וגדולים,
לעצטנס האב איך געזען א שיין ספר וואס נעמט ציזאמען די גאנצע זאך, און ברענגט ארויס די שוועריגקייטן פונעם ויואל משה, די ספר הייסט 'עלה נעלה'
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:22 pm
דורך שמן למאור
ס'איז מיר באמת א פלא, וויאזוי סאטמאר האט באוויזן דאס צו מאכן פאר די אנגענימענע מיינונג,
נעם למשל גיין צו די בחירות, די רבנים המתירים:
טשיבינער רב
בעלזער רב
האמרי חיים
האמרי אמת
קלויזענבורגער רב
ר' אהרן קאטלער
החזון איש
ועוד הרבה זי''ע
און די אוסרים איז נאר סאטמאר רב ותלמידיו, און בריסקער רב
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:39 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך האב באמת נישט קיין מיינונג אין דעים
דא זע איך אז סאטמארער רב האט זיך אפגעריסן פון זיין צייט צו שרייבן די חיבור, בחייו האט קיינער נישט אפגעווענדט, און טשעבינער און בעלזער רב האבן דעם ויואל משה נישט געזען, קען זיין אז עס וואלט משנה געווען זייער מיינונג (כידוע אז דער ערשטער סקולענער רבי זצ"ל האט געזאגט אז ער האט געטוישט זיין מיינונג קעגן די אגודה נאכ׳ן זען דעם ויו"מ)
דעת החזו"א איז מוטל במחלוקות צווישן זיינע נאנטסטע מענטשן ואין ראי׳
קלויזענבערגער רב ז"ל האט געשריבן הונדערטער תשובות און געהאט אסאך מער צייט פון סאטמערער רב, פארוואס האט ער נישט געשריבן א ספר? (פאר די מלחמה איז ער געווען אויפן זעלבן פעידזש ווי זיין דעמאלסדיגן פעטער, נאכדעם האט ער געטוישט ואכמ"ל די סיבות)
אמרי חיים? שוין
פון די אנדערע זייט האט ער געהאט גדולים וצדיקים נישט פון זיין חדר וואס האבן געהאלטן ווי אים
ר׳ איציקל מפשעווארסק
ר׳ מרדכי סאוויצקי, געווען ווייט אין אנדערע זאכן כרחוק מזרח ממערב,ער האט געחתמ׳ט קעגן די בחירות
חוץ די אנדערע וואס זענן טאקע געווען נאנט צו אים אבער כו"ע מודי אז זיי זענן געווען ערליכע יודן, האבן פולשטענדי געהאלטן ווי אים
רמ"א פריינד
תולדות אהרן
טאש
ועוד
בקיצור, עס איז נישט זיכער אז ער איז געווען א יחיד
חוץ מזה האט ער גענומען א צד וואס האט אים נישט געברענגט כבוד און געלט (מער זיכער נישט) משא"כ די אנדערע לעבן א לעבן אויף די מדינה וואס זיי האבן אנגענומען
(נישט ח"ו איך זאג אויף די אויבנדערמאנטע אז זיי האבן דאס געמיינט, חס מלהזכיר אבער דאס איז דער מציאות
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:40 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
דער עולם מישט אויס די שבועות מיט די בחירות וועלכע זענען צוויי גאר באזונדערע נושאים, דאס צו די שבועות זענען גילטיג איז בכלל נישט מכריע איבער בחירות און דאס אז גדולים האבן געשיקט צו די בחירות זאגט נישט קיין כי הוא זה מיט די שלש שבועות, דאס זענען דברים ידועים וברורים פאר ווער סהאט נאר געשפענדעט צוויי מינוט צו דער נושא.
כהאב חוץ מזה הנאה ווי עמיצער רופט אים אן בעל בני יואל, און א צווייטער קלעימט אז די פסקים פון ספר דברי יואל זענען נישט אנגענומען בעת ווען סאיז בלויז א דרוש ספר. דער ספר איבער ציונות הייסט ויואל משה.
