בלאט 1 פון 1

דארפן די עלטערן זיין נכנע אונטער די מחנכים ?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 13, 2022 11:25 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
לייענענדיג א מעסעדזש וואס איז לעצטענס ארומגעפארן וואס לייענט זיך ווי פאלגענד:

מיט דעם וויל איך מעלדן פאר די חשוב'ע מלמדים און טיטשערס פון מיינע קינדער אז מארגן נאכט וועט פארקומען די יערליכע "אסיפת מורים" ביי מיר אין דיינינג רום ווי די מלמדים פון מיינע קינדער וועלן האבן די געלעגנהייט זיך פארצושטעלן פאר מיר און מיר איבערגעבן זייערע גאלדענע פלענער פאר די יאר און זייער אפשאצונג אויף מיין קינד.

מיר בעטן די מלמדים/טיטשערס זאלן ווארטן אין די האלוועי געדולדיג, עס וועט זיין א טישל מיט מארבל קוקיס און סאדע איבערצובייסן און באלייכטונגען אריינצוקוקען.

היות מיין צייט איז זייער טייער און יעדע מלמד וויל האבן א שאנס מיט מיר צו רעדן, וועלן מיר שענקן בלויז דריי מינוט פאר איטליכע מלמד, מיט פארשטענדעניש.


האט עס מיר אויפגעהויבן די אויגן ברעמען ווער ווייסט צי גאר אסאך פראבלעמען וואס גייט פאר אין די היינטיגען חינוך סיסטעם קומט ווייל דער מחנך פילט זיך על הגובה העכער די עלטערן און לכבוד דעם טוהט ער מה שלבו חפץ מיטן קינד,

פארוואס דארף דער טאטע מאמע פילן כלפי דער מלמד/מנהל ווי קנעכט אונטער זיי ?
אויב זיי וואלטן געוואוסט. אז זיי דארפן אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע תנועה וואלטן זאכן אנדערש געווען
מאי שנא פון יעדע ארבעטער פון א ביזנעס וואס דער ארבעטער דארף אפגעבן א פונקטליכער ריפארט וואס ער האט אויפגעטוהן און וואס ער פלאנט צו טוהן,

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:05 am
דורך וואלווי
אפגעזעהן ווער איז נכנע אינטער וועם, די מציאות איז אז די עלטערן זענען געגאנגען צום ארגעניזאציע אז זיי זאלען אריינעמען זייער קינד, און נישט פארקערט. אזוי גייט די גאנצע וועלט, פון שפיטעלער צום טעילאר. אויב ס'איז נישט קיין האום קאלל דארף דער קליענט קומען אפנעמען די איינס אדער צוויי מאל א יאהר פערזענליכע רעפארט פון די ארגעניזאציע.

די מחנכים זענען טאקע שלוחים פון די עלטערין, אבער אזוי אויך זענען שפיטעלער מיט קאר מעקאניקס. ס'האט גארנישט מיט ווער איז נכנע פאר וועם, ווייל א יעדער איז מחויב צו טוהן זיין בעסטע ביי אן אפמאך אדער קאנטראקט. אויב די מחנכים מאכן זיך נישט עוועילעבל געהעריג פאר עלטערן אז זיי זאלען קענען רופן אדער טרעפען די מלמד, ערשט דעמאלטס איז עס אן עולה פון די מחנך ווייל ער שטעלט זיך נישט צו

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:10 am
דורך אלע צוזאמען
וואלווי האט געשריבן:אפגעזעהן ווער איז נכנע אינטער וועם, די מציאות איז אז די עלטערן זענען געגאנגען צום ארגעניזאציע אז זיי זאלען אריינעמען זייער קינד, און נישט פארקערט. אזוי גייט די גאנצע וועלט, פון שפיטעלער צום טעילאר. אויב ס'איז נישט קיין האום קאלל דארף דער קליענט קומען אפנעמען די איינס אדער צוויי מאל א יאהר פערזענליכע רעפארט פון די ארגעניזאציע. די מחנכים זענען טאקע שלוחים פון די עלטערין, אבער אזוי אויך זענען שפיטעלער מיט קאר מעקאניקס. ס'האט גארנישט מיט ווער איז נכנע פאר וועם, ווייל א יעדער איז מחויב צו טוהן זיין בעסטע ביי אן אפמאך אדער קאנטראקט.

