בלאט 1 פון 2

נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 1:32 pm
דורך היכי דמי
אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער. געפארן זענען זיי קיין קווינס ווי געוויסע מענטשן גייען זיי פרובירן צו אויפקלערן מיט א זאפטיגע **** עדיוקעישן, מיט משלים און סטאטיסטיקס. יא, מען גייט רעדן צו די קינדער וועגן אינטערנעט, און מען גייט זיי אויפקלערן אז אינטערנעט איז ווי גילו עריות אדער גאר ערגער.

מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען א עמעזאן באקס ווערט דעליווערט צו זיי אין שטוב זאלן זיי וויסן אז זייער מאמע האט ווארשיינליך געזינדיגט.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע הערט א שיעור אויף תורה עני טיים הערט ער זיך אן מיט אפיקורסות.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע גיבט צדקה אויף טשערעטי, בויט ער בתי זונה
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע ליינט א ביזנעס אימעיל איז עס א בחינה פון כל באיה לא ישובין
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער מאמע טשעקט א רעסעפי אנליין, גייט די נאכטמאל יענע טאג זיין טריפה

וכו. וכו.

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 1:46 pm
דורך נחמד
וועלכע מוסדות זענען געגאנגען?

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 1:59 pm
דורך היכי דמי
הער איך אז אלע אויסער באבוב

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 3:33 pm
דורך פריוואט
האט מען געבעטען געלט פון דו קינדער, צו קענען מיטפארען?

Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 4:04 pm
דורך אלבערט איינשטיין
ווער שטייט דערונטער? השומרים?

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 4:06 pm
דורך berlbalaguleh
געלט איז די קלענסטע פראבלעים...! די שאלה איז ווער (וולעכער משוגע'נער. יחיד אדער ארגאניזאציע) שטייט אונטער דעים...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 4:20 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
צום קעפל: עלעמענטן ספעללט זיך מיט צוויי עינס נישט עלימענטן.

Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 6:53 pm
דורך פאליטיקאנט
לאכטס ענק אויס, עס טוט גארנישט אויף, קיין איין אינגל נעמט עס נישט מער ערנסט ווי השמיעיני אד"ג. אויב יא איז עס נאר ביז ער גייט אריין אין כיתה ט'.

סתם אזוי איז עס געווען א דורכפאל פון א זאך, כ'האב געהערט אז די מנהלים זענען זייער נישט צופרידן, אנגעהויבן די סיסטעם פון די באסעס (איין לעין פאר קרוב צו צוויי הונדערט באסעס), די נישט האבן עסן פאר 5 שעה, און די שלעפעריי. אלס איז געווען אן קיין שכל.

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:01 pm
דורך קהל'ס נער
פאליטיקאנט האט געשריבן:לאכטס ענק אויס, עס טוט גארנישט אויף, קיין איין אינגל נעמט עס נישט מער ערנסט ווי השמיעיני אד"ג. אויב יא איז עס נאר ביז ער גייט אריין אין כיתה ט'.

סתם אזוי איז עס געווען א דורכפאל פון א זאך, כ'האב געהערט אז די מנהלים זענען זייער נישט צופרידן, אנגעהויבן די סיסטעם פון די באסעס (איין לעין פאר קרוב צו צוויי הונדערט באסעס), די נישט האבן עסן פאר 5 שעה, און די שלעפעריי. אלס איז געווען אן קיין שכל.

זאגסט דאך אזוי אמת'דיג, די אלע דרשה'ס זעננן גיט ביז כיתה ט', ווען איך בין געוועין אין חדר האט זיך אנגעהויבען די אינטערנעט מערכה, אונז זעמיר אלע געוועין זייער הייליג אקעיגן אינטערנעט די גאנצע קלאס, אין שיעור א' האבן 2 חברה שוין געהאט אייפאד טאטש'ס (ווער געדעינקט נאך? :lol: ) וואס זיי האבן עס ארום געבארגט פאר כל דכפין וכל דצריך, וואס אינז האבן אלס צאם געזעין דארט ווייסט נאר גאט אין הימל....מיט מיין גאנצע קלאס, בקיצור צום פוינט די אלע דרשה'ס זענען גיט ווילאנג מען קימט נישט אין בארירונג מיט אט די כלי המשחית וכו'. היינט נאכן חתונה האבן בערך 90% פון מיין קלאס סמארטפאון'ס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:07 pm
דורך שמן למאור
קען זיין אז אין בעלז איז אזוי, אבער אין אנדערע קהילות, ובתוכם ווי איך בין אויפגעוואקסן, איז עס בערך 50/50, פאר האלב פון די עולם בלייבט איינגעווארצלט די אלע זאכען וואס מען האט זיי פארקויפט, אפילו נאך די חתונה, און מען האט נאר פליפ פאונס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:19 pm
דורך קהל'ס נער
[