מיט אזעלכע אינטעלעקטואלן ווייסיך שוין נישט ווער עס זענען די אנאלפאבעטן.
[נישט אז ווער סווייסט נישט איבער סאטמאר איז אן אנאלפאבעט נאר ווער סאיז הוגה דעות אין ענינים וואס ער ווייסט נישט די מינימום איז אן אנאלפאבעט בעניני דעות]
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 1:50 pm
דורך שמן למאור
גערעכט, איך ווייס אז די ספר איז ויואל משה, נאר כ'האב בטעות געשריבן דברי יואל, ווייל די וועלט איז מער רגיל צו ריפן דאם סאטמאר רב מיטן נאמען, 'דער דברי יואל' ווי צו זאגן די 'בעל ויואל משה'
שכח פארן אנמערקן, כ'גיי עס פארעכטן
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 2:09 pm
דורך שמן למאור
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך האב באמת נישט ריין מיינונג אין דעים
דא זע איך אז סאטמארער רב האט זיך אפגעריסן פון זיין צייט צו שרייבן די חיבור, בחייו האט קיינער נישט אפגעווענט, און טשעבינער און בעלזער רב האבן דעם ויואל משה נישט געזען, קען זיין אז עס וואלט משנה געווען זייער מיינונג (כידוע אז דער ערשטער סקולענער רבי זצ"ל האט געזאגט אז ער האט געטוישט זיין מיינונג קעגן די אגודהנאכ׳ן זען דעם ויו"מ)
דעת החזו"א איז מוטל במחלוקות צווישן זיינע נאנטסטע מענטשן ואין ראי׳
קלויזענבערגער רב ז"ל האט געשריבן הונדערטער תשובות און געהאט אסאך מער צייט פון סאטמערער רב, פארוואס האט ער נישט געשריבן א ספר? (פאר די מלחמה איז ער געווען אויפן זעלבן פעידזש ווי זיין דעמאלסדיגן פעטער, נאכדעם האט ער געטוישט ואכמ"ל די סיבות)
אמרי חיים? שוין
פון די אנדערע זייט האט ער געהאט גדולים וצדיקים נישט פון זיין חדר וואס האבן געהאלטן ווי אים
ר׳ איציקל מפשעווארסק
ר׳ מרדכי סאוויצקי, געווען ווייט אין אנדערע זאכן כרחוק מזרח ממערב,ער האט געחתמ׳ט קעגן די בחירות
חוץ די אנדערע וואז זענן טאקע געווען נאנט צו אים אבער כו"ע מודי אז זיי זענן געווען ערליכע יודן, האבן פולשטענדי גגעהלטן ווי אים
רמ"א פריינד
תולדות אהרן
טאש
ועוד
בקיצור, עס איז נישט זיכער אז ער איז געווען א יחיד
חוץ מזה האט ער גענומען א צד וואס האט אים נישט געברענגט כבוד און געלט (מער זיכער נישט) משא"כ די אנדערע לעבן א לעבן אויף די מדינה וואס זיי האבן אנגענומען
(נישט ח"ו איך זאג אויף די אויבנדערמאנטע אז זיי האבן דאס געמיינט, חס מלהזכיר אבער דאס איז דער מציאות
בעלזער רב האט געוויסט וואס סאטמאר רב האלט, און סאטמאר רב איז אפילו אריין ביחידות צום בעלזער רב צו רעדן איבער דעם ענין, און די בעלזער רב האט זיך נישט געטוישט זיין מיינונג כידוע,
קלויזענבורגער רב האט געזאגט אז ער וויל נישט ארויסגעבן אזא חיבור, ווייל ער זעט ווי פאר'עקשנ'ט סאטמאר רב איז דערביי, און ס'איז משמים אז ער זאל אזוי מחמיר זיין, און עס וועט נאר גיין אהין און צירוק, און ווי שוין געשריבן אויבן, איז יא ארויסגעקומען בחייו פונעם סאטמאר רב, תשובות אים אפצוענטפערן,
און איך ווייס אויך נישט פון ווי די נעמסט, אז קלויזענבורגער רב האט געהאט (סאך) מער צייט ווי די סאטמאר רב