האסט מיר אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל, די עלטערן גייען צום מוסד אז מ'זאל ארייננעמען זייער קינד, און נישט פארקערט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 12:37 am
דורך היסטאריע
דער פותח האשכול רעדט צו די מוסדות פילן זיך על הגובה.
אוודאי יא.
און וואס קען מען טוהן דערוועגן?
לעת עתה, גארנישט.
דאס אלעס קען זיך טוישן ווען עס וועלען נתרבה ווערען מוסדות אז די מוסדות וועלען נאכלויפן עלטערן פאר דער ביזנעס, נישט פארקערט, ווי עס איז יעצט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 1:38 am
דורך שמן למאור
ס'איז טאקע אזוי די מציאות ליידער, אז רוב חדרים זענען איבערגעפילט, מיט קלאסן פול מיט קרוב אדער גאר מער ווי דרייסיג קונדער א קלאס, אטאמאטיש איז יעדע קינד כמעט בלויז א נומבער, און די מלמד און די הנהלה זענען עומד בראש,

אבער ווילאנג די מצב איז אזוי, וועל איך דא שרייבן עפעס וואס א חבר מיינע האט מיר געזאגט אז ער טוט, און אפשר קען עס צוניץ קומען פאר טייל עולם,

די ערשטע טאג חנוכה, שיקט ער מיט די אינגעל א ענוועלאפ פארן מלמד מיט קעש, נישט קיין חי טאלער און נישט קיין 180$, נאר גאנצע פינעף הונדרעט דולער!! פינעף גלאטע נייע פרענקלינס!

ער זאגט מיר אז עס הערט זיך טאקע ווי גאר אסאך, אבער די רעזולטאטן דערפון זענען מורא'דיג, דער מלמד הייבט ממש אהן צו פילן אן עקסטערע התחייבות פאר דעם קינד, און ער ווערט ממש משוחד דערפון, גאנץ חנוכה, און אפילו נאכדעם אויך, ליגט עס ביים מלמד אויפן אויבן אן, אין מח, ער האט נאך אזא נתינה קיינמאל נישט געזען, ס'איז א קליינע השקעה לפי די רווחים וואס מען קען ארויסזען דערפון.

טריי עס אויף דיין אייגענע אחריות...

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 6:09 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
וואלווי האט געשריבן:אפגעזעהן ווער איז נכנע אינטער וועם, די מציאות איז אז די עלטערן זענען געגאנגען צום ארגעניזאציע אז זיי זאלען אריינעמען זייער קינד, און נישט פארקערט. אזוי גייט די גאנצע וועלט, פון שפיטעלער צום טעילאר. אויב ס'איז נישט קיין האום קאלל דארף דער קליענט קומען אפנעמען די איינס אדער צוויי מאל א יאהר פערזענליכע רעפארט פון די ארגעניזאציע.

די מחנכים זענען טאקע שלוחים פון די עלטערין, אבער אזוי אויך זענען שפיטעלער מיט קאר מעקאניקס. ס'האט גארנישט מיט ווער איז נכנע פאר וועם, ווייל א יעדער איז מחויב צו טוהן זיין בעסטע ביי אן אפמאך אדער קאנטראקט. אויב די מחנכים מאכן זיך נישט עוועילעבל געהעריג פאר עלטערן אז זיי זאלען קענען רופן אדער טרעפען די מלמד, ערשט דעמאלטס איז עס אן עולה פון די מחנך ווייל ער שטעלט זיך נישט צו

ועל זה אנחנו צועקים !
מיט וויפיל שטעלן זיי זיך צו ?
זאת ועוד, ווען א קינד האט א פראבלעם אין חדר אנשטאט קעיר צו נעמען ווי פראפעסינאלע מומחים לייגן זיי ארויף די שולד אויף די עלטערן. זאגנדיג "דיין קינד באלאנגט נישט ביי אונז אין חדר" ארויפ-ווארפענדיג דאס גאנצע שולד אויף די עלטערן [אזוי איז געווען ביי מיר... און ווי א צדיק’ל / חסיד / אונטערטעניגט האב איך זיך געדארפט איינבעהטן אז זיי זאלן לאזן מיין קינד אין קלאס. און איך האב נאך באצאלט פאר מומחים אז זיי זאלן קעיר נעמען פון דעם קעיס]

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 8:18 am
דורך berlbalaguleh
היסטאריע האט געשריבן:דער פותח האשכול רעדט צו די מוסדות פילן זיך על הגובה.
אוודאי יא.
און וואס קען מען טוהן דערוועגן?
לעת עתה, גארנישט.
דאס אלעס קען זיך טוישן ווען עס וועלען נתרבה ווערען מוסדות אז די מוסדות וועלען נאכלויפן עלטערן פאר דער ביזנעס, נישט פארקערט, ווי עס איז יעצט.

