בלאט 1 פון 1
33 מיליאן דאללער קאוויד געלט פאר סאטמאר ק"י
נשלח: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 9:40 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז ארויסגעקומען א חלק פון די נאמבערס פון געלט וואס מוסדות האבן באקומען צוליב קאוויד. דאס איז נאר א חלק פון די געלט!!
סאטמאר אהרונים ק''י האט אריין געריקט 33 מיליאן דאלאר.
זאלוינים אין ק''י 17.5 מיליאן
בית רחל דסאטמאר 17 מיליאן
בני יואל 8.5 מיליאן
ועוד ועוד
http://www.nysed.gov/common/nysed/files ... -final.pdf
נשלח: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 10:18 pm
דורך petrishke
און יעצט קומט די מגבית פדיון שבויים...
נעבעך מ'האט געכאפט רבי ר'... און מסדר געווען אין יושב בסתר...
רחמנים בני רחמנים העלפט אויסרייען אונזער וויי געשריי, פאר א טאטע פון קינדערלעך, וואס די רשעים האבן עהם איינגעשפארט...
די גרעסטע צדקה אויפ'ן וועלט...
אפשר פארקערט?
רחמנים בני רחמנים, איר האט געמאכט מיליאנען, און נישט געקוקט אויף די יודען וואס מאכן חתונה און נאך נצרכים, און זיך געפאשעט דאס בייכל, און יעצט זאלט איר נישט מאכן קיין ויצעקו ווען דאס שפיל האט געפלאפט?
נשלח: מוצ"ש יאנואר 15, 2022 11:32 pm
דורך Lesser
נישט נארמאל, אין עטס גלייבט ווייטער נישט אינעם קאוויד?
דער גוי טראכט צו זיך, איין מינוט...די זעלבע חברה וואס פייטען קעגן יעדע קאוויד רעגעלאציע, זיי גלייבען יא אדער נישט... אוי האף איך אז קיינער זאל נישט זיצן אדער שטיין אין זיך פארענטפערן...
Re: 33 מיליאן דאללער קאוויד געלט פאר סאטמאר ק"י
נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:12 am
דורך אונטער חכם
חתם סופר האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען א חלק פון די נאמבערס פון געלט וואס מוסדות האבן באקומען צוליב קאוויד. דאס איז נאר א חלק פון די געלט!!
סאטמאר אהרונים ק''י האט אריין געריקט 33 מיליאן דאלאר.
זאלוינים אין ק''י 17.5 מיליאן
בית רחל דסאטמאר 17 מיליאן
בני יואל 8.5 מיליאן
ועוד ועוד
http://www.nysed.gov/common/nysed/files ... -final.pdf
וועלכע געלטער רעדט זיך עס? די ערשטע סטימילוס, צווייטע סטימילוס, סטעיט געלטער, אדער א ס''ה פון אלעס?
נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:10 am
דורך יאסל ראקאווער
יעדע NYC Charter School באקומט די בודזשעט יעדעס יאר (בערך זיבעצען טויזענט דאלער פער קינד, פער יאר). נאר אונז קען מיר נישט באקומען ווייל אונז זעמער רעליגיעזע מענטשען ווי די שולע ווערט געפירט (למחצה לשליש ולרביע) מיט רעליגיע.
סך הכול באקומט יעצט רעגליעזע שולעס די זעלבע טשארטער סקול סכומים דאס יאר וועגען קאוויד. ס'איז ערליך פארדינטע געלט. לאמיר האפן אז מ'וועט נוצן די געלט לצורך די רבים.
נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:38 am
דורך שמעון וואלף
חתם סופר האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען א חלק פון די נאמבערס פון געלט וואס מוסדות האבן באקומען צוליב קאוויד. דאס איז נאר א חלק פון די געלט!!
סאטמאר אהרונים ק''י האט אריין געריקט 33 מיליאן דאלאר.