רמ''א פריינד, טאהש, און תולדות אהרן, זענען אלע מאר וויניגער סאטמארע תלמידים, וואס האבן אנגענימען דעת רבם,
אגב אויב די ברענסט טאהש, קען איך אויך ברענגען, ראי''ל שטיינמאן, דער בית ישראל, לב שמחה, פני מנחם, ישועות משה, רב א''מ שך , ר' עובדיה יוסף, נתיבת שלום מסלונים, יו געט די פוינט, איך האב בעיקר געברענגט פון א דור פריער, וואס זענען שוין געווען די גדולי הדור, ווען די שאלה איז ארויפגעקומען
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 2:17 pm
דורך שמן למאור
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:חוץ מזה האט ער גענומען א צד וואס האט אים נישט געברענגט כבוד און געלט (מער זיכער נישט) משא"כ די אנדערע לעבן א לעבן אויף די מדינה וואס זיי האבן אנגענומען
(נישט ח"ו איך זאג אויף די אויבנדערמאנטע אז זיי האבן דאס געמיינט, חס מלהזכיר אבער דאס איז דער מציאות
ח''ו צו זאגן אז סאטמאר רב האט געמיינט דערמיט כבוד אדער געלט, זיכער האט ער אזוי געהאלטן להלכה, קיינער זאגט נישט אנדערש,
אבער ס'איז אויך קלאר אז די אנדערע גדולים וואס האבן זיך געקריגט מיט אים, האבן אויך נישט געמיינט כבוד און געלט, און האבן אויך אזוי געהאלטן להלכה
און די אלע נערישע גערעדעכצער פון, ''מען האט איינגערעדט דעם בעלזער רב'' וכ' איז אלעס [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 2:25 pm
דורך קאך_לעפל
עצי שטים האט געשריבן:גערעכט, איך ווייס אז די ספר איז ויואל משה, נאר כ'האב בטעות געשריבן דברי יואל, ווייל די וועלט איז מער רגיל צו ריפן דאם סאטמאר רב מיטן נאמען, 'דער דברי יואל' ווי צו זאגן די 'בעל ויואל משה'
שכח פארן אנמערקן, כ'גיי עס פארעכטן
זייער פיין!
מיר קענען שוין נישט ווארטן ביז איר פאררעכט דאס.
יישר כוח, פארן מעלדן פון פאראויס..
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 2:28 pm
דורך נאך א מיינונג
דער ויואל משה באציט זיך בכלל נישט צו די טענה פון די מחייבי הבחירות אז דער וואס וואוינט אין א לאנד איז שוין א שותף מיט זיי. ער שרייבט און שרייבט און שרייבט, און איגנארירט גענצליך די עיקר שאלה. ער רעדט פון א נושא וואס איז בכלל נישט נוגע פאר קיינעם, ווייל קיין שום ליינער פון זיין ספר האט נישט געפלאנט צו גרינדן א מדינה.
צו די עיקר שאלה פון בחירות באציט ער זיך בכלל נישט, נאר מיט אן איסור אן א טעם.
ביזדערווייל האט קיינער נישט אפגעפרעגט די מחייבי הבחירות, און בחיי די מחייבים האט זיכער קיינער נישט אזוי געטון.
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 2:56 pm
דורך מיליאנער
נאך א מיינונג האט געשריבן:דער ויואל משה באציט זיך בכלל נישט צו די טענה פון די מחייבי הבחירות אז דער וואס וואוינט אין א לאנד איז שוין א שותף מיט זיי. ער שרייבט און שרייבט און שרייבט, און איגנארירט גענצליך די עיקר שאלה. ער רעדט פון א נושא וואס איז בכלל נישט נוגע פאר קיינעם, ווייל קיין שום ליינער פון זיין ספר האט נישט געפלאנט צו גרינדן א מדינה.
