בלאט 1 פון 1
אטאקע אויפן דושינסקיא רבי
נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 7:51 pm
דורך מחצה''ק
ירושלים - א אויפשוידערנדער אינצידענט האט זיך אפגעשפילט זונטאג אוונט אין ירושלים ווען כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א איז אנגעקומען צו א חתונה אין מאה שערים, און א צאל ליידיגע יונגען עקסטרעמיסטן האבן נאכגעשריגן דעם רבי'ן שליט"א און געווארפן א טעלער טשאלנט אין זיין ריכטונג. ווי פארשטענדליך האט דאס ארויסגערופן אפשיי און אויפברויז ביי יעדן רעכטדענקנדן מענטש און הויפטזעכטליך ביי די חסידים, אבער דער גבאי פונעם רבי'ן שליט"א האט ארום געשיקט א וואויסמעיל צו אלע חסידים אין נאמען פון רבי'ן שליט"א פאר אלע חסידים נישט צו רעדן דערוועגן בכלל און נישט גורם זיין צער פאר קיין שום איד. דער רבי שליט"א האט געזאגט אז עס וועט נישט דויערן לאנג זיך צו איבערצייגן אז עס האט זיך געלוינט צו בלייבן שטיל.
JD Media
Re: אטעקע אויפן דושינסקיא רבי
נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:01 pm
דורך תוהו ובוהו
דושינסקיא רבי איז א דוגמא פון פשוט אן ''ערוואקסענער'' רבי אין קאנטראסט צו זיינע קאלעגע אדמורי''ם וואס ס'רוב פון זיי חוץ פון זייער געוואלדיגע מעלות האבן פשוט א קינדישע אומערוואקסענע צוגאנג צו זאכן און פירן קינדישע חשבונות מיט דעם און מיט יענעם.
כ'גלייב אז יעדער וואס האט נאר אמאל געלערנט אין מיר און זיך געדרייט אינעם דושינסקיא אומגעגנט, האט עפעס א סיפור פונעם זעהן זיין ערוואקסענקייט און זיין זיכער מאכן אז יעדער פילט זיך גוט אפי' אויפן חשבון פונעם אייגענעם קינדישן כבוד.
נשלח: דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:15 pm
דורך קאצקע ציקער
ער איז א העווי סמאקער אזוי מיין איך וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז ער איז א טשילד אט רבי
נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 5:59 am
דורך זופ מיט מאנדלען
ספעלט פרטים אין די מעשה, וואס זענען געווען די מאטיוון פון די אטאקירער?
נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 6:54 am
דורך [NAMELESS]
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ספעלט פרטים אין די מעשה, וואס זענען געווען די מאטיוון פון די אטאקירער?
וועגן ער איז געגאנגען אין די גולובנציץ קאמפלעקס א שטיק צייט צוריק.
נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 9:11 am
דורך עזיוזמרת
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ספעלט פרטים אין די מעשה
איז די טשאלענט געוייזן א פליישיגער טשאלענט אדער א פארעווע טשאלענט?
(סקען כאפען אַ נפקא מינא ביי אַ אינו בן יומו ואכמ"ל)
נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 2:17 pm
דורך דערוועקט
עזיוזמרת האט געשריבן:זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ספעלט פרטים אין די מעשה
איז די טשאלענט געוייזן א פליישיגער טשאלענט אדער א פארעווע טשאלענט?
(סקען כאפען אַ נפקא מינא ביי אַ אינו בן יומו ואכמ"ל)
די טשולענט - פליישיג.
דער רבי - פארווע.