נשלח: מיטוואך יאנואר 19, 2022 8:57 pm
דורך שמעקעדיג
היכי דמי האט געשריבן:אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער. געפארן זענען זיי קיין קווינס ווי געוויסע מענטשן גייען זיי פרובירן צו אויפקלערן מיט א זאפטיגע **** עדיוקעישן, מיט משלים און סטאטיסטיקס. יא, מען גייט רעדן צו די קינדער וועגן אינטערנעט, און מען גייט זיי אויפקלערן אז אינטערנעט איז ווי גילו עריות אדער גאר ערגער.

מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען א עמעזאן באקס ווערט דעליווערט צו זיי אין שטוב זאלן זיי וויסן אז זייער מאמע האט ווארשיינליך געזינדיגט.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע הערט א שיעור אויף תורה עני טיים הערט ער זיך אן מיט אפיקורסות.
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע גיבט צדקה אויף טשערעטי, בויט ער בתי זונה
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער טאטע ליינט א ביזנעס אימעיל איז עס א בחינה פון כל באיה לא ישובין
מען גייט זיי אריינלייגן אין קאפ אז ווען זייער מאמע טשעקט א רעסעפי אנליין, גייט די נאכטמאל יענע טאג זיין טריפה

וכו. וכו.

איך בין אויך ווייט נישט קיין חסיד פון די סארט כינוסים, אבער לדעתי האסטו שרעקליך איבערגעטריבן.

Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 8:25 am
דורך ישן מלא חדש
נישט זיין באזארגט מאנסי האט געהאט די זעלבע כינוס פאר א פאר וואכן צוריק ולא נודע כי באו אל קירבנה

Sent from my moto g(7) play using Tapatalk

Re: נידריגע עלימנעטן מאכן קאליע ערליכע קינדער אין בארא פארק

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 9:36 am
דורך פרנס החודש
איך האב גערעדט מיט מיין קאזין ( א 10 יעריג'ס פון מאנסי , דווקא פון א פארפרומטע שטוב) נאך די אסיפה , זאגט ער מיר אז לויט זיי טאר ער נישט אריינגיין אין זיין הויז וועגן זיין ברודער האט א סענסא מיט א SD סלאט....
לדעתי טרייבען זיי אזוי איבער מיט די קינדער, אז זיי מאכן נאר חרוב אפילו ביי די פרומע.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:33 am
דורך קהל'ס נער
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט מיין קאזין ( א 10 יעריג'ס פון מאנסי , דווקא פון א פארפרומטע שטוב) נאך די אסיפה , זאגט ער מיר אז לויט זיי טאר ער נישט אריינגיין אין זיין הויז וועגן זיין ברודער האט א סענסא מיט א SD סלאט....
לדעתי טרייבען זיי אזוי איבער מיט די קינדער, אז זיי מאכן נאר חרוב אפילו ביי די פרומע.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

זייער גיט אזוי זעיען מער מענטשן איין אז זיי זענען סתם עקסטרעמיסטן, נעקסטע יאר גייען זיי אסר'ן סידי פלעיערס.

מען דערציילט אויף די רבנים פון נאכן קריג, די עקסטרעמיסטן האבן געוואלט מען זאל אסר'ן רעדיאו, האבן די רבנים גענטפערט: אז מען וועט אסר'ן ראדיו וועט מען שוין לאכן פונעם איסור אויף טעלעוויזיע, מען וועו זאגן אז די זעלבע עקסטרעמיסטן וואס האבן גע'אסר'ט רעדיו האבן גע'אסרט טעלעוויזיע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:35 am
דורך נחמד
קהל'ס נער האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט מיין קאזין ( א 10 יעריג'ס פון מאנסי , דווקא פון א פארפרומטע שטוב) נאך די אסיפה , זאגט ער מיר אז לויט זיי טאר ער נישט אריינגיין אין זיין הויז וועגן זיין ברודער האט א סענסא מיט א SD סלאט....
לדעתי טרייבען זיי אזוי איבער מיט די קינדער, אז זיי מאכן נאר חרוב אפילו ביי די פרומע.

Sent from my SM-G930V using Tapatalk

זייער גיט אזוי זעיען מער מענטשן איין אז זיי זענען סתם עקסטרעמיסטן, נעקסטע יאר גייען זיי אסר'ן סידי פלעיערס.

