בלאט 1 פון 1

די דילעמא פונעם מאן

נשלח: פרייטאג יאנואר 21, 2022 12:48 pm
דורך קאך_לעפל
[justify]ס'זאל זיך נישט מאכן, אבער עס מאכט זיך אפט. א מאן און א פרוי הייראטן, און אלגעמיין פון אנהייב לעבן זיי ווי צוויי ליבע פייגל. זיי לעבן אין אַוואַנטורע און אין טייכן גליק, אבער עטוואס שפעטער אין לעבן, קענען זיך אין פילע פעלער מאכן מיספארשטענדענישן צווישן זיי. א טייל מאל איז דאס בלויז קלייניגקייטן און א טייל מאל נישט. קיין איין פאל איז נישט גלייך צו די צווייטע – יעדער קראנקער באזונדער האט זיין אייגנארטיגער היילונג. אט האט זיך געמאכט אזא פאל: דער מאן איז געקומען צום אויספיר אז זיין ווייב פלאגט זיך מיט א גייסטישע קרענק און ער פארלאנגט אז זי זאל גיין פאר הילף.

אט איז די דילעמא:

אויב דאס ווייבל וועט גיין צו א מאן טעראפיסט, איז דא שטארקע מעגליכקייטן אז דער טעראפיסט וועט איר באלעסטיגן, אזוי ווי מ'הערט נאכאנד פון אומצאליגע פעלער. און אויב וועט זי גיין צו פרוי טעראפיסט, וועט די טעראפיסט קומען צום אויספיר אז די פראבלעם איז ווירקליך מיטן מאן, און וועט ראטן די פרוי אז דאס איינציגסטע לעזונג צו אירע פראבלעמען איז אז זי זאל איבערלאזן איר מאן, אזוי ווי מ'הערט נאכאנד פון אומצאליגע פעלער.

מאכט זיך דאס יונגערמאן דאס חשבון: כ'וועל ענדערש ווייטער ליידן, און ער פאנטאזירט אז די פראבלעמען וועלן מיט די צייט פארשווינדן ווערן. און ווי ווייט מיר ווייסן, ווערן פראבלעמען נישט געלעזט פון זיך אלייינס. אלזא? דאס באדייט א דער מאן גייט טאקע ליידן א גאנץ לעבן? וואס איז די אַלטערנאַטיווע?[/justify]