בלאט 1 פון 2
נשלח: מאנטאג יאנואר 10, 2022 11:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שוין, פלעג איך מיינען אז איך קען יוצא זיין מיט׳ן זאגן איין מאל א יאר, פון היינט און ווייטער וועלן מיר מוזן זאגן יעדן טאג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:00 am
דורך וואלווי
באלד וועט זיך נאך אנהייבן די רוח אז סוכ"ס נתפשט המנהג בכלל ישראל וכו', אם אינם נביאים בני נביאים וכו', הלא דבר הוא וכו'
מ'קען קיינמאל נישט געווינען מיט דע חברה..
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:00 am
דורך כפתור
וואס טוט מען מיט די עקסטערע געלטער וואס מ'האט באקומען דורכאויס אלע יארן וואס מ'האט שוין געזאגט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:09 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואלווי האט געשריבן:באלד וועט זיך נאך אנהייבן די רוח אז סוכ"ס נתפשט המנהג בכלל ישראל וכו', אם אינם נביאים בני נביאים וכו', הלא דבר הוא וכו'
מ'קען קיינמאל נישט געווינען מיט דע חברה..
ווער זאגט אז מ׳דארף געווינען, ס׳שטערט איינעם אז זיי זאגן? זאלן זיי זאגן און פרעפלען ביז דאס מויל וועט זיי וויי טוהן, I couldn't care less.
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 12:30 am
דורך שמעון וואלף
ווער איז "דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין"?
קיינמאל געהערט פון אים.
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:28 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:באלד וועט זיך נאך אנהייבן די רוח אז סוכ"ס נתפשט המנהג בכלל ישראל וכו', אם אינם נביאים בני נביאים וכו', הלא דבר הוא וכו'
מ'קען קיינמאל נישט געווינען מיט דע חברה..
ווער זאגט אז מ׳דארף געווינען, ס׳שטערט איינעם אז זיי זאגן? זאלן זיי זאגן און פרעפלען ביז דאס מויל וועט זיי וויי טוהן, I couldn't care less.
די פראבלעם מיט ב"ש איז נישט די דרשה אדער די ארטיקל אין די מידיע, און אודאי נישט אז א מענטש זאגט א פרק חומש און פרשת בשלח שמו"ת. ב"ש איז א קאראפשאן פאר סאסייעטי. א מענטש קען נישט לעבן אן סאסייעטי, אבער ס'אויך היבש שווער מיט סאסייעטי, ער לעבט סוף כל סוףַ פון וואס עס ליגט פאר עם, און ער קען נישט זאגען כ'מאך שבת פאר זיך און בלייבן אן איש אמת פאר זיך.
ב"ש איז א מיינדסעט וואס די קרימקייט דערפון וועט אייביג נאכלויפן. סך הכל פון די אלע ב"ש וואס מ'האט אריינגערוקט ביי חסידות, מנהגים, חומרות וכו' האט נאך קיינמאל קיינעם נישט קיין טובה געטוהן. ס'איז א שאד די רייכע ספיריטואלע גייסט פון יודישקייט זאל נעמען שאדן פון ב"ש, ווייל צום סוף קראכט עס אויס און ס'איז מזלזל אין וואס ר'"ר מענדעלע זי"ע האט באמת יא געזאגט.
פארשטייט זיך דאס איז נאר טאמער מ'איז באזארגט פאר די עתיד פון פאלק בעיקבתא דמשיחא. חוץ מזה, בדיל ויעבור ומפטירין כדאתמול...
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 8:35 am
דורך פערינא
א סגולה פאר גוטע קינדער אויך, אז מ'האט שוין געזאגט ליגענט פאר די מוסדות קען מען עס כשר'ן מיט פרשת המן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 11:37 am
דורך קהל'ס נער
העניך האט געשריבן:ס'איז א געשמאקע מעשה, און אוודאי איז די סגולה שטותים והבלים. אבער הרב וקשטיין זאל מוחל זיין און ווייזן א קאפיע פון פאיער רב'ס כתבים, אדער אמווייניגסטנס זאגן א נאמען פון דער וואס האט עס געזען און באשטעטיגט.
די פירכא דארף נישט זיין שטערקער פון די מקור, אז די מקור איז אויך נאר אזוי געבויעט אויף הינער פיס וואס האלט אינמיטן ווערן גאלע, דארף ער נישט צישטעלן עפעס בעסער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:51 pm
דורך תפארת
שמעון וואלף האט געשריבן:ווער איז "דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין"?
קיינמאל געהערט פון אים.
ווער ס'טוט אביסל אין יחוס ווייסט פון איהם צו זאגן. אין ארץ ישראל איז ער פון די גרעסטע חוקרי יוחסין.