צו די עיקר שאלה פון בחירות באציט ער זיך בכלל נישט, נאר מיט אן איסור אן א טעם.
ביזדערווייל האט קיינער נישט אפגעפרעגט די מחייבי הבחירות, און בחיי די מחייבים האט זיכער קיינער נישט אזוי געטון.
מאדנע. איינער וואס האט קיינמאל נישט געעפנט קיין ויואל משה קומט זאגן וואס ס'שטייט יא אדער נישט דארט...
סאטמאר רב איז זייער שיין מבאר פארוואס גיין צו די בחירות איז חמורה שבחמורות.
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 3:13 pm
דורך petrishke
סאטמארע רב האט נישט געוואוסט פון אזא זאך זיך בייגן פאר א צווייטן, און ממילא דער יחיד ווי עהם איז געווען שוקל קעגן יעדן איינעם, ווייל ער האט אפגעמאכט וואס מיינט כפירה, דאס וואס ער האלט, האלט די תורה.
דאס גאנצע כוח זיינע איז געווען איין זאך, ער איז געווען זייער הומאריסטיש און א געוואלדיגע דעמאגאג! א געשליפענעם צונגל.
און בעיקר, נאכן קריג איז כלל ישראל געווען אויף צוויי זייטן, אדער גייט מען מחמיר זיין עד הסוף, אדער אפלאזן אלעס. איז געקומען דער סאטמארע רב און געכאפט דעם פרומ-איבערגעצויגענעם זייט, און א רייע גדולים ורביים האבן שווער געארבעט צו צייגן אז ס'דא א מיטל וועג. בעלז גור און ליובאוויטש האבן שוין געהאט חסידים פארדעם, ממילא האבן זיי געהאט פלייש צו גיין ווייטער. דאס איבריגע איז געפאלן געפאנגן צו ''סאטמאר געשטימט'' ביז ביז ביז...
איינער האט זיך אפגעלאזט נאך כואב תשל''ט, אנדערע מיט די צייט פונעם ביירעך, און מי שלא ידע את יואל, האלט עס ווייטער ווי א געבוירענעם הרגל ווייל מיט דעם זענען זיי איינגעזייגט געווארן. בלי טעם וריח
Re: שלוש השבועות פון כתובות
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 4:01 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך האב באמת נישט ריין מיינונג אין דעים
דא זע איך אז סאטמארער רב האט זיך אפגעריסן פון זיין צייט צו שרייבן די חיבור, בחייו האט קיינער נישט אפגעווענט, און טשעבינער און בעלזער רב האבן דעם ויואל משה נישט געזען, קען זיין אז עס וואלט משנה געווען זייער מיינונג (כידוע אז דער ערשטער סקולענער רבי זצ"ל האט געזאגט אז ער האט געטוישט זיין מיינונג קעגן די אגודהנאכ׳ן זען דעם ויו"מ)
דעת החזו"א איז מוטל במחלוקות צווישן זיינע נאנטסטע מענטשן ואין ראי׳
קלויזענבערגער רב ז"ל האט געשריבן הונדערטער תשובות און געהאט אסאך מער צייט פון סאטמערער רב, פארוואס האט ער נישט געשריבן א ספר? (פאר די מלחמה איז ער געווען אויפן זעלבן פעידזש ווי זיין דעמאלסדיגן פעטער, נאכדעם האט ער געטוישט ואכמ"ל די סיבות)
אמרי חיים? שוין
פון די אנדערע זייט האט ער געהאט גדולים וצדיקים נישט פון זיין חדר וואס האבן געהאלטן ווי אים
ר׳ איציקל מפשעווארסק
ר׳ מרדכי סאוויצקי, געווען ווייט אין אנדערע זאכן כרחוק מזרח ממערב,ער האט געחתמ׳ט קעגן די בחירות
חוץ די אנדערע וואז זענן טאקע געווען נאנט צו אים אבער כו"ע מודי אז זיי זענן געווען ערליכע יודן, האבן פולשטענדי גגעהלטן ווי אים
רמ"א פריינד
תולדות אהרן
טאש
ועוד
בקיצור, עס איז נישט זיכער אז ער איז געווען א יחיד
חוץ מזה האט ער גענומען א צד וואס האט אים נישט געברענגט כבוד און געלט (מער זיכער נישט) משא"כ די אנדערע לעבן א לעבן אויף די מדינה וואס זיי האבן אנגענומען
(נישט ח"ו איך זאג אויף די אויבנדערמאנטע אז זיי האבן דאס געמיינט, חס מלהזכיר אבער דאס איז דער מציאות
"בחייו האט קיינער נישט אפגעווענט,"
אזוי גאר?!?! ווען איז די ספר התקופה הגדולה ארויסגעקומען?? נאך תשל"ט??
