בלאט 1 פון 12
ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א, אב"ד וואודרידזש
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:23 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:ר"י לעבאוויטש דעזערווט א באזונדערן אשכול
איך וואלט זייער געוואלט ליינען און וויסן מער איבער דעם אינטערעסאנטן אינדיווידואל.
ער איז מלא תוכן
בן תמליון האט געשריבן:דער אשכול דערמאנט מיר א מימרא פון וואודריזשער רב הגר"י לעבאוויטש. וואס איז דאס ענין ביי משה ע"ה ולא ידע איש את קבורתו? משה רבינו זאגט: ביי מיין קבר עט עטץ נישט קומען טרינקען פאנטש מיט קאלעיד. ודפח"ח.
אורח האט געשריבן:זיידעטשקע האט געשריבן: (אפשר איינע פון די גדולים)
מרגלא בפומיה פון וואודרידזשע רב "אויף גדולים מאכט מען אשר יצר" ודפח"ח
נא, רבותי, גייטס ווייטער.......
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:30 pm
דורך זר זהב
ר' יצחק לעבאוויטש קומט פון פשוטע עלטערן, ער האט יחוס עצמו.
(ס'ווערט דערציילט אז צו ר' יצחק'ס פשוטע עלטערן איז איין שבת אנגעקומען א אפגעריסענער ארימאן
ער איז נישט געווען ארומגעוואשן, די עלטערן האבן אים אריינגענומען, אפגעוואשן און געגעבן צו עסן און אים
צוגעשטעלט א געלעגער. צופריה האבן זיי נישט געקענט אפגעפונען דעם ארימאן.
א יאר דערויף איז ר' יצחק געבוירן. דזשאוק)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:46 pm
דורך outspoken
א איד וואס שמייסט די אמת אין פנים, צו זאל דאס זיין וועגן פארטיי, פאגרעבטקייט ביי די היימישע (קנאישע) אינגעלייט, און די עיקר וועגן דרך הלימוד. ער האט ארויסגעגעבן א קונטרס ווי ער איז מסבר אז חסידות האט ארפגעברענגט די דרך הלימוד פון תלמידי החת''ס.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:47 pm
דורך זר זהב
ביי אים איז נישטא קיין זומער זייגער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:50 pm
דורך a1b2
ער איז ג'ווען א ג'לאנגנע מגיד שיעור אין סאטמער ישיבה קטנה מען האט אים גהאלטן אין איין ווארנען אז ער זאל אויפהערן רעדן זאכען וואס סאטמער האט גו'ואלט באהאלטען פין די בחורים ביז ער איז ג'פליגן האט ער אפגמאכט צי עפנען אליינס א שטעטיל צי קענען טיען וואס ער וויל דא האלט עס ביז יעצט איך מיין אז סאיז העכסט צייט אז מען זאל אהינגיין
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:30 pm
דורך ידען
ער איז די מערסטע אויסגעשפיעלט פון אלע רבנים.
האט רוב מאל נישט קיין מנין. נאך א מזל טאבאק האטעל איז נישט ווייט פון איהם האט ער אמאל יא א מנין אין מיטן ווינטער.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:43 pm
דורך שמעקעדיג
אבער ער איז צוקער זיס!
מענטשן גייען אויס צו הערן זיינע דרשות.
איך האלט ער זאל עפענען א האטליין!
ער איז גארנישט ערגער פון א.מ.ג. וואס האט א קאלד-ליין......
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:47 pm
דורך שעפטל
ער האלט זיך קליגער ווי דעם.
ווי אזוי שרייט ער? "ווען וועלט איז ווען וועלט וואלט ווען יעדער גערעדט און געטוהן אזוי ווי מיר, נו וואס זאל מיר טוהן אז וועלט נישט וועלט? שרייט מען נאך אז איך מאך אויס וועלט?!" (עמוק...)
יעצט אין די זוממער בין איך שוין צוויי מאל אריינגעפאלן צו זיינע שיעורים, דער האט דאגות א פחד... אבער רעדט ציקער זיס און האט אויף אלעמען א מיינונג און לאזט זיך הערן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:51 pm
דורך לאדיך אפ
ער איז אויך א תלמוד חכם און ידען עצום. זיין מערכה קעגן די אזוי געריפענע מהרל'ס אגדה איז צום באוואודערן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:04 pm
דורך טראכט
ווי דער עולם האט שוין געשריבן איז ער איז א איד א תלמיד חכם עצום, מען קען אים רופן ביז שפעט ביינאכט פרעגן שאלות. ער האט א מיינונג אין יעדע זאך, איך רוף אים פיל מאל פרעגן שאלות.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:22 pm
דורך טעלעפאן
איך פארשטיי נישט איין זאך; מיר ווארטן עס זאל קומען עפעס א רב און איינזעהן אינעם חורבן הדור. איינמאל עס איז דא אזוינס רייסט מען אים ארונטער ...