היסטאריע: איך זאג אויך אזוי. דו האסט מיר אויסגעכאפט די ווערטער. דער יסוד פון פראבלעם איז אז די עלטערן (דערווייל) דארפן נאכלויפן דעם מוסד אז זיי זאללן ארייננעמען זייערע קינדער. ווען דער מצב וועט זיין פארקערט. אז ס'וועט זיין אזויפיהל מוסדות אז זיי וועללן נאכלויפן די מענטשן, דאמאלס וועט זיך זיכער טוישן דער מצב. און ס'וועט זיין יד ה'עלטערן על העליונה...!

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 9:56 am
דורך קהל'ס נער
"נישט פארדרייט די אשכול גערעדט"

די אייציגסטע לעיזונג פאר דעים איז school choice, אז די גאווערמענט וועט צאלן שכר לימוד פאר יעדעם איינעם, נישט נאר פאר public school suckers, נישט נאר פאר ארעמעלייט, נאר פאר יעידעם איינעם כמאמר הכתוב: no child left behind.

אז יבקע כשחר אורך, דעמאלטס וועט מוסדות ווערן א ביזנעס, ס'וועט זיך עפענען מוסדות דורך ביזנעס לייט נישט דורך העיטערס המכונה עסקנים, ס'וועט זיין אקאונטעביליטי ווייל אז די שטעלסט זיך נישט צי לייג איך אריין מיין קינד אין די מוסד נעקסט בלאק, מען גייט באקימען בראשארס פאר מוסדות און די מאסן, די ק.ק. קאמפאניס וועלן זיך קענען פארשטעקן פאר בושה אקעיגן די מוסדות עדווערטייזמענט, מען וועט טשעקן די פאסט וועט מען זעין 15 בראשארס פאר מוסדות'ן, יעדער זאגט צי עפעס אנדערש,
ת"ת בית משה דוד דוב הכהן, וועט קאמפיינען אז קיין איין קלאס ביי זיי האט נישט מער פון 15 קינדער.
בית חינוך ע"ש טראני גולובנציץ, זייער סלאגאן וועט זיין kids first.
ת"ת וויליאמסבורג והגלילות, וועט קאמפיינען אז ביי זיי זענען אלע מלמדים טרענירטע sosial workers.

ס'וועט זיך אויפהערן די רשעות אונטערן שלייער פון קנאות, איינמאל ס'איז א ביזנעס קען מען נישט איינטיילן די קאסטימער וואס צי טין, ווען האט איינער געהערט א גראסערי מאן זאל פרעיגן א קאסטימער צי ער האט א סמארטפאון אדער צי זיין ווייב דרייווט, אין כזה דבר, ער איז א ביזנעס און אז מען פייניגט קאסטעמערס מאכט מען נישט קיין געלד, same here אז מוסדות וועלן ווערן א ביזנעס וועלן זיי זיך מיזן צישטעלן.

און פון שלאף האב איך זיך אויפגעכאפט.
אין ניו יארק וועט קיין school choice נישט זיין פאר ביאת המשיח.

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 11:13 am
דורך תרמב
אבער ווער וועט זיכער מאכן אז אלע מוסדות האלטן כא כסלו און ה אייר? ס'וועט דאך ארויסגיין פון קאנטראל ר"ל..... אפשר וועט נאך א מוסד לערנען חומש כפשוטו ותוצאותיו מי ישורנה....

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 2:39 pm
דורך yesiknow
מען וועט מאכען א וועד כעין ועד ארבע ארצות וואס וועט מפקח זיין אויף די אלע ענינים מען סאל זיך נישט אוועקריקען קיין זיס כל שהוא מען וועט מאכען טעג משומר מסונן איין גרוסע נעטוורק והכל על מקומו יבא בשלום. לחיים

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 2:55 pm
דורך berlbalaguleh
יעסיינאו: דו האסט ממש א זיסן חלום וויאזוי ס'וועט אויסזעהן בביאת משיח צדקנו. כ'מיין, ס'דא אזא פסוק. עפעס..."והיה כל הארץ שפה אחד ויטו שכם אחד לעבדיך"...!

אלע פילטערינג סערוויסעס (די אידישע) וועללן זיך פאראייניגן. און אלע מסודות וועללן זיך צוזאמגיסן. און מ'וועט נאר אינזין האבן צו דינען דעם אייבישטן. אמת'דיג. אן קיין זייטיגע אגענדעס...! אבער, ביז צו די קרעטשמע דארף מען דאך אויך א טרונק בראנפן. ביז צו די גאולה שלימה דארפן מיר נאך אויך לעבן ווי א איד. און אויפציען אונזערע קינדער און אייניקלעך צו זיין (אמת'דיג) געטריי לה' ולתורתו...!