זאלוינים אין ק''י 17.5 מיליאן
בית רחל דסאטמאר 17 מיליאן
בני יואל 8.5 מיליאן
ועוד ועוד
http://www.nysed.gov/common/nysed/files ... -final.pdf
I'm in the wrong business
נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 4:32 am
דורך berlbalaguleh
יאסל ראקאווער האט געשריבן:יעדע NYC Charter School באקומט די בודזשעט יעדעס יאר (בערך זיבעצען טויזענט דאלער פער קינד, פער יאר). נאר אונז קען מיר נישט באקומען ווייל אונז זעמער רעליגיעזע מענטשען ווי די שולע ווערט געפירט (למחצה לשליש ולרביע) מיט רעליגיע.
סך הכול באקומט יעצט רעגליעזע שולעס די זעלבע טשארטער סקול סכומים דאס יאר וועגען קאוויד. ס'איז ערליך פארדינטע געלט. לאמיר האפן אז מ'וועט נוצן די געלט לצורך די רבים.
יאסל ראקאווער: ס'איז זיכער ערליך פארדינטע געלט. מ'גייט עס ניצן פאר קנין ספרים און הייצן די מקוה. אפשר אויך פאר די הייסע קאווע וואס מ'גיט נאך די מקוה...!
נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 9:14 am
דורך א חסיד פון ווילנא
ווי זעט מען די ליסט
נאר קר"י האט באקומען? וואס טוט זיך מיט וומ"ס ב"פ סקווירא מאנסי
עס גלייבט זיך נישט אז נאר קר"י האט באקומעו
נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 12:28 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
http://www.nysed.gov/common/nysed/files ... -final.pdfדא אוז די ליסטע פון מוסדות וואס האבען באקומען.
צוויי קאוויאטען: מ'קען נישט האבען גענומען די צווייטע PPP און אויך די געלט
צוויי, די געלט קען נאר גענוצט ווערן פאר קאוויד ענינים און וואס מ'קויפט איז פראפערטי פון די סטעיט
נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 3:03 pm
דורך יאסל ראקאווער
מ'דארף געדענקען אז אסאך מוסדות ארבייטען צוזאמען מיט אנדערע פאר די פראגראמען. ס'קען זיין למשל אז סקווירא וויליאמסבורג אדער די ספינקא וכו' נעמט בשותפות מיט סאטמאר.
בקיצור, יעדער באקומט קאוויד געלט. און יעדער האט הנאה. ווי בערל האט געזאגט, אויב נישט עפעס אנדערש גייט עס פאר קאווע.
איז לאמיר האפן אז זיי נוצען עס לעגאל אדער כאטש מיט שכל. און זיי זאלן געבן חינוך הבנים ללמדו אומנות ממש, אזויווי די שטאט פארלאנגט. און נישט נאר נעמען נאר אויך געבען וילמדו תועים בינה.
נשלח: זונטאג יאנואר 16, 2022 4:43 pm
דורך berlbalaguleh
יאסל ראקאווער: דו דערמאנסט מיך איין תקופה, ווען פרעזידענט ראנאלד רעיגן יר"ה, ע"ה איז געווארן פרעזידענט. איז ער (און זיינע יועצים) אויפגעקומען מיט א דבר חכמה. וואס דארף די רעגירונג אנפיהרן מיט צענדליגער פראגראמען פאר די אידעלעך און להבדיל זייערע שווארצע ברידערס. מ'גייט געבן א פאר ביליאן דאללער אויף פראגראמען. מ'געט עס א פענסי נאמען..."בלאק גרענטס"...מ'האט צוגעווארפן פאר א יעדע גרופע א פאר מעלאנעס. גייטס טוטס דערמיט וואס עטץ ווילטס. והך קאווע. און ס'איז אזוי געווען . מילא וואס די שחורים האבן געטון מיט דעם געלט איז דאך נישט אינטרעסאנט. זייערע פיהרערס האבן זיך אנגעפילט די קעשענעס. און געלאזט דעם המון עם הינגערן. אבער ביי אונז אידעלעך האט מען געהאפט אז ס'וועט עפעס ארויסקומען. איז געווען דא א איד א קדוש וטהור מיט'ן נאמען הרב שמידמאן זצוק"ל (טייל האבן איהם גערופן משומד'מאן). ער האט גערעדט א גוטן ענגליש. (אין פארגלייך צו אונזערע היימישע אידעלעך וועלכע האבן זיך קוים געקענט אויסמייקען אויף ענגליש.). און ער האט אויך געלייגט א יד אויף אזא פראגראם. ער האט אויפגעמאכט אין בארא פארק אזא ארגעניזאציע מיט'ן נאמען בארא פארק קאונסיל. ער מיט א פאר שותפים, גנבים שכמותו (הא, ראביי גרינוואלד, דו דעכעסט נאך?). זיי האבן גענימען געלט פון פעטער שמואל בשם כל ישראל. אז זיי העלפן זייערע ארעמע אידישע ברידערס.געהאלפן האבן זיי א מכה. זיי האבן מקיים געווען א רש"י אין פ' וישב...."לרעות את עצמן"... זיי האבן זעך אינזין געהאט. און זייערע מקורבים.
