בלאט 1 פון 3

שיינקייט פאר מענער

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:29 pm
דורך קידוש
שלום עליכם,
איך עפען די אשכול צו אויסשמועסן אין זיך ארויסהעלפען איינער די אנדערע ווען עס קומט צו אונזער מענערישע געברויכען,
אנדערש ווי איבעראל אויפען וועלט וואס איז גאר צוגעשטעלט פאר ביידע דשענדערס סיי וועלכע געברויכען, איז ביי די חסידישע וועלט דא גרויסע דעמענט פאר מענער מיט שיינקייט פראדוקטען אין א גרויסען חלול ווי מ'וועט שוין אוסשמעוסן,

אזויווי איך וויל מיך האלטען פריש און יונג האב איך מיר אנגעשטויסען אין א אינטערעסאנטע מציעות, עס איז נישט דא קיין שום הילף, געשעפטען, סערוויסעס צו העלפען מענער
דאס רעכענט אריין
1)ווען איינער האט פיפלעך אויפען פנים אדער סיי וועלכע הויט פראבלעמען איז נישט ודא ווי צו גיין פאר קריעמס אדער א facial cleening- דאס האט מיך באמת געבאדערט פאר מיין חתונה
2) ווען די האר אויפען גוף פארמערט זיך איז נישט דא קיין אפשען פאר vexing אדער laser hair removal, דאס איז טאקע נישט נוגע קיין א יעדעם, אבער א פראצענט מענטשען מאכט עס זייער נערוועז
3) אויב איינער וויל א לייטישע חסידישע מלבוש וואס פיט גוט איז אים זייער שווער- מיינע עספיריענס מיט G&G, GB איז אלעמאל די זעלבע, מ'נעמט א יונגערמאן וואס האט אין זיין לעבען נאכנישט אנגערירט א נאדעל אין פאדים אין ער דארף זיכער מאכען די $350 רעקל פיט מיך ווי א הענטשקע...
ווייטער היימישע שניידער'קעס ווילען נישט מעסטען אויף די מענער.

איך בעט די טייערע ניקים צו אריינקומען אין אויסשמעוסען אויב איר האט אויך אזוי געטראכט.
אויך אויב האט איר סיי וועלכע עספיריענס מיט די אויבער דערמאנטע וואס קען העלפען סיי וועמען.

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 3:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פאר #2 איז אן epilator די בעסטע לעהזונג וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן, ווען די האר איז לאנג טוט עס שטארק וויי אבער אויב מ׳טוט עס רעגלמעסיג פאר די האר האט א שאנס צוריקצואוואקסן פילט מען עס ווייניגער. די מעלות דערפון זענען אז מ׳דארף עס נאר טון איינמאל אין צוויי וואכן און ס׳איז א נאריש מאשינקע וואס קאסט א נישטיגע פערציג טאללער, מ׳דארף אבער זייער געווארנט זיין צו טון exfoliating דערנאך מיט א pumice stone צו עפעס אנדערש, אנדערש קען מען באקומען ingrown hairs און פימפלס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:06 pm
דורך מונטסורי
ישר כח [tag]קידוש[/tag] פארן גיין פתיחה!

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פאר #2 איז אן epilator די בעסטע לעהזונג וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן, ווען די האר איז לאנג טוט עס שטארק וויי אבער אויב מ׳טוט עס רעגלמעסיג פאר די האר האט א שאנס צוריקצואוואקסן פילט מען עס ווייניגער. די מעלות דערפון זענען אז מ׳דארף עס נאר טון איינמאל אין צוויי וואכן און ס׳איז א נאריש מאשינקע וואס קאסט א נישטיגע פערציג טאללער, מ׳דארף אבער זייער געווארנט זיין צו טון exfoliating דערנאך מיט א pumice stone צו עפעס אנדערש, אנדערש קען מען באקומען ingrown hairs און פימפלס.

איך נוץ יעצט א פשוט׳ע צוואנציג דאלערדיגע body hair trimmer, מ׳דארף טאקע זיך שערן אפטער, אפשר ברויך איך טאקע טוישן. אויכעט דוכט זיך מיר אז ס׳וויכטיג צו האלטען גאר ריין די כלים וואס מ׳נוצט אויפן גוף, אז נישט טראגט מען ארום פונגיי וכדו׳ פון איין פלאץ צום אנדערן.