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 3:55 pm
דורך תפארת
מילא ווען ער וויל פארענפערן א שמועה פון אן אדם מוסמך פארשטיי איך, אבער סתם צו פארענפערן פאיער רב?
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 7:51 pm
דורך היסטאריע
עס קען נישט זיין, מיליאן מענטשן גלייבן נישט אויף איינמאל אין קיין שטותים
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 7:57 pm
דורך מחצה''ק
שמעון וואלף האט געשריבן:ווער איז "דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין"?
קיינמאל געהערט פון אים.
וקשטיין האט שוין אראפגענימען אסאך בנש''קלעך פון די מאפע
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 9:11 pm
דורך תוהו ובוהו
העניך האט געשריבן:ס'איז א געשמאקע מעשה, און אוודאי איז די סגולה שטותים והבלים. אבער הרב וקשטיין זאל מוחל זיין און ווייזן א קאפיע פון פאיער רב'ס כתבים, אדער אמווייניגסטנס זאגן א נאמען פון דער וואס האט עס געזען און באשטעטיגט.
גא''מ.
ליינענדיג דעם ארטיקל בינעך געווען זיכער אז קריינא דאיגרתא איהו הפרוונקא און ער האט עס אליין דורכגעטוהן, צו ער וועט כאטש ברענגן פון איינעם וואס האט דאס דורכגעטוהן און יענער זאגט אז ער האט געזעהן די כתבים וכדו'.
ביזדערווייל זעה איך נאר מער שמועות ווי אינעם עצם סגולה (במאמר וכו', בשם קונטרס כנגן המנגן, אח''כ בדקו ומצאו.. ווער?)
און האט נישט מורא כ'געב נישט קיין דעקל אפילו אויב פאיע רב זאל עס יא האבן געזאגט, אבער אפפרעגן א שמועה קען מען נאר מיט באווייזן, נישט מיט די זעלבע סארט הוכחות ווי די סגולות זעלבסט, וכנפסק בשו''ע אין משיבין ב''ש בב''ש.
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:40 pm
דורך מאנטריאל
איז עס טאקע נאר דרייסיג יאר די מנהג? ווייל מיין באבע ע"ה פלעגט נאך רופן אלע אירע קינדער נישט צו פארגעסן פרשת המן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:העניך האט געשריבן:ס'איז א געשמאקע מעשה, און אוודאי איז די סגולה שטותים והבלים. אבער הרב וקשטיין זאל מוחל זיין און ווייזן א קאפיע פון פאיער רב'ס כתבים, אדער אמווייניגסטנס זאגן א נאמען פון דער וואס האט עס געזען און באשטעטיגט.
די פירכא דארף נישט זיין שטערקער פון די מקור, אז די מקור איז אויך נאר אזוי געבויעט אויף הינער פיס וואס האלט אינמיטן ווערן גאלע, דארף ער נישט צישטעלן עפעס בעסער.
קהל'ס נער: אבער די עיקר טענה איז אז מ'בויעט אויף די אזוי-גרופענע רעפיוטעישן פון דעם בעל המימרא. אן דעם וואס ער זאלל ברענגען א ראיה צו זיין סטעיטמענט...!
נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:18 am
דורך [NAMELESS]
כפתור האט געשריבן:וואס טוט מען מיט די עקסטערע געלטער וואס מ'האט באקומען דורכאויס אלע יארן וואס מ'האט שוין געזאגט?
ארגענאזעציעס וואס האבן גענומען געלט אז א מנין etc. געבן ריפאנדס פאר מקח טעות?
נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 8:20 am
דורך מונטסורי
אויב עס איז א פארשפרייטע סגולה שוין פאר דרייסיג יאר קען דאך נישט זיין עס קומט פון כתבים וואס מ׳האט געטראפען הערשט לאחר פטירתו פון פאיע רב ז״ל
נשלח: מיטוואך יאנואר 12, 2022 8:39 am
דורך עסקן בדברים
מונטסורי האט געשריבן:אויב עס איז א פארשפרייטע סגולה שוין פאר דרייסיג יאר קען דאך נישט זיין עס קומט פון כתבים וואס מ׳האט געטראפען הערשט לאחר פטירתו פון פאיע רב ז״ל
ער זאגט ר' שלמה יהודה, לכאורה איז דאס די באגאדער רב, די זיידע פון די פריערדיגע פאיע רב ר' משה דוב. אפשר האט עס דער פאיער רב ר' משה דוב מפרסם געווען נאכ'ן זעהן (און זיך טועה זיין אין) זיין זיידע'ס כתבים.