נשלח: פרייטאג יאנואר 14, 2022 2:58 pm
דורך תנחום
כ'האלט אז די עטיטוד פון וואס די פותח האשכול רעדט, באקומט מען נאר ווען מ'שיקט אין די גרעסערע מוסדות ווי סאטמאר און ראחימסטריווקא אין ב"פ. איך שיק גראדע אין א קלענערע מוסד וואס האט נישט מער ווי צוואנציג קינדער אין א קלאס און איך פיל אז ס'דא עכטע טיעם ווארק צווישן די חדר און די עלטערן.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 8:38 pm
דורך דערהויבענע איד
אונזער גאנצע "סיסטעם" - וואטעווער דעט מינס - איז געבויט אז מענטשן קענען זיך נישט אליינס קעיר נעמען, און פארשטייען בכלל נישט וואס ס'איז גוט פאר זיי. מ'טאר נישט לאזן די מענטשהייט אן קיין שומר, אויב יא ווער וויייסט ווי זיי וועלן אנקומען. די טאטעס דארף קאנטראלירן זייערע קינדער, די מענער זייערע ווייבער, און די מוסדות די עלטערן.

היינא טעמא פארוואס מ'טאר נישט נעמען אליינס א שידוך, היינא טעמא פארוואס פרויען מעגן נישט דרייוון, והיינו טעמא דמוסדות תקנות.


(כ'דערמאן זיך אן אשכול וואס @העניך האט געשריבן פארוואס מעג מען נישט לאזן מענטשן "טון וואס זיי ווילן".)

נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 8:36 am
דורך מרדכי מרדכי
די מוסדות וואס גייען זיך עפענען נאר מיט א ביזנעס בליק און גייען אלעס טוהן נאר לטובת די עלטערן און קינדער
גייען אויך בעטן שכר לימוד פרייזען אין די הימלען

Re: דארפן די עלטערן זיין נכנע אונטער די מחנכים ?

נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 9:35 am
דורך אלבערט איינשטיין
מרדכי מרדכי האט געשריבן:די מוסדות וואס גייען זיך עפענען נאר מיט א ביזנעס בליק און גייען אלעס טוהן נאר לטובת די עלטערן און קינדער
גייען אויך בעטן שכר לימוד פרייזען אין די הימלען
כאילו עס גייען זיך עפענען. ווען אין פאקט איז שוין דא א שיינע מספר פריוואטע מוסדות וואס זענען נישט אפהענגיג אין קיין חסידות. געוויסע האבן עפעס א בנשיאות וואס מיינט נישט גארנישט. וואס דארטן בעהט מען געפעפערטע פרייזן. אבער עס איז ווערט די געלט פאר ווער עס קען זיך ערלויבן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 10:37 am
דורך קהל'ס נער
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
מרדכי מרדכי האט געשריבן:די מוסדות וואס גייען זיך עפענען נאר מיט א ביזנעס בליק און גייען אלעס טוהן נאר לטובת די עלטערן און קינדער
גייען אויך בעטן שכר לימוד פרייזען אין די הימלען
כאילו עס גייען זיך עפענען. ווען אין פאקט איז שוין דא א שיינע מספר פריוואטע מוסדות וואס זענען נישט אפהענגיג אין קיין חסידות. געוויסע האבן עפעס א בנשיאות וואס מיינט נישט גארנישט. וואס דארטן בעהט מען געפעפערטע פרייזן. אבער עס איז ווערט די געלט פאר ווער עס קען זיך ערלויבן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk


קים אריין מיט נעימען פון פריוואטע מוסדות, ס'איז נוגע למעשה.

איך וועל מסיים זיין כמנהג אשר נהגו אנשי wאטסעפ והגלילות, אז ווען מען בעיט א טובה שרייבט מען צי די ווערטער וואס צדיקים האבן געזאגט הויכע רמזים אין דעים, אויך אויב מען דארף א ישועה זאל מען זאגן דריי מאל ישר און דריי מאל הפוך.
און אט זענען די שמות הקדושים.
Askin"g fo"r a frien"d

נשלח: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:49 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: די שמות הקדושים וואס דו ברענגסט אראפ זענען (כמעט) די זעלבע וואס איינער א לץ האט אויסגעטראכט אז דאס זענען געווען די שמות הקדושים וואס דער ישמח משה האט זיך באנוצט ביים שרייבן קמיעות והנה...לצלהלץ, זסשרץ. די אנדערע געדענק איך שוין נישט. אבער ווען דו פרובירסט אפליינען די שמות הקדושים פון די מלאכים קומט עס אויס, בערך אזוי...לץ- (פשוטו כמשמעו) לעהאלץ...לאל. זיס- שרץ...(א זיסער שרץ)...!

זיי וויללן אונז איינרעדן אז דאס זענען נעמען פון מלאכים...תקיעה, שברים תרועה. לאל, לאל, לאל...!