שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!
שולי רנד!
שולי רנד איז לכאורה דער גרעסטער היימישער ארטיסט זייענדיג א זינגער, קאמפאזיטער, אקטיאר און פילם דירעקטער, און פערזענליך איז ער פון מיינע באליבסטע רעליגיעזע זינגער, און ער פארדינט אוודאי אן אשכול פאר זיך.
איז קודם לאמיר אנהייבן מיט א שטיקל ביאגראפיע
שלום יוסף רנד איז געבוירן אין 1962 ביי א מזרחיסטישע פאמיליע אין בני ברק, זיין פאטער איז געווען א פראפעסער אין די בר-אילן אוניווערזיטעט (זיין פאטער קומט ארגינעל פון א חסידישע משפחה אין ראמעניע) ער האט געלערנט אין ישיבת אור עציון בראשות דעם באקאנטן דתי לאומי מנהיג הרב חיים דרוקמן, אין 1980 ביי די אכטצן איז ער געווארן גענצליך פריי און נאכן דינען אין מיליטער איז ער געגאנגען לערנען משחק, אין 1987 האט ער גראדואירט זיינע לימודים און אנגעהויבן זיין קאריערע אין טעאטער און אין פילמס ער האט געשפילט און גאר אסאך פילמס צווישן זיי אין R רעיטעד פילמס, און געווען אן אויפגייענדע שטערן אין טעאטער האבענדיג גאר אסאך הויפט כאראקטארן אין גאר אויפגעכאפטע שפילן.
אין 1996 האט ער אנגעהויבן זיין חזרה בתשובה פראצעדור און איז צוביסלעך געווארן א ברסלב'ר און אנגעהויבן צו זיין שומר נגיעה און גיין אנגעטון מיטן חרדישן לבוש דאן איז ער נתקרב געווארן צו הרב שלום ארוש.
אין יענע תקופה האט ער חתונה געהאט מיטן אקטיארשע 'מיכל רנד' וועלכע האט חוזר בתשובה געווען אינאיינעם מיט אים.
אין קאנטראסט צו אנדערע פולקאמע חוזרים בתשובה א שטייגער ווי אורי זוהר, האט שולי נישט אויפגעגעבן זיין קאריערע נאר נאך א שטיק צייט צוריקגעקומען אין ארויסגעגעבן זיין אייגענע פילם דאס בארימטע פילם 'אושפיזין' ווי ער עקט אינאיינעם מיט זיין ווייב די ראלע פון א בעל תשובה קאפל, אויף זיין עקט אין די פילם האט ער געוואונען "פרס אופיר" (די ישראלישע פאראלעל צום אוסקר), אויך איז ער דער הויפט כאראקטער אינעם פילם 'הבלתי רשמיים' איבער דעם גרינדונג פונעם שס פארטיי, ווי אויך שפילט ער אין גאר אסאך איזראעלי טי ווי שאויס בפרט די איבער חרדים א שטייגער ווי 'אוטונומיות' 'שטיסל' און 'שבאבניקים'.
אחוץ פון זיין פילם קריערע האט ער אין 2004 ארויסגעגעבן זיין ערשטע מוזיק אלבום "נקודה טובה" וואס האט גאר שטארק מצליח געווען אפילו אינעם סעקולארן ישראלישן גאס און באקומען דעם סטאטוס פון א "אלבום פלטינה", און די אלבום זענען פארהאן גאר אויפגעכאפטע ניגונים ווי "אייכה" און "ערפל".
נאכן הצלחה פונעם ערשטן אלבום האט ער אנגעהויבן צו מאכן כסדר קאנסערטס ווי ער זינגט זיינע ניגונים באגלייט מיט לאנגע מאנאלאגן פול מיט שווארצע הומאר אז מ'קען זיך ווארפן פאר געלעכטער און לאנגע געשיכטעס וואס וואלטן געקענט פאסירן.
אנדערש ווי אנדערע חוזרים בתשובה איז שולי בכלל נישט עוסק אינעם איבערצייגן חלק און אינעם לאגישן חלק פון דת נאר ליבערשט פארנומען מיטן געפיהלישן ספירטואלן חלק פון אידישקייט א זאך וואס ער ברענגט גאר שטארק ארויס אין זיין לעצטיגן סינגל "עוקר הרים", (גיבטס נאר א קוק דעם זיסן רעפ דיאלאג וואס ער האט מיט אן אטעאיסט.)