און כ'האב נייעס פאר אייך אז רוב פון קשיות און תירוצים וואס דער סאטמארער רבי ברענגט אין ויוא"מ און אין על הגאולה, האבן שוין עקזיסטירט נאך איידער קום המדינה, ווי למשל אין ספר גאולת ישראל פון הרב אברהם יעלין זצ"ל במח"ס ארך אפיים אויף כעס, עיי"ש, און נאך אנדערע וואס כ'געדענק נישט יעצט אויפן מינוט.
והשנית, וואס איז א נפק"מ צו מ'האט יא אדער נישט אפגעווענדט סאטמארער בחייו, אויב זיינע פסקים זענען גענוג שטארק (נישט טעראר) וועט עס האבן קיום אויף שטענדיג פינקט ווי למשל ר' משה פיינשטיין'ס פסקים צו אנדערע, וואס זענען פעסט און שטארק אפילו יארן שפעטער און אפילו זיי זענען שוין בעלמא דקשוט.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 6:39 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
עצי שטים האט געשריבן:א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך האב באמת נישט ריין מיינונג אין דעים
דא זע איך אז סאטמארער רב האט זיך אפגעריסן פון זיין צייט צו שרייבן די חיבור, בחייו האט קיינער נישט אפגעווענט, און טשעבינער און בעלזער רב האבן דעם ויואל משה נישט געזען, קען זיין אז עס וואלט משנה געווען זייער מיינונג (כידוע אז דער ערשטער סקולענער רבי זצ"ל האט געזאגט אז ער האט געטוישט זיין מיינונג קעגן די אגודהנאכ׳ן זען דעם ויו"מ)
דעת החזו"א איז מוטל במחלוקות צווישן זיינע נאנטסטע מענטשן ואין ראי׳
קלויזענבערגער רב ז"ל האט געשריבן הונדערטער תשובות און געהאט אסאך מער צייט פון סאטמערער רב, פארוואס האט ער נישט געשריבן א ספר? (פאר די מלחמה איז ער געווען אויפן זעלבן פעידזש ווי זיין דעמאלסדיגן פעטער, נאכדעם האט ער געטוישט ואכמ"ל די סיבות)
אמרי חיים? שוין
פון די אנדערע זייט האט ער געהאט גדולים וצדיקים נישט פון זיין חדר וואס האבן געהאלטן ווי אים
ר׳ איציקל מפשעווארסק
ר׳ מרדכי סאוויצקי, געווען ווייט אין אנדערע זאכן כרחוק מזרח ממערב,ער האט געחתמ׳ט קעגן די בחירות
חוץ די אנדערע וואז זענן טאקע געווען נאנט צו אים אבער כו"ע מודי אז זיי זענן געווען ערליכע יודן, האבן פולשטענדי גגעהלטן ווי אים
רמ"א פריינד
תולדות אהרן
טאש
ועוד
בקיצור, עס איז נישט זיכער אז ער איז געווען א יחיד
חוץ מזה האט ער גענומען א צד וואס האט אים נישט געברענגט כבוד און געלט (מער זיכער נישט) משא"כ די אנדערע לעבן א לעבן אויף די מדינה וואס זיי האבן אנגענומען
(נישט ח"ו איך זאג אויף די אויבנדערמאנטע אז זיי האבן דאס געמיינט, חס מלהזכיר אבער דאס איז דער מציאות