נו אודאי איז ער אביסל משוגע ווען נישט גיבט ער זיך אונטער צו די משוגעים...
מיר דארפן אים בעקן!
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:58 pm
דורך אויס מענטש
אדרבה לאמיר הערן, זאל דער עולם ברענגען גוטע מאמרים פון אים און זיינע לעבנס געשיכטע.
איך פערזענליך קען נישט דערליידן זיין מהלך ער קירטיקירט יעדן איינעם נישט נאר חסידים נישט נאר סאטמאר, יעדע זאך רייסט ער אראפ ביז אונטן.
בריסק איז ביי אים ע"ז ממש.
און חב"ד איז טרייפער ווי טרייף, ביי אים איז דער רבי משיח שקר.
זיין זון ר' יעקב משה האט א ישיבה אין מאנסי וואס הייסט בית הילל. אבער ער לאזט נישט זיין טאטן קומען רעדן ווייל ער וויל נישט די בחורים זאלן הערן די סארט שפראך.
ער פירט זיך אין זיין ישיבה ווי א אונגארישער רב מען קושט אים די האנט מען רופט אים רבי, וכו' וכו'
ער האט אמאל געהאט א שטיקל מאוומענט אין וויליאמסבורג אבער עס האט נישט מאריך ימים געווען.
אדרבה לאמיר הערן נאך היסטערי.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:00 pm
דורך אויס מענטש
אגוט ווארט פון אים
סאטמאר רב האט איבער געלאזט א תורה שלימה פון תורות שיחות און זיינע חסידים האבן געמאכט פון דעם שטותים מיט לאקשען
דער חבדסקער האט איבער געלאזט שיחות, מאמרים, שטותים מיט לאקשען און זיינע חסידים האבן געמאכט פון דעם א תורה שלימה {עמוק קצת...}
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:04 pm
דורך אשכנ
לאדיך אפ האט געשריבן:ער איז אויך א תלמוד חכם און ידען עצום. זיין מערכה קעגן די אזוי געריפענע מהרל'ס אגדה איז צום באוואודערן.
דאכט זיך אז איהר מיינט די מלבי"ם הגדה וואס ער האט אןיפגעוויזען אז דאס איז געשריבען געווארען דורך אן אנדערען (כאטש וואס די מהר"ל הגדה איז די זעלבע מעשה).
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:07 pm
דורך אשכנ
טראכט האט געשריבן:ווי דער עולם האט שוין געשריבן איז ער איז א איד א תלמיד חכם עצום, מען קען אים רופן ביז שפעט ביינאכט פרעגן שאלות. ער האט א מיינונג אין יעדע זאך, איך רוף אים פיל מאל פרעגן שאלות.
ער האט א הפלה'דיקע בקיאות אויך אין די ספרים פון אנדערע קרייזען ווי חב"ד ליטווישע און נאך חאטש אז ער קען זיי קריטיקירען, קומט אלעס פון ידיעות און נישט סתם געשאסען.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:17 pm
דורך אשכנ
שמעקעדיג האט געשריבן:אבער ער איז צוקער זיס!
מענטשן גייען אויס צו הערן זיינע דרשות.
איך האלט ער זאל עפענען א האטליין!
ער איז גארנישט ערגער פון א.מ.ג. וואס האט א קאלד-ליין......
ער האט הונדרעטער דרשות וואס מ'קען הערען אויף קול הלשון אויף חומש, רמב"ן, ענינא דיומא, דברים העומדים על הפרק, סיפורי צדיקים, און נאך. מ'דרוקט 3-1-6
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:28 pm
דורך קרעקער
האט א ריזיגע אוצר הספרים
יעדע איינציגע ספר איז פיל מיט הגהות
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:39 pm
דורך הדד בן בדד
ווי דער עולם האט געשריבן דא איז ער א מורא'דיגער תלמיד חכם, און ידען עצום און למדן נפלא. ער האט טויזענטער ספרים און טוט כמעט גארנישט עפעס אנדערש ווי זיצן און לערנען, און פארלערנען שיעורים (וועלכע מען קען הערן אויף קול הלשון און באקומען אויף טעיפס) ער האט טאקע א מיינונג אין כמעט אלעס, אבער ווי איינער האט דא ארויסגעברענגט קומט עס פון ידיעה און נישט סתם אין די וועלט אריין.
