בלאט 1 פון 2
ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:01 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז געוועהן א שיעור פון הגאון ר' אורי האלצמאן אין די 'שטיבל' אין וויליאמסבורג און הערשל קלאר האט אנגעפירט א פראטעסט ווי אין די אלטע צייטן מיט לויזע אייער אויסגעשאסענע פענסטערס.
הרב האלצמאן'ס חטא איז אז ער האט א. שייכות מיט די חומש פשוטו של מקרא
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:05 am
דורך ברוינשטיין
אוואו איז געווען די שיעור?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:14 am
דורך yesiknow
די שטיבעל אויף פענן סטריט ביי ווייטע עוועניו
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:23 am
דורך ברוינשטיין
האסט בילדער פון די וואנדאליזם אטאקע?
Sent from my SM-A125F using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 1:48 am
דורך [NAMELESS]
פונקט פארקערט. איינע פון די טענות אנטקעגן פשוטו של מקרא איז אז זיי האבן גענוצט הרב הולצמן.
די טענה אנטקעגן הרב האלצמאן איז אז ער געהערט צו בית מדרש הגר"א.
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 11:28 am
דורך תרמב
איך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 11:31 am
דורך קאך_לעפל
ביידע זייטן זענען הונדרעט פראצענט גערעכט!
הולצמאן מען זאגן וואס ער וויל, און קלאר באטשי מעג אויך זאגן וואס ער וויל, א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:07 pm
דורך היסטאריע
קאך_לעפל האט געשריבן:ביידע זייטן זענען הונדרעט פראצענט גערעכט!
הולצמאן מען זאגן וואס ער וויל, און קלאר באטשי מעג אויך זאגן וואס ער וויל, א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
אז די ווילסט עס לייגן אין קאנטעקסט, קלאר איז דער סאטמערער וואס רעדט איין דער יוגענט אז האלצמאן איז דער שייגעץ וואס דער רבי זי"ע האט געמיינט. זיי גלייבן אים, ווייל זיי ווייסן נישט בעסער, ועוד ווייל זיי האבן אויך ליב עקשען.
סאטמער איז געבויט אויף טעראר, געבויט אויף רשעות, אהן טרעפען א איינער וואס מען קען מאכען דער קאמאן ענעמי זענען זיי גארנישט מיט נישט.
דער נעכטיגע פראטעסט איז לזכר נשמתו פין דער גרויסע טיפער בליק האבער רבינו יואל בן חנניה יו"טל.
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:12 pm
דורך ליב צו וויסן
תרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.
למה נגרע? אפשר Shared'סטו עס מיט אונז?
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:25 pm
דורך קאך_לעפל
מ'קען נישט אטאקירן פערזענליך מעמעבערס פון ק"ש
מנהל
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:43 pm
דורך היסטאריע
קאך_לעפל האט געשריבן:מ'קען נישט אטאקירן פערזענליך מעמעבערס פון ק"ש
מנהל
נוסח סאטמאר במיטבו
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 12:51 pm
דורך קאך_לעפל
נישט דאס האבן מיר געפרעגט...
ס'שיינט עטוואס אז מיר וועלן נישט אזוי שנעל באקומען אן עטפער. אלענספאל האטס מיר א ליכטיגער שבת.
און יא, מיסטער היסטאריע, פארגעסט נישט זיך גוט צו צוקנעפלן דאס מאנטל, ס'איז שטארק קאלט אינדרויסן...
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 2:00 pm
דורך תרמב
ליב צו וויסן האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:איך האב געזעהן א ווידיאו פון די ווילדע פראטעסט, סאיז דא דארט אייער און מ'ווארפט עס ממש ווי אין די אלטע גוטע צייטן.... די שטאט איז ממש א עיר הנידחת, ביזי ביזיונות אזוי צו פארפירן ווייל איינער וואגט זיך צו טראכטן אנדערש פון דיר.
למה נגרע? אפשר Shared'סטו עס מיט אונז?
https://drive.google.com/file/d/14YY_AG ... sp=sharing
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 2:15 pm
דורך מאטי
קאך_לעפל האט געשריבן: א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
שיק מיר דיין אדרעס און איך גאראנטיר דיר א "געשמאקען" שבת פאר דיר מיט דיינע קינדער
. נ.ב. איך עקסעפט זעללע
נשלח: פרייטאג יאנואר 07, 2022 2:25 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן: א שרייען פארמעסט בייגעווארפן מיט לויזע איייער איז גאר א געשמאקע זאך!
שיק מיר דיין אדרעס און איך גאראנטיר דיר א "געשמאקען" שבת פאר דיר מיט דיינע קינדער
. נ.ב. איך עקסעפט זעללע
מאטי: ער איז (נאך) א בחור. אפשר האט ער אן אלטע טאטע און מאמע. און ברודערס און שוועסטערס...! קלוגע עצה...!
נשלח: זונטאג יאנואר 09, 2022 1:58 am
דורך שמעון וואלף
וואס איז געווען זיין עבירה אז מ'האט פראטעסטירט, האט ער געלערענט ניטל?
נשלח: זונטאג יאנואר 09, 2022 12:07 pm
דורך סמבטיון
קאך לעפל, איך דיין פלאץ וואלט איינגעמאכט און געבליבן שטיל, סעאיז אן עקל און א גרויל צו זעהו וויאזוי מען האדעוועט אויף א פרישע דור אין וויליאמסבורג מיט די אלטע חן ענקערע.
נשלח: זונטאג יאנואר 09, 2022 2:01 pm
דורך berlbalaguleh
עפ"י בקשת אנשים חשובים האביך (מדעת עצמי) פארמעקט די הודעה.
קהל'ס נער: ייש"כ פאר געבן די לייק...!
נשלח: זונטאג יאנואר 09, 2022 3:02 pm
דורך גלויבער
WOW
טאטע זיסער...
און איך האב געמיינט אז די זאכן זענען א פארגאנגענהייט...
Re: ניטל ראיאטן אין וויליאמסבורג קעגן הגאון ר' אורי הולצמאן
נשלח: זונטאג יאנואר 09, 2022 6:16 pm
דורך יודל טריקען
מה שהיה הוא שיהיה ומה שנעשה הוא שיעשה ואין כל חדש תחת השמש
טעראר איז פושט צורה ולובש צורה, אמאל גייט ער מיט א שטאָפּער הוט אמאל גייט ער מיט א קרעציגע הויכע בובער הוט און אמאל גייט ער מיט א בענד דאַן (סאטמערע לויער היטעל) און שרייבט בלוטיגע שקרים אויף טוויטער
נשלח: מאנטאג יאנואר 10, 2022 1:50 am
דורך moneyminded
ווער איז דער האלצמאן? ווואס איז זיין היסטארי?
נשלח: מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:11 am
דורך יאסל ראקאווער
זיין היסטארי איז אז ער מומחה אויף היסטאריע און דאס מאכט די קנאים היסטעריש.
ווייל די קנאים ווילן נאר הערן hagiography און ביי זיי ווער ס'זעט און היסטאריע א biography איז צאאאאאא טאאאמע.
נשלח: מאנטאג יאנואר 10, 2022 8:30 am
דורך berlbalaguleh
יאסל ראקאווער: גיי זיי מסביר (פאר די פארמאכטע מוחות) וואס דו האסט דא געזאגט...!