בעלזער רב האט געוויסט וואס סאטמאר רב האלט, און סאטמאר רב איז אפילו אריין ביחידות צום בעלזער רב צו רעדן איבער דעם ענין, און די בעלזער רב האט זיך נישט געטוישט זיין מיינונג כידוע,
וואס האט מען דארט גערעדט?, סאטמאר רב האט געזאגט אז מ' האט אים נישט געלאזט רעדןקלויזענבורגער רב האט געזאגט אז ער וויל נישט ארויסגעבן אזא חיבור, ווייל ער זעט ווי פאר'עקשנ'ט סאטמאר רב איז דערביי, און ס'איז משמים אז ער זאל אזוי מחמיר זיין, און עס וועט נאר גיין אהין און צירוק,
א נארישע תירוץ אפילו צו זאגן, און א בזיון פאר אים צו פארציילן פארוואס ער האט געטוישט זיין מיינונג און ווי שוין געשריבן אויבן, איז יא ארויסגעקומען בחייו פונעם סאטמאר רב, תשובות אים אפצוענטפערן,
בחייו? אויסער התקופה הגדולה? וואס איז במחכ"ת נאריש געשריבן פון א צובראכענער אידאון איך ווייס אויך נישט פון ווי די נעמסט, אז קלויזענבורגער רב האט געהאט (סאך) מער צייט ווי די סאטמאר רב
די ווייסט עס אויך, וואפארא עולם די צוויי האבן געהאט
רמ''א פריינד, טאהש, און תולדות אהרן, זענען אלע מאר וויניגער סאטמארע תלמידים, וואס האבן אנגענימען דעת רבם,
רמ"א און טאש זענן נישט געווען תלמידים, און אפילו יא פארוואס איז זייער מיינונג נישט מאסגעבענד און א ראי' צום אמתאגב אויב די ברענסט טאהש, קען איך אויך ברענגען, ראי''ל שטיינמאן, דער בית ישראל, לב שמחה, פני מנחם, ישועות משה, רב א''מ שך , ר' עובדיה יוסף, נתיבת שלום מסלונים, יו געט די פוינט, איך האב בעיקר געברענגט פון א דור פריער, וואס זענען שוין געווען די גדולי הדור, ווען די שאלה איז ארויפגעקומען
איך וויל נישט אריינגיין אין וויכוחים ווייל ווי געזאגט אז איך בין נישט זיכער צו ער איז יא אדער נישט גערעכט, אבער די מציאות אז ער האט זיך אליין ארויסגעשטעלט און געפירט די מערכה מיט א אמת, געהאלפן יעדען איד נישט קיין נפק"מ צו ער האלט יא ווי אים, צו נישט, אויך האט ער עס נישט געירשנ'ט פון זיין טאט'ן נאר אליין מברר געווען און מוותר געווען אויף אלעם (ער איז געווען א אדם השלם מיט כאריזמע און מעלות וואס ער וואלט געשלעפט א גרויסע ציבור עמך אידן און עשירים) מאכט שטארק סענס אז ער איז געווען גערעכט
אבער איך וויל נישט פירן קיין וויכוחים, עס איז דא גענוג סאבדזעקטס דא
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 8:02 pm
דורך petrishke
זיין לעגעסי איז פארפוילט
נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 9:37 pm
דורך ליב צו וויסן
ס'קומט צו שמייכלען צו זעהן וואס דא קומט פאר..