ווי אויך האט ער נישט מורא צו זיך באציען צו די שוועריגקייטן און שאלות און ספיקות און אינעם אויבערדערמאנטן ניגון 'אייכה' באציעט ער זיך צו אלע ירידות און עליות און שאלות און אנטריסטונג כלפי גאט, (אזש אין איינע פון די ישראלישע שאויס איבער 'חוזרים בשאלה' האט מען גענוצט די ניגון אינעם פראמא פון וואס שולי איז נישט געווען צופרידן און געבעטן מ'זאל עס אראפנעמען)
זייענדיג א שטארק געפיהלישן מענטש ציענדיג צום ספרדיש/ברסלב'ן אויפריכטיגן שניט אידישקייט האט ער אדאפטירט דעם ספרדישע אל"ף און עיי"ן, און כאטש ער איז א ריינער אשכנזי פון אלע זיבן זייטן קען זיך צומאל דאכטן אז ער איז א רעכטן אייניקל פון ר' רחמים פון טוניזיע..
אין סוף 2018 איז ארויסגעקומען זיין צווייטע אלבום "רצוא ושוב" וואס האט אין זיך די ניגונים "דע בני אהובי" און "צדיק" וואס איז א ניגון איבער היפאקריטיע פון אזעלכע א.ג. צדיקים וואס פאר זיך זעלבסט גייט נישט אן אלעם וואס זיי פארקויפן פאר יענעם, די ניגון האט אנגעמאכט א שטיקל שטורעם ווען קול חי האט עס נישט געוואלט שפילן וויבאלד "עס מאכט חוזק פון צדיקים"...
ווי אויך האט ער ארויסגעגעבן אסאך סינגעלס ווי דער פאפולערער "בין קודש לחול" מיט אמיר דדון, און "שער הדמעות" מיט ארקדי דוכין.
די לעצטע פאר יאר איז ער פארוויקלט אין א שמוציגע פרשה מיט זיין ווייב מיכל רנד פון וועם ער האט זיך אפגעטיילט אין 2016 ווען זי באשמוצט אים כסדר און באשולדיגט אים אין איר האבן געשלאגן און גע'רודף'ט און זי פארלאנגט 5 מיליאן שקלים כדי צונעמען א גט, שולי פון זיין זייט איז לעצטענס ארויסגעקומען זיך פארטיידיגן און ער באשולדיגט איר און צאפן זיין בלוט און פארטאכלעווען זיינע פארדינסטען במשך יארן, למעשה זעהנדיג אז זי האלט נישט ביים נעמען א גט האט ער געשאפט א היתר מאה רבנים און חתונה געהאט אפאר וואכן צוריק מיט 'צופית גרנט' א באקאנטע פרייע טי ווי האוסט אין ישראל.

- מיד ווי א בוים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2020 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז ער, שולי רנד און (לכה"פ) 4 פון זיינע מיטזינגערס, אין דעם ניגון..."מחכים למשיח"... וואו ער מאכט א שטיקל קומזיץ, זענען איטרי יד. געלינקטע. ..."לעפטיעס"...! אט דער פענאמענאן פארדינט אן עקסטער (סייענטיפיק) אויספארשונג. ווייל ס'איז דאך באוואוסט וואס די סייענטיסטן האלטן היינט צו טאג. אז די מענטשן וועלכע זענען לעפט הענדעד האבן א שטערקערע נטיה צו זיין ...,קריעיטיוו"...!
אפילו ביי פאליטישנס קענמען עס באמערקן. בנימן נתניהו איז אויך א ..."לעפטי"...כאטש אידעאלאגיש איז ער רעכט געשטימט...!
אויך ביי די אמעריקאנער (געוועזענע) פרעזידענטן זעהט מען עס. למשל. ביידע פרעזידענט בושעס (אב ובנו) זענען געלינקטע. אויך בילל קלינטאן און באראק אבאמא. די לעצטע 2 זענען אויך אינטעלעקטואלן. כאטש זייער אידעאלאגיע איז א ביסל ליבעראל/לינק געשטימט. זיי האבן קיינמאל נישט צוקאליטשעט א ווארט אין א ספיעטש. אזוי ווי דזשארדזש דאבליו. ער האט (בשום אופן) נישט געקענט ארויסזאגן דאס ווארט ..."נוקלעאר". ער האט אייביג געזאגט נו-קיללער...!