Re: שיינקייט פאר מענער

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:35 pm
דורך אלבערט איינשטיין
וועגן די חסידישע לבוש געדענק איך איך בין איינמאל אריין אין איינער פון די געשעפטן. גראדע מער א פריוואטע מיט בעסערע קוואליטעט און עפעס בין איך נישט צופרידן געווען פון די וועג וויאזוי די רעקל איז געווען צוגעפאסט האט ער מיר געענטפערט וואס זאל איך טוהן דו האסט נישט א יודישע געבוי. א יודישע געבוי איז שמאל ביי די אקסלן און ברייט ביים בייכל נישט אז די אקסלן זאלן זיין געבויעט און די בויך דאר. זאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

Re: שיינקייט פאר מענער

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:36 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אגב איז שערן די האר אויפן גוף אן הלכה פון לא תלבש? איך האב נאכנישט געזען אן אשכול רעדן דערוועגן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:20 pm
דורך געדאנקן
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אגב איז שערן די האר אויפן גוף אן הלכה פון לא תלבש? איך האב נאכנישט געזען אן אשכול רעדן דערוועגן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

אז עס שטייט נאר אן איסור אויף שער בית השחי ובית הערוה איז דאך לכאורה אז די איבריגע חלק גוף איז נישט קיין פראבלעם.

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:21 pm
דורך געדאנקן
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:זאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

המחלל ש"ש בסתר מפריעין ממנו בגלוי..

Re: שיינקייט פאר מענער

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:26 pm
דורך ברוינשטיין
וואס מיינט דעיס?

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
ברוינשטיין: אז ווען איינער איז א געפאפטער. ער מאכט דעם פנים פון א שיינער איד. וואס א יעדער קוקט ארויף אויף איהם. אבער עכט איז ער א שייגעץ. אזוי ווי דער מענטש וואס האט מכשיל געווען די אידן מיט טריפה פלייש. ער האט געהאט א פנים פון א שיינעם איד. ער האט דאך אויך געגעבן א שיעור אין דף היומי. (פארדעים לערנען אונז ערליכע אידן טאקע נישט קיין דף היומי, רח"ל). און נאכדעים איז נתגלה געווארן זיין אמת'דיגער פרצוף...וואס איז אן אינטרעסאנטע געשיכטע פאר זיך...! וויאזוי. דורך א ..."צופאל"... (וואס איז נישט זייער שטארק באוואוסט) איז נתגלה קלונו געווארן ברבים...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:41 pm
דורך געדאנקן
ברוינשטיין האט געשריבן:וואס מיינט דעיס?

'דעיס' איז א אויסדריק וואס מניצט ביים רעדן אנשטאט 'דאס'.

Re: שיינקייט פאר מענער

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:42 pm
דורך ברוינשטיין
דברי ברוינשטיין כלשון בני אדם

Re: שיינקייט פאר מענער

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:44 pm
דורך אלבערט איינשטיין
געדאנקן האט געשריבן:
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:זאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk

המחלל ש"ש בסתר מפריעין ממנו בגלוי..
אה דאס מיינסטו. אז ווען איך גיי אין דזשים בין איך מחלל שם שמים בסתר.
איי געס מדארף קומען פון זייער א פארמאכטע בעקגראונד צו כאפן די דשאוק [emoji3]

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
מפריען ממנו בגלוי קען אויך מיינען אז ווען דער דזשים אוינער געט איבער די ליסט פון זיינע קאסטומערס פאר די מנהלים פון די ישיבה וואו דיין זון אדער טאכטער גייט...!

Re: שיינקייט פאר מענער

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:53 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אגב א שיינקייט פאר א מאן איז א ביינערדיגע געבויטע געשטעל און איך מיין אז עס עפנט זיך מער און מער דזשימ׳ס אין די היימישע געגנטער.
אכשר דרא.

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 10:06 pm
דורך moody
און דעם ענין פון שיינקייט ביי מענער, ליגט איינער פון די גרעסטע סאקסעס סטאריס פון היימישע אידענטום.
איך ווייס נישט אויב עס איז דא נאך א געמיינדע אויף די וועלט ווי אזוי פול שיכטען אוטערעסירט בכלל נישט די אויסערליכע אויזעהן פונעם גוף!
מיר האבן ווירקליך מצליח געווען אויסצורייען אן אלוועלטליכע מענטשליכע נאטור.

