בלאט 1 פון 2
פארוואס האט קאווע שטיעבל נישט קיין עדס?
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 10:58 pm
דורך רובינזון קרוזו
איך קום דא אן צי אזא הערליכע שטיבל, און איך ווינדער מיך פארוואס איז נישטא קיין עדס, די הנהלה קען מאכן געלט, עס וועט ווערן א געהעריגע ביזנעס, מען וועט קענען איבערמאכן די יוזער אינטערפעס, קויפן נאך סערווערס, והעיקר די הנהלה וועט מאכן געלט (אויב איז ער אזא שונא בצע, וועל איך שיקן מיין קוויקפעי אדרעסס אין אישי).
החותם בדמעות שליש
רובינזון קרוזו.
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:02 pm
דורך berlbalaguleh
רובינזון קרוסו: איך האב אויך געהאט דמעות שליש. איך האב מיך געריסן פאר געלעכטער. אפשר אויב מ'וועט א סאך האקן פאר די הנהלה אין טשייניק, וועללן זיי דערהערן און מחליט זיין אנצונעמן עדס. ושלום על ישראל...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:06 pm
דורך קהל'ס נער
פיינעלי איינער פון די נייע ניקס רעדן עפעס, יעדע וואך אקטעוועזירט מען 20 נייע ניקס וכאשר באו כן הלכו.
אפשר איז דעיס רביה"ק'ס נייע ניק

נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:11 pm
דורך berlbalaguleh
א סאך פון די נייע ניקס זענען גילגולי נשמות פון די אלטע ניקס. מ'דארף פרעגן א בעל מקוגל איינער פון די שווינדלערס וועלכע פרובירן איינצורעדן פאר'ן עולם (גולם) אז זיי פארשטייען צו די שורש נשמה פון א יעדן. זיי זענען אלע א באנדע שארלאטאנען און שווינדלערס...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:14 pm
דורך קורקלענד
די הארטע קאסטן אויפצוהאלטן די פלאץ דא קאסט א מינימאלע סכום. און די מנהלים זענען מערסטנס עסקנים. עדס וועלן אויך נישט אריינברענגן גרויסע רווחים וואס זאל האבן א ערנסטע אפעקט אויף די סטאַטוס קוואָ. כפי ששמעתי איז אפי' אייוועלט נישט קיין גאלד גריב, נאר די אדווערטייזמענטס דארט האלט פשוט אויס דער פלאץ. קיין גביר איז ער נישט געווארן דערפון.
נשלח: מאנטאג יאנואר 24, 2022 11:29 pm
דורך berlbalaguleh
קוקרקלענד: דו דארפסט פארשטיין אז איי-וועלט מישט אידעאלאגיע מיט ביזנעס. לאמיר זאגן אז אן איזראעלי-ציוניס'טישע טרעוול עידזשענסי וועט וועללן אדווערטייזן אין איי-וועלט אז ער נעמט מענטשן אויף שיינע טורס. אויך צום כותל. און די אנדערע מקומות הקדושים וואס די ציונים האבן איינגענימען אין די ששת ימי אפילה, וועט ער נישט אננעמען די עדס. או. קעי. וויפיהל געלט קענמען שוין מאכן פון דעם שמש אדער מקווה איד פון סאטמאר'ע מקווה וואס אדווערטייזט זיינע בראנפנס און וויינען...?! אדער פון דעם שערער אין סאטמאר'ע מקוה...!
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:14 am
דורך שמעקעדיג
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.
היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 1:00 am
דורך פרימארגען
די חברי השטיבעל וועלן צולייגען יעדער עד און צונעמען יעדער ביזנעס. עניוועי
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 9:20 am
דורך מיליאנער
berlbalaguleh האט געשריבן:קוקרקלענד: דו דארפסט פארשטיין אז איי-וועלט מישט אידעאלאגיע מיט ביזנעס. לאמיר זאגן אז אן איזראעלי-ציוניס'טישע טרעוול עידזשענסי וועט וועללן אדווערטייזן אין איי-וועלט אז ער נעמט מענטשן אויף שיינע טורס. אויך צום כותל. און די אנדערע מקומות הקדושים וואס די ציונים האבן איינגענימען אין די ששת ימי אפילה, וועט ער נישט אננעמען די עדס. או. קעי. וויפיהל געלט קענמען שוין מאכן פון דעם שמש אדער מקווה איד פון סאטמאר'ע מקווה וואס אדווערטייזט זיינע בראנפנס און וויינען...?! אדער פון דעם שערער אין סאטמאר'ע מקוה...!
אין די עמי און משפחה נעמען דען אן די עדס פון די סאטמארע שערער, אדער נטרונא? וויפל געלט מיינסטו קענען זיי שוין מאכן פון אפאר טור-גיידס וואס נעמען דעם עולם צום כותל?
Re: פארוואס האט קאווע שטיעבל נישט קיין עדס?
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 12:50 pm
דורך פיניע
פאר א "פרי ספיעטש" פלאטפארמע צי ערלויבן עדס וואלט געווען די ערגסטע איידיע, ווייל עס בינד אראפ צי די עדווערטייזער'ס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 9:04 am
דורך מרדכי מרדכי
עס גייט זיין אקעגן תקנות המקום צי בארעדן די וואס אדווערטייזן דא. אפשר איז גיט פאר לב טהור צי אדווערטייזן דא.
קאמפעניס גייען נישט מורא האבן צי אדווערטייזן ווייל אויב גייט איינער וועגן אז זיי האבן עדס דא מיינט אז יענער האט באזוכט קאווע שטיבל
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 2:57 pm
דורך nespresso
שמעקעדיג האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.
היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.
וואס איז מיט גוגל עדס
נשלח: פרייטאג יאנואר 28, 2022 10:19 am
דורך מרדכי מרדכי
nespresso האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.
היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.
וואס איז מיט גוגל עדס
געוויסע וועלן זיך אפרעדן אז זיי זעהען נישט איידעלע עדס
נשלח: פרייטאג יאנואר 28, 2022 10:33 am
דורך קהל'ס נער
מרדכי מרדכי האט געשריבן:nespresso האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.
היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.
וואס איז מיט גוגל עדס
געוויסע וועלן זיך אפרעדן אז זיי