ווער עס האט נאר 2 אויגן און קען די היסטאריע, ווייסט זייער קלאר פארוואס די אגודה גייט צו די בחירות.
ס'איז אמת אז די
מזרחי האט געהאט אן אויפגעבויעטע תורה'דיגע מהלך אנדערש ווי די ויוא"מ, אבער די אגודה??
די אגודה'ס גיין צו די בחירות גלייך אין אנהייב (ככפאו שד...
), די פלוצלונג'דיגע היתר צו אריין גיין אין די קאאליציע מיט בעגין'ן, דאס ווערן א סגן שר, דאן שר ממש (??) איז אלעס ריין פאליטיק, פראפיט און פאוער.
האלטס אביסל מיט די מועצת גדולי התורה מיטינגס, די געוואלדיגע הלכה'דיגע שקלא וטריא וואס טוט זיך דארט [נישט] אפ, און דאן קומטס מיר פארציילן וועלכע חיבור זיי האבן יא אדער נישט געוואלט מאכן..
ס'איז זייער נישט שיין צו פארשמירן די מזרחי (וואס זענען היפש קאנסיסטענט אין זייער מהלך), מיטן זיי צוגלייכן צו די אגודה (וואס זענען פונעם ערשטן טאג צוגעגאנגען מיט אן opportunistic צוגאנג).
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 12:54 am
דורך nespresso
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:איך האב באמת נישט קיין מיינונג אין דעים
דא זע איך אז סאטמארער רב האט זיך אפגעריסן פון זיין צייט צו שרייבן די חיבור, בחייו האט קיינער נישט אפגעווענדט, און טשעבינער און בעלזער רב האבן דעם ויואל משה נישט געזען,
טשעבינער רב האט עס געהאט און געלייגט ביי די ספרים אויף אגדות הש''ס
קען זיין אז עס וואלט משנה געווען זייער מיינונג
(כידוע אז דער ערשטער סקולענער רבי זצ"ל האט געזאגט אז ער האט געטוישט זיין מיינונג קעגן די אגודה נאכ׳ן זען דעם ויו"מ) ק
דעת החזו"א איז מוטל במחלוקות צווישן זיינע נאנטסטע מענטשן ואין ראי׳
וועלכע נאנטע מענטשן? סתם די חזון איש האט געהאט א אייגענע פארטיי וואס איז געלאפן צום כנסת פישל פעלדמאן טאטע פון חיים משה איז געווען ראש פון די פארטיי
קלויזענבערגער רב ז"ל האט געשריבן הונדערטער תשובות און געהאט אסאך מער צייט פון סאטמערער רב, פארוואס האט ער נישט געשריבן א ספר? ווייל ער האט געהאט אביסל כבוד פאר זיין פעטער און נישט געוואלט ארויס קוממען אזוי ר' יואל כהן זצ''ל אז סאטמער רב זצ''ל איז גאר די אפיקורוס (פאר די מלחמה איז ער געווען אויפן זעלבן פעידזש ווי זיין דעמאלסדיגן פעטער, נאכדעם האט ער געטוישט ואכמ"ל די סיבות)
אמרי חיים? שוין בערך אזוי איז די ויואל משה פרעגסט אים אן א אפרעג אור החיים און רמב''ן על התורה איז נישט א הלכה שאלה
פון די אנדערע זייט האט ער געהאט גדולים וצדיקים נישט פון זיין חדר וואס האבן געהאלטן ווי אים
ר׳ איציקל מפשעווארסק
ר׳ מרדכי סאוויצקי, געווען ווייט אין אנדערע זאכן כרחוק מזרח ממערב,ער האט געחתמ׳ט קעגן די בחירות
חוץ די אנדערע וואס זענן טאקע געווען נאנט צו אים אבער כו"ע מודי אז זיי זענן געווען ערליכע יודן, האבן פולשטענדי געהאלטן ווי אים
רמ"א פריינד
תולדות אהרן
טאש
ועוד
בקיצור, עס איז נישט זיכער אז ער איז געווען א יחיד
חוץ מזה האט ער גענומען א צד וואס האט אים נישט געברענגט כבוד און געלט (מער זיכער נישט) משא"כ די אנדערע לעבן א לעבן אויף די מדינה וואס זיי האבן אנגענומען
(נישט ח"ו איך זאג אויף די אויבנדערמאנטע אז זיי האבן דאס געמיינט, חס מלהזכיר אבער דאס איז דער מציאות
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 1:18 am
דורך שמעון וואלף
אינטערעסאנט קיינער האט נישט אנגעצייכענט "קריינא דאיגרתא" פונעם סטייפלער ווי ער פארענטפערט די טענות פון ויואל משה קעגן גיין צו בחירות.