איינס פון די פראגראמען וואס די אנשי סגולה האבן אנגעפיהרט איז געווען עפעס מיט א נאמען..."סעלף עסטיעם"... איך זאלל אזוי וויסן פון צרות ווי איך האב דאמאלס געוואוסט וואס דאס איז. אדער מיינט. מיין בעה"ב ראביי ג. האט מיך צוגערעדט אז איך זאלל מיך איינשרייבן אין דעם . דער פראגראם האט געצאלט (א קליינעם) טשעק. איינמאל אין 2 וואכן. האט ראביי גרינוואלד געמאכט אזא מין אפמאך מיט מיר .איין וואך וועל איך נעמען א טשעק פון די ישיבה. די צווייטע וואך וועל איך נעמען א טשעק פון דעם פראגראם. האביך איהם (ברוב תמימותי) געפרעגט. וואס דארף איך ארבעטן כדי צו נעמען א טשעק פון פראגראם. איך קען דאך זיצן אינדערהיים און נעמען דעם טשעק...!
Re: 33 מיליאן דאללער קאוויד געלט פאר סאטמאר ק"י
נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 12:28 am
דורך או אינו
כח הפועל בנפעל איז וואס באדערט מיך שטארק.
נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 6:58 am
דורך yesiknow
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:http://www.nysed.gov/common/nysed/files/programs/nonpublic-schools/eans-ii-allocation-table-final.pdf
דא אוז די ליסטע פון מוסדות וואס האבען באקומען.
צוויי קאוויאטען: מ'קען נישט האבען גענומען די צווייטע PPP און אויך די געלט
צוויי, די געלט קען נאר גענוצט ווערן פאר קאוויד ענינים און וואס מ'קויפט איז פראפערטי פון די סטעיט
Access denied
FBI is monitoring the coffee room
נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:45 am
דורך [NAMELESS]
עמיצער קען מיר ערקלערן פארוואס די מוסדות האבן געשנארט יעצט אזויפיל געלט? ספעציעל די זאלי׳ס און בני יואל וואס האבן דא לויט די דאקומענטן געלייזט פעטע מטבעות, פארוואס האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אויף א שנאר פונקט יעצט?
איז די געלט וואס זיי האבן באקומען דא נישט גוט? קען מען עס נישט נוצן פאר שכר מלומדות און צו באצאלן אויסגאבן?
איך פרעג באמת ווייל איך וויל וויסן, איך האב נישט קיין נגיעות.
Re: 33 מיליאן דאללער קאוויד געלט פאר סאטמאר ק"י
נשלח: מאנטאג יאנואר 17, 2022 10:57 am
דורך אונטער חכם
מענטשן האבן שווער געארבעט פאר די געלטער, איך גלייב אז זיי פארלאנגען יעצט שיינע פראצענטן דערפאר, און ביי די וואלן וועלן זיי שרייען אז מיר, וואס האבן נישט הנאה געהאט דערפון, זענען כפויי טובה פארן נישט גיין וועלן.