אפילו ביי פאליטישנס קענמען עס באמערקן. בנימן נתניהו איז אויך א ..."לעפטי"...כאטש אידעאלאגיש איז ער רעכט געשטימט...!
אויך ביי די אמעריקאנער (געוועזענע) פרעזידענטן זעהט מען עס. למשל. ביידע פרעזידענט בושעס (אב ובנו) זענען געלינקטע. אויך בילל קלינטאן און באראק אבאמא. די לעצטע 2 זענען אויך אינטעלעקטואלן. כאטש זייער אידעאלאגיע איז א ביסל ליבעראל/לינק געשטימט. זיי האבן קיינמאל נישט צוקאליטשעט א ווארט אין א ספיעטש. אזוי ווי דזשארדזש דאבליו. ער האט (בשום אופן) נישט געקענט ארויסזאגן דאס ווארט ..."נוקלעאר". ער האט אייביג געזאגט נו-קיללער...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
די חילונים (פרייע) אין מדינת ישראל, אין די מידיא האבן זייער שטארק געשטורעמט אויף שולי רנד מיט דעם וואס ער האט גענימען א היתר מאה רבנים און חתונה געהאט מיט די שפילערין צופית גרנט. זיי האבן זיך מכלומרש'ט אנגענומען פאר די קריוודע פון זיין ערשטע (געוועזענע) ווייב. וועלכע האט דערקלערט אז זי וועט בשום אופן נישט נעמען א גט פון איהם. זיי האבן געשטורעמט (כדרכם) אויף די אידישע רעליגיע וועלכע ערלויבט א ..."היתר מאה רבנים"... פאר א מאן. און נישט פאר א פרוי...לאל
[justify]איך מיט שולי רנד׳ס מוזיק גייען שוין צוריק עטליכע יאר. איך האב אזוי געגליכן די טרעפליכע מליצות און רייכע טעקסט פון זיינע לידער, זיינע פינסטערע וויצן, דעם טיפן שטימע, די העלע אבער שארפע אויגן, די תנועות מיטן האנט וואס ברענגען צו יראת הרוממות.
ביז... איך בין אנגעקומען צו זיין קאנצערט.
דאן האב איך איינגעזען ווי טיף דער מענטש גייט, נאך סאך מער ווי איך האב זיך פארגעשטעלט ווען איך האב אים געהערט זינגען. דער אינו דומה שמיעה לראיה איז געזאגט געווארן אויף שלום יוסף׳ס א קאנצערט. ער באנעמט דעם מענטש פון קאפ ביז פיס, אזש עס ווילט זיך נישט ארויסגיין. ער כאפט אן דעם זאל און טראגט זיי אריין אין דעם וועלט פון שולי, א ריינע וועלט מיט א גאר אנדערע באדייט. אזעלכע קאמפליצירטע באגריפן ווערן דארטן אויסגעקלארט, דאס ברסלב׳ע טיפשות און שטחיות צו וועלכן די וועלט איז געוואוינט צו הערן פון יעדן מאן דאמר, ווערט פלוצלינג ליכטיג און טיף. עס איז אן ערפארונג וואס איז נישט מעגליך צו שילדערן.
די מעשה מיט זיין ווייב איז פארווייטאגט און שמוציג, אבער עס איז וויכטיג צו באטאנען אז זי איז טויט משוגע און פארמאכט ספעציעל מעדיצינישע בוכשטאבן וועלכע זענען אויף איר אנגעקלעבט, און מען קען דאס זען אויפן וועג וויאזוי זי פירט זיך אויף. נישט איינמאל איז זי אנטלאפן פון אינטערוויו׳ס ווייל מען האט איר געפרעגט פראגן וואס זי האט נישט געוואלט, און לויט איר פעיסבוק פעידזש זעט עס אויס ווי זי וואוינט אין א פענטהאוז אין וועלכן פרעמדע זכרים מיט הינט זענען אפטע געלאדנטע.