למעשה דארף מען וויסן אז בימים ההם האט זיך פארלאנגט מסירות נפש צו אסר'ן גיין צו בחירות. ערשטענס ווייל די אידישע גאס איז געווען אזוי איבערגענומען פון די גרינדונג פון די מדינה און קיינער האט זיך נישט געוואלט אידענטיפעצירן מיט איינער וואס האקט דערויף. א רב וואס וואלט גע'אסר'ט בחירות וואלט ער געווארן אנגעקוקט ווי נטורי קרתא היינט און וואלט פארלוירן עני השפעה וואס ער האט געהאט אויף זיינע מענטשן. דער עולם וואלט סתם נישט געפאלגט. נאך מער כלל ישראל האט געהאלטן עטליכע יאר נאכ'ן חורבן אייראפע און קוים וואס מ'האט אנגעהויבן צוריקבויען קהילות און ישיבות. די מצב דאן האט געהאלטן אז טאמער וואלט נישט געווען א פרומע פארטיי וואלטן אסאך פרומע אידן געווארן פארשלעפט צו די פרייע פארטייען און וואלטן מעגליך אינגאנצן פארלוירן געווארן. איך מיין אז אסאך גדולים וואס האבן געהייסן גיין צו בחירות אדער וואס האבן נישט גע'אסר'ט האבן דאס געטון אלץ צורך השעה. אודאי האבן זיי נישט געהאלטן אז בחירות גרעניצט זיך מיט כפירה אדער עבודה זרה ווייל דאס וואלט מען נישט געקענט מתיר זיין, נאר אלץ התחברות לרשעים וואלט מען עס גע'אסר'ט ווען נישט די צורך השעה.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 1:43 am
דורך דערהויבענע איד
פארוואס מיינסטו אז די רבנים האבן בכלל געוואלט ארויקומען קעגן בחירות? רוב רבנים זענען געווען אויסער זיך פאר שמחה אז אזויפיל אידן וואוינען אין אר''י, א זאך וואס מ'האט נישט געזען באלד צוויי טויזנט יאר, זינט חורבן בית שני.
ארויגיין קעגן בחירות פון סאטמער רב וואלט געווען זייער אנפרעדעקטעביל, די בחירות האט מיט די מדינה אזוי ווי זייער פאספארטן און גארביזש פיקאפ האט מיט זיי, כמבואר בספר של ר' יואל כהן.
בכל אופן פאר איינער וואס איז שוין געווען אין אר''י פאר אפאר וואכן קוקט אן די גאנצע זאך אינגאנצן אנדערש, כמעט גאנץ אמעריקע איז פארקויפט פאר סאטמער, און דער וואס נישט קוקט זיי אן זייער מאדערעיט, פרעגטס איינער וואס איז שוין געווען אדער געלערנט אין אר''י, די גאנצע מצב איז בכלל נישט קנאי'ש געשטימט, און אפילו די קנאים דארטן זענען פון אן אנדערע טייג געקנאטן.