גיי אריין אין ראדני צו אין פאפא און קוק זיך אום. צושרויבעלטע בערד, פארפלעקטע רעקלעך און ווער רעדט נאך פונעם טלית קטן. און א חלק עולם גייט עס ביזען חוש הריח.
איך מיין נישט צו זיין אפענסיוו איך צייג נאר אן אויף אן אינטרסאנטען פאנאמינאן

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 10:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אגב איז שערן די האר אויפן גוף אן הלכה פון לא תלבש? איך האב נאכנישט געזען אן אשכול רעדן דערוועגן

לא תלבש ווענדט זיך אויפ׳ן מנהג לויט׳ן פלאץ און צייט, אין שולחן ערוך שטייט אז א מאן טאר נישט קוקן אין שפיגל אלץ לא תלבש אבער קיין איין ארטאדאקסישער פוסק האלט נישט אז ס׳איז טאקע אן איסור דאורייתא, ס׳דא אנדערע ענינים על פי קבלה נישט צו קוקן אין שפיגל אבער א דאורייתא איז עס נישט און דער היתר איז אז היינטיגע צייטן איז עס נישט דווקא א פרויערישע זאך. היינטיגע צייטן איז א נארמאלע זאך פאר מענער זיך צו שערן די body hair, כ׳האב אמאל געזעהן ערגעץ שטיין אז 90% מענער היינטיגע צייטן שערן זיך די body hair למחצה לשליש ולרביע. דערנאך איז דא אן ענין פון בל תשקצו, די וואס לאזן וואקסן די armpit האר לאזן זיך אריין אין אן ערנסטן שאלה, ווי אויך קען עס זיין א חציצה פאר די מקוה, והמחמיר תבוא עליו מרדעת.

נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 11:54 pm
דורך געדאנקן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דערנאך איז דא אן ענין פון בל תשקצו, די וואס לאזן וואקסן די armpit האר לאזן זיך אריין אין אן ערנסטן שאלה, ווי אויך קען עס זיין א חציצה פאר די מקוה, והמחמיר תבוא עליו מרדעת.

סאיז דא אסאך היימישע וואס שערן עס אינגאנצן?

Re: שיינקייט פאר מענער

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:36 am
דורך אונטער חכם
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:וועגן די חסידישע לבוש געדענק איך איך בין איינמאל אריין אין איינער פון די געשעפטן. גראדע מער א פריוואטע מיט בעסערע קוואליטעט און עפעס בין איך נישט צופרידן געווען פון די וועג וויאזוי די רעקל איז געווען צוגעפאסט האט ער מיר געענטפערט וואס זאל איך טוהן דו האסט נישט א יודישע געבוי. א יודישע געבוי איז שמאל ביי די אקסלן און ברייט ביים בייכל נישט אז די אקסלן זאלן זיין געבויעט און די בויך דאר. זאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk


קען זיין די קלענערע געשעפטן איז עס אנדערש, אבער ביי די גלויבער געשעפטן איז דער פראבלעם אייביג פארקערט, אדער נעמט מען צוויי סייזעס גרעסער ווי מען איז, אדער שטעקט זיך דאס בייכל ארויס.

Re: שיינקייט פאר מענער

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:55 am
דורך אלבערט איינשטיין
אונטער חכם האט געשריבן:
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:וועגן די חסידישע לבוש געדענק איך איך בין איינמאל אריין אין איינער פון די געשעפטן. גראדע מער א פריוואטע מיט בעסערע קוואליטעט און עפעס בין איך נישט צופרידן געווען פון די וועג וויאזוי די רעקל איז געווען צוגעפאסט האט ער מיר געענטפערט וואס זאל איך טוהן דו האסט נישט א יודישע געבוי. א יודישע געבוי איז שמאל ביי די אקסלן און ברייט ביים בייכל נישט אז די אקסלן זאלן זיין געבויעט און די בויך דאר. זאגט ער מיר אז דו גייסט אין דזשים וועלן די היימישע קליידער געשעפטן דיר נישט קענען צופרידן שטעלן