מען דערציילט אויפ'ן סאטמארער רבי'ן זי''ע, די עקסטרעמיסטן האבן געוואלט ער זאל אסר'ן רעדיאו, האט ער זיי גענטפערט: אז מען וועט אסר'ן ראדיו וועט מען שוין לאכן פונעם איסור אויף טעלעוויזיע, מען וועו זאגן אז די זעלבע עקסטרעמיסטן וואס האבן גע'אסר'ט רעדיו האבן גע'אסרט טעלעוויזיע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 11:52 am
דורך קהל'ס נער
נחמד האט געשריבן:

קען זיין ס'געוועין די רביזכיסע...אבער מען האט שוין ארויפגעקלעיבט אויף עים אזויפיל מעשיות אז מען קען נישט וויסן, אויב איך געדעינק גיט איז עס געוועין צעלימער רב, כ'האב עס נישט ארויסגעשריבען ווייל כ'וויל נישט שרייבן זאכן וואס כ'בין נישט זיכער.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 3:44 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
די אמאליגע רבנים האבן פארשטאנען צו הנהגה

ראדיא האבן זיי נישט געאסר׳ט ווייל עס איז א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:09 pm
דורך נחמד
מיט וואס איז ראדיא מער גזירה שאין הציבור ווי אינטערנעט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:19 pm
דורך berlbalaguleh
נחמד: איה"נ (אין הכי נמי. פאר די מענטשן אין האבאקען). די אמאליגע רבנים וואלטן טאקע נישט געאסר'ט אינטערנעט (פארשטייצעך מיט א פילטער, און השגחה וואו ס'דא קינדער.).

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 4:54 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
berlbalaguleh האט געשריבן:נחמד: איה"נ (אין הכי נמי. פאר די מענטשן אין האבאקען). די אמאליגע רבנים וואלטן טאקע נישט געאסר'ט אינטערנעט (פארשטייצעך מיט א פילטער, און השגחה וואו ס'דא קינדער.).

גערעכט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 5:22 pm
דורך קהל'ס נער
נחמד האט געשריבן:מיט וואס איז ראדיא מער גזירה שאין הציבור ווי אינטערנעט?

ס'טאקע נישט מער, וועיגן דעים זאגט ער אז די אמאליגע רבנים האבן פארשטאנען צי הנהגה, די היינטיגע נישט ווייל זיי אסר'ן אינטערנעט

הוספה:
יעצט זעי איך אז בערל האט מיך שוין אויסגעכאפט

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 20, 2022 7:20 pm
דורך מיינונגזאגער
היכי דמי האט געשריבן:אין די מינוט'ן קומט פאר א שמוציגע מעמד ווי נידריגע עלימענטן מיט בייזע כוונות האבן צוזאמגענומען ערליכע קינדער פון פרומע שטובער פון די חסידישער שטאט בארא פארק, און מען האט זיי צוגעפירט דורך די טמענע הייוועיס, ווי נאקעטע ביללבארדס שיסן אריין נסיונות אין זייער ריינע הערצער.

שרעקליך, אבער לאמיר א מינוט קלערן.
(איך ווייס אז איך גיי כאפן א פסק פארן זיין א טראל. וויל איך דא שטעלן אן הקדמה. אז איך גיי עקטן עז עי דעווילס עדוואקעט Act as a devil's advocate נישט אז איך האלט אזוי.)
אם תמצא לומר אז די אינטערנעט איז אזוי שמוציג און א מקום לפורעניות, ג"ע, שפ"ד, און ע"ז, מאן יימר אז זיי זענען נישט גערעכט.
אויב דער בורא עולם הקב"ה זאגט אז מען זאל זיך פונאנדערשיידן פון די טומאה, און מען זעהט א טאטע אדער א מאמע טוהן זיך נישט אפשיידן פון דעים, זאל, און מעג א קינד וויסען אָפס מיין טאטע מאמע טוען זאכן וואס זענען שלא כהוגן. דער קינד וועט זיך דארפן מיט דעם ספראווען, אבער ווער זאגט אז א קינד ספראווען מיט יענעמס (טאטע מאמע) קדושה איז אזוי שלעכט. עס גיט א קינד אן אימיון סיסטעם פאר די ריעל ניסיונות וואס איז אבאוט טָא קאום ווען ער אליינס וועט סטראגלען.
דזשאסט א געדאנק !!

חוצפה יסגי איז ממילא עקבתא דמשיחא איז וואס מער א חוצפדיגער דור עס וועט וואקסען וועט די איבעי' ווערן פארענטפערט דורך תישבי שנעלער און פריער.