ער פלעגט זיך דרייען ביי ר׳ שלום ארוש, וועלכער האט א שיטה אין שלום בית אז מען מוז לאזן די פרוי פייניגן און רודפ׳ן, און יעדעס מאל וואס מען קריגט א בריקע זאל מען וויסן אז מען פארדינט זיך עס. לויט שולי איז דאס געווען די אורזאך וואס האט אים באוואויגן צו שווייגן, ביז ווען ער איז שוין געשטאנען אויפן דאך גרייט צום טאנצן, און דאן האט ער באשלאסן אז דאס איז נישט וואס גאט וויל פון אים.[/justify]

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:די חילונים (פרייע) אין מדינת ישראל, אין די מידיא האבן זייער שטארק געשטורעמט אויף שולי רנד מיט דעם וואס ער האט גענימען א היתר מאה רבנים און חתונה געהאט מיט די שפילערין צופית גרנט. זיי האבן זיך מכלומרש'ט אנגענומען פאר די קריוודע פון זיין ערשטע (געוועזענע) ווייב. וועלכע האט דערקלערט אז זי וועט בשום אופן נישט נעמען א גט פון איהם. זיי האבן געשטורעמט (כדרכם) אויף די אידישע רעליגיע וועלכע ערלויבט א ..."היתר מאה רבנים"... פאר א מאן. און נישט פאר א פרוי...לאל
שטייפע היפאקריסי.
ווען א מאן וויל נישט געיבן א גט שרייט מען שגץ אויף די מאן, אבער ווען א פרוי וויל נישט נעמען א גט, אנשטאט בא'שגץ'ן די פרוי פארן מ'עגן (מלשון עגונה) זיין די מאן, איז די מאן די רשע פארן נעמען א היתר מאה רבנים.
ליבערעל פעמעניזם בהידורו, אויב איינער האט אמאל געמיינט אז זיי זיכן צי מחזק זיין פרויען, זעיט מען קלאר אז זיי זיכן סתם צי העיטן אויפ מענער.
און די מעדיע זיכט סתם צי ווירטו סיגנעלען (virtue signaling), אז זיי נעמען זיך אן פאר די נעבעכדיגע פרוי , אזוי ווי זיי וועלן זיין גרייט צי לייגן מענטשן לעיבעדיג אין קבר, אויף שמועות אז יענער איז באגאנגען אומווערדיגע מעשים, כאטשיג קיין איין קורבן איז נישט געגאנגען קלאגן צי די פאליציי.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ייש''כ @תוהו פאר די שיינע אשכול, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים ביז היינט, איך האב אים טאקע געזען אין די 'שטיסל' סעריע, אלץ די ראש ישיבה, אבער איך האב נישט געוויסט ווער דאס איז,
קוקנדיג אביסל די לינקס וואס די ווייזט אהן, שטעלט זיך ארויס אז די מענטש האט טאקע א משונה'דיגן טאלנט,
בעיקר בין איך ספעציעל נתפעל געווארן פון די 'באטל ראפ', ס'ממש א נחת, ער קאמפאזירט א ניגון אויפן פלאץ, און ער פליקט אים גוט צוריק,
ער איז מעכטיג,

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
גוצא האט געשריבן:איך האלט פון שולי עולמות אבער וואס פונקטליך מאכט אים א ״חסידישע״ ארטיסט?
נ.ב. דער רבי ז״ל, אזויווי הרצל און בן גוריון בשעתם לגבי ״מיהו יהודי״, האט שוין ערווענט די סוגיא פון ״מהו חסיד״, און איך בין נישט זיכער אויב די הגדרה דא איז לשבח או לגנאי.
די רעביזכיסע האט דאך געהאלטן אז נשתכחה תורת הבעל שם, מילא קימט אויס אז ש"ר איז נישט ווייניגער חסיד ווי עני סאטמערע חסיד.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?
נחות דרגא ונסיב איתתא.
די סיבה פארוואס מען האט נישט חתונה מיט פרייע האט גארנישט מיט הלכה, ס'איז פשוט א טעכניש גייט עס מאכן אסאך קאפוויי איז פארוואס סתם זיכן פראבלעימען, און פארשטייט זיך די עיקר סיבה "וואס וועט מיין שכן זאגן אויף מיך?"
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?
איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוך דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
עצי שטים האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?
איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוח דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי
פאר מידל-עידזש מענטשן איז עס בלויז נאר איינמאל וד"ל. ואמכ"ל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט אז א פרומער איד הייראט א פרייע פרוי, מילא מיילעך זילבערשלאג איז דאך סתם א ליידיגגייער, שולי האלט זיך דאך פאר עפעס מער, ער לערנט פאר שיעורים, האלט זיך פאר א גאנצער מאן דאמר אין השקפה, פארפאס איך עפעס?