ווער עס וויל קען קאנטעקטן הרב וועקשטיין צו מברר זיין זיינע ווערטער. זיין אימעיל איז
076v5v104905@gmail.com. (גענומען פון
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=250 )
נשלח: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:39 pm
דורך שמן למאור
ר' שמעלקע איז אויפגעשטאנען דינסטאג בשלח אינדערפרי, ער גייט אריין און ביה''מ, די זייגער קלאפט שוין 11:15, ער גייט אריין גראד און קאווע שטיבל, אבער אויפן וועג טרעפט ער פייוול, 'פייוול' הע.. ס'אלעס שטיתים, אויסגעטראכעטע זאכן...די גייסט זאגן פרשת המן? ס'האט נישט קיין שום מקור, עפעס פון פייע רב, אבי גערעדט,
ער גייט אריין אין קאווע שטיב, דארט איז שוין דא א גרויסע קופקע, מען רעדט אהער אין אהין, יא מקור נישט מקור, שמעלקע קומט אריין קלאר מיט קראנטע סחורה, סתם א אויסטרעף און גאנץ כלל ישראל האט זיך ארויפגעכאפט אויף דעם ווי נאר'אנים, ר' מענדעלע מרומונוב פלעגט זאגן פערציג יאר תורה אויף פרשת המן, און איינמאל האט מען עס איבערדערציילט אויף ג' בשלח, און פון דארט נעמט זיך די טעות
שמעלקעלע לויפט אין מקוה, כאפט די חצות מנין, און שפאצירט אריין אין די גרויס ביה''מ, ער גייט צו צי יעדער איינער וואס זאגט פרשת המן, 'זאג נאר, נאר היינט זאגסטו? אדער יעדן טאג? הא? די סגולה איז צו זאגן יעדן טאג! ס'האט גארנישט צעטון מיט היינט, די גאנצע זאך האט גאר א שוואכע וואקלדיגע מקור!
שמעלקע לויפט און כולל, זיין חברותא ווארט שוין אויף אים, 'ווייסט'? זאגט שמעלקע, מען קען איינרעדן כלל ישראל וואס מען וויל, און די עולם לאזט זיך נאר'ן, אז מען וועט מארגן אנטפלעקן אין צפת די קבר פונעם 'ההוא גברא' און דערנעבן די 'ההוא איתתא' וועט מען אויך לויפן מיט ר' מיילעך בידערמאן מאכן דארט א גאנצע טאראראם, איך ווייס נישט וואס איז געווארן מיטן 'עם חכם ונבון'
שמעלקע גייט אהיים כאפט א דרימל, ער גיבט זיך א כאפ אויף פופצן מינוט פארן זמן ר''ת, אוי!! מען קען נאך זאגן פרשת המן?!?!?! ער שפרינגט אויף, כאפט זיין הוט און רעקל און שלעפט ארויס פון ספרים שאנק דעם שנים מקרא, און הייבט שנעל אהן זאגן מיטן טראפ, 'ויאמר ה' אל משה הנני ממטיר לכם לחם מן השמים'...
אזא פנים האבן מיר, אונז האבן אלע ליב צו גלייבן, צום סוף גלייבט מען, יא אמת נישט אמת, יא מקור נישט מקור, פון אזא טייג זענען אונז געקנויטן
קרעדיד: אברהם מרדכי מלאך
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 12:04 am
דורך געדאנקן
מחצה''ק האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:ווער איז "דער גרויסער פארשער הרה"ג ר' נפתלי אהרן וקשטיין"?
קיינמאל געהערט פון אים.
וקשטיין האט שוין אראפגענימען אסאך בנש''קלעך פון די מאפע
וויאזוי?
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
נשלח: דינסטאג יאנואר 23, 2024 11:05 pm
דורך לאכעדיג
אויב האט מען פארגעסן צו זאגן פרשת המן היינט .
קען מען זאגן מארגן און יוצא זיין מיטן אויסרייד פון ספיקא דיומא?
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:18 am
דורך שמעקעדיג
לויט רוב פוסקים נישט ממש, ס'איז אזוי ווי שיקן משלוח מנות שושן פורים.
Re: "ג' בשלח" פרשת המן סגולה צופאלט ווי א זייפען-בלאז
נשלח: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:26 am
דורך א נייגעריגע קאטשקע
וקשטיין פארשטייט צו פאיע רב ווי איך פארשטייט צו אן איזרעלי באבא!!!
פאיע רב'ס קינדער אין אייניקלך זאגן עס נאך בשמו אז זיי האבן כמה פעמים געהערט אז ג' בשלח איז א יום סגולה
סאיז וואר אז מען דארף זעהן זיין מחברת העט מען קלוגער ווערן