בלאט 1 פון 1

פערל ווערטער פון באבא׳ס

נשלח: מיטוואך יאנואר 05, 2022 4:04 pm
דורך גוצא
דער שרייבער יוסי בר-מוחא שרייבט אין זיין בוך ״קדושים בע״מ״ אז עס זענען דא בערך 350 באבא׳ס אין ארץ ישראל.
דער בוך איז ארויסגעקומען אין 1995 און איך מיין אז מען קען אננעמען אז היינט 25 יאר שפעטער האבן זיך די באבא׳ס געטאפעלט און געטריפלט און זיי ציילן זיך מעגליך אין די טויזענטער.

איך בין מקדיש דעם אשכול פאר די געוואלדיגע פערל ווערטער וואס גיסן זיך פון די באבא׳ס למיניהם, להחיות בהם נפש כל חי.