איך האב מיך אלץ געווינדערט ביי די סארט קאפלס, מילא שמירת שבת וכדו' טוט זיך יעדער זיין זאך, אבער וואס טוט זיך מיט טהרה, זי מיז דאך מאכן מוח דחוק מיט בדיקות, חפיפה וכ' וכ', דאס איז אן אינטערנעמונג פאר א פרייע פרוי
פאר מידל-עידזש מענטשן איז עס בלויז נאר איינמאל וד"ל. ואמכ"ל
אז מען רעדט שוין.....
ווען הערט זיך אויף די אורח כנשים?
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער: ביי א יעדן (א יעדע פרוי) אנדערש. נאר בערך אין אנהייב פופציג'ער יארן. דאס ווערט אנגערופן ..."מענאו-פאוז"...די פרוי. (איך רעד פון מיין ווייב) פיהלט א סאך מאל היץ. איך געדענק אז איך האב געווארט ווען דער ..."שפיעל"...וועט זיך ענדיגן...ווייל אין דערמיט ווייסטו קיינמאל נישט ווען ס'האטציך אפיציעל געענדיגט. איך האב א יעדן חודש געקוקט פאר ..."סימנים"...! ווען ס'איז געווען די ..."סימנים"...פאר 3 חדשים און מער, האביך געוואוסט אז דאס איז עס...!
הערה: איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז. (אין די פריער'דיגע תגובה) אבער ..."מח דחוק".. איז א פאן. מיט א פ"א דגושה. דאס ריכטיגע ווארט (דעפינישן) איז ..."מוך דחוק"...!
הערה: איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז. (אין די פריער'דיגע תגובה) אבער ..."מח דחוק".. איז א פאן. מיט א פ"א דגושה. דאס ריכטיגע ווארט (דעפינישן) איז ..."מוך דחוק"...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:
הערה: איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז. (אין די פריער'דיגע תגובה) אבער ..."מח דחוק".. איז א פאן. מיט א פ"א דגושה. דאס ריכטיגע ווארט (דעפינישן) איז ..."מוך דחוק"...!
הא הא, בערל, ס'געווען א טעות הדפיס, יא מען רעדט געוויס נישט פון קיין צוקוועטשטע שכל....
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קהל'ס נער: דו האסט א הוה אמינא אז שולי רנד גייט עפעס טון שלא כהלכה. א זאך וואס ער ווייסט נישט (איך ווייס נישט וואספארא גרויסער תלמיד חכם ער איז) האט ער וועם צו פרעגן אין זיין קהילה/חסידות...! ער איז דאך אן ערליכער איד...!
ס'איז די פרייע חברה וואס פארגינען איהם נישט. זיי נעמען זיך אן די מכלומר'שטע קריוודע פון זיין ערשטע (געוועזענע) ווייב. זיי (די בהמות) שטורעמען אויף די ..."אכזריות"... פון די רבנים און די תורה. היתכן. פארוואס קען די פרוי אויך נישט באקומען א היתר מאה רבנים?!. (בהמות און עמי הארץ)...!
ס'איז די פרייע חברה וואס פארגינען איהם נישט. זיי נעמען זיך אן די מכלומר'שטע קריוודע פון זיין ערשטע (געוועזענע) ווייב. זיי (די בהמות) שטורעמען אויף די ..."אכזריות"... פון די רבנים און די תורה. היתכן. פארוואס קען די פרוי אויך נישט באקומען א היתר מאה רבנים?!. (בהמות און עמי הארץ)...!
- מיד ווי א בוים
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 74
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2020 2:55 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: שולי רנד - דער גרעסטער חסידישער ארטיסט!
שולי עקט אויף אישפוזין? נישט באמערקט.תרמב האט געשריבן:אגב די אושפיזן פילם האט מיר געגעבן אן איינדרוק פון א זיסע פורים שפיל....
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מיד ווי א בוים האט געשריבן:שולי עקט אויף אישפוזין? נישט באמערקט.תרמב האט געשריבן:אגב די אושפיזן פילם האט מיר געגעבן אן איינדרוק פון א זיסע פורים שפיל....
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נישט באמערקט?
ער איז די מעין עקטער, מיט זיין ווייב.