Sent from my SM-T727U using Tapatalk


קען זיין די קלענערע געשעפטן איז עס אנדערש, אבער ביי די גלויבער געשעפטן איז דער פראבלעם אייביג פארקערט, אדער נעמט מען צוויי סייזעס גרעסער ווי מען איז, אדער שטעקט זיך דאס בייכל ארויס.
ביי די גלויבער געשעפטן וועט די מערסטע ליידן איינער מיט א ברייט ביינערדיגע טשעסט. אויב ער דארף עס זאל זיין צוגעפאסט. ביי די קלענערע איז געווען בעסער די מצב. אבער עס האט מיר נישט צופרידן געשטעלט. קאסטעם מעיד איז צו טייער פאר מיר.
ביי די אלגעמיינע קליידער געשעפטן טוה איך אן אן דאס אנצונג איז אויסגעגאסן.. וואס זאל איך טוהן ווען איך וויל משיח זאל קומען בזכות שלא שינו....

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 12:04 pm
דורך קידוש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פאר #2 איז אן epilator די בעסטע לעהזונג וואס איך האב ביזדערווייל געטראפן, ווען די האר איז לאנג טוט עס שטארק וויי אבער אויב מ׳טוט עס רעגלמעסיג פאר די האר האט א שאנס צוריקצואוואקסן פילט מען עס ווייניגער. די מעלות דערפון זענען אז מ׳דארף עס נאר טון איינמאל אין צוויי וואכן און ס׳איז א נאריש מאשינקע וואס קאסט א נישטיגע פערציג טאללער, מ׳דארף אבער זייער געווארנט זיין צו טון exfoliating דערנאך מיט א pumice stone צו עפעס אנדערש, אנדערש קען מען באקומען ingrown hairs און פימפלס.

דאס איז נישט קיין פערמאנאנטע לייזונג, אויב עמיצער דא האט געמאכט Laser hair removal זאל זיך ביטע אנרופען אדער קומען אין אישי

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 12:09 pm
דורך קידוש
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אגב א שיינקייט פאר א מאן איז א ביינערדיגע געבויטע געשטעל און איך מיין אז עס עפנט זיך מער און מער דזשימ׳ס אין די היימישע געגנטער.
אכשר דרא.

די סיבה פארן עפענען די אשכול איז נישט געווען צו הייסען די עולם גיין אין דזשים אין בויען שטארקע מוסקלען ( כאטש איך אליין גיי גאנץ ערליך)
פשוט זיך ארויסצוהעלפען אויסזעהן נארמאל

טראכט: איר גייט אין שול אין זעהט אייער ישיבה חבר מיט א פאראייטערטע פנים פון א געקראכטע פימפעל אדער מיט גרויסע שווארצע פלעקען אויפען נאז,
און איר (אדער זיין אשת חיל)ווילט אים העלפען אבער ווייסט נישט וויאזוי

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 12:41 pm
דורך טריי סטעיט
קידוש האט געשריבן:דאס איז נישט קיין פערמאנאנטע לייזונג, אויב עמיצער דא האט געמאכט Laser hair removal זאל זיך ביטע אנרופען אדער קומען אין אישי

יש להשיג לעיזער העיר רעמאָוועל פאר היימישע מענער. עכ''פ מיט צוויי יאר צוריק געדענק איך פון א אינגערמאן וואס האט דאס געטוהן פאר פרנסה און עטליכע וואס איך קען האבן עס אויספרובירט. און גראדע געדענק איך אז ס'איז אויך נישט געווען אזא פערמענאנטע לעזונג.

נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:05 pm
דורך קידוש
צום קעפל:
איך האב דיע וואך זונטאג אריינשפאצירט אין די נייע געשעפט Fino וואס האט זיך געפענט אין מאנסי נעבען Bingo,
וואס זאל איך אייך זאגען טייערע יודען, די חסידישע עולם האט געווארט אויף די געשעפט פאר צענדליגע יארען.
איך האב מיר געשפירט ווי א קליין קינד אין א קענדי סטאר, צום ערשטע מאל האב געקענט אויסוועלען מיינע אייגענע סחורה אין דיזיינס פאר א בעקיטשע, נאכען פאסען מיין באשלוס האט א העפטליכע איינגעשטעלטע אנגעמאסטען די בעקיטשע ווי א הענטעשקע אויפען האנט