בלאט 1 פון 1

דע בני אהובי - וויסן זאלסטו מיין ליב קינד

נשלח: דינסטאג יאנואר 11, 2022 1:39 pm
דורך זבולון
זיי זאגן אז דו פארמאגסט אין מיין הארץ נישט קיין פלאץ ,
און אז פון מיין טיש ביסטו פארטריבן פאר אייביג,
זיי וועלן דיר דערמאנען וואס דו פראבירסט אייביג באהאלטן,
אז דיין גאנצע קערפער וועט פון בושה ציטערן.
זיי וועלן גוט אוישפילן אויף דיינע אלע טעותים.
דיין נארישקייט, דיין ליבשאפט צו שלעכטס.

זיי וועלן שאקלען מיטן קאפ, עס איז געווען אין דיינע הענט.
און איצט - האסטו מער נישט קיין וועג אויף צוריק.

און דו וועלסט זיך צוהערן צו זיי,
און דו וועלסט גלייבן זיי.

זיי וועלן דיר אויפווייזן אז אויף מיין רחמנות איז דא א גרעניץ.
וואס דו האסט אדורכגעטראטן מיט דיינע פוס.
קיין געשריי, קרעכץ אדער וואס נאר וועט צוריקברענגען מיין פנים צו דיר

זיי וועלן דערציילן וועגן א בת קול וואס שרייט שובו בנים שובבים א חוץ פון דיר,
זיי וועלן דיר עצה זאגן, אז דו ביסט שוין אין נעץ - בלייב דארטן און ענדזשוי לייף

הער זיי נישט!
גלייב זיי נישט!

וויסן זאלסטו מיין ליב קינד, אז פון מיין הארץ ביסטו נישט אויסגעריסן,
פאר מיר ביסטו אייביג - דאס ליב קינד, מיין טשאטקע.
אמת, אז איך האב ליב בארעכטיגקייט,
אבער מער פון דעם האב איך ליב דאס רחמנות.




נישט אז עס איז נישט פארהאן קיין אמת אין זייערע ווערטער,
דו האסט דאך אויף וואס על-חטא צו קלאפן,
זאכן וואס דו האסט געקענט בעסער טוהן,
און דו האסט נישט געהאט די שטאלץ צו חרטה האבן.

פונדעסטוועגן, מיין ליב קינד,
פארשיק פון דיין הארץ יעדע געפיהל פון פחד און שרעק,
פון אונטער יעדע שטעכעדיגע אמת איז באהאלטן דעם ריינעם אמת.


הער זיי נישט!
גלייב זיי נישט!

וויסן זאלסטו מיין ליב קינד, אז פון מיין הארץ ביסטו נישט אויסגעריסן,
פאר מיר ביסטו אייביג - דאס ליב קינד, מיין טשאטקע.
אמת, אז איך האב ליב בארעכטיגקייט,
אבער מער פון דעם האב איך ליב דאס רחמנות.



מקור: דע בני אהובי, פון שולי רנד