לדעתי איז זיין גרעסטע מעלה זיין זעלבסטשטענדיגקייט. ער איז אליינס שוקל זאכן און איז מחליט וואס ער האלט, ער פארט נישט מיט מיטן באן פון "חרדישן אידנטום". ער איז א תלמיד פון סאקמער רב, און האלט פון אים עולם ומלואו, אבער דער סאקמער רב האט נישט איבערגענומען ביי אים דאס פלאץ פון רבונו של עולם (אנדערש ווי ביי אסאך אנדערע סאטמאר'ער חסידים), און ער קען הערן קריטיק אויף סאקמער רב, און ער קען עס פארנעמען, און ער קען אפילו האלטן אויף געוויסע זאכן אז יתכן אז סאקמער רב האט געמאכט א טעות, אדער אז מען האט אים פארנארט.
ווען מען גייט אריין אין זיין גרויסן ספרים צימער זענען די ווענט פול מיט צעטלעך, "קוואוטס" פון ספרים וועלכע ער האט געטראפן און זיך אפגעשריבן און ער קלעבט זיי אויף אויף די ווענט. זיין פארשטאנד אין אידישקייט, אין יסודות הדת, איז געוואלדיג און זייער טיעף. אבער ווי יעדער בעל כשרון און געלונגענער מענטש האט ער געוויסע חסרונות וועלכע פארדעקן אסאך אויף זיינע מעלות. אבער איינער וואס קען אוועק קוקן פון די חסרונות און קטנות'ן קען פון דעם מענטש גאר אסאך געניסן.
אגב, פאר ער איז געקומען קיין וואודרידש, האט ער געטרייט צו מאכן א ישוב אין וויינלאנד ניו דשערזי, אבער עס האט נאך ווייניגער מצליח געווען ווי וואדרידש (שטעל זיך פאר...)
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:46 pm
דורך זר זהב
איך האב פונקט געליינט אין צייטונג אז אום תשי"ג האב מען געמאכט א ישוב אין וויינלאנד בראש פון שאפראנער רב.
פארוואס האטזיכעס נישט אויסגעארבעט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:51 pm
דורך משכיל
ווען ער האט ווען א פאר גוטע גענגסטערס וואלט ער געווען דער הייליגער דברי יצחק, י
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:14 pm
דורך ידען
איך מיין ער האט א אייגענע האטליין.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:16 pm
דורך ידען
איז אמת אז ער האלט יא פון א ברוקלין עירוב אפי׳ ווען זיין רבי די סאטמארע רבי זצ״ל האט נישט געהאלטן פון עס?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:31 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ר' יצחק לעבאוויטש קומט פון פשוטע עלטערן, ער האט יחוס עצמו.
(ס'ווערט דערציילט אז צו ר' יצחק'ס פשוטע עלטערן איז איין שבת אנגעקומען א אפגעריסענער ארימאן
ער איז נישט געווען ארומגעוואשן, די עלטערן האבן אים אריינגענומען, אפגעוואשן און געגעבן צו עסן און אים
צוגעשטעלט א געלעגער. צופריה האבן זיי נישט געקענט אפגעפונען דעם ארימאן.
א יאר דערויף איז ר' יצחק געבוירן. דזשאוק)
"אלל דזשאוקס עסייד" איך קען פערזענליך די משפחה פון ר' יצחק לעבאוויטש שליט"א אב"ד וואודרידזש והגלילות. זיין טאטע ע"ה איז געווען א בעל הבית (נישט קיין שיינער איד) ער איז געווען א נהנה מיגיע כפיו, געארבייט אויף דריי דזשאבס צו ברענגען פרנסה אין שטוב. אבער א גרויסער תלמיד חכם וואס האט אוועקגעגעבן גאנץ שבת אויף לערנען תורה מיט די קינדער אנשטאט "כאפן א דרימל". דער וואודרידזשער רבי שליט"א איז א פרשה פאר זיך. ער איז בקי בכל מקצועות התורה, נאר ער איז נאכנישט אנגעקומען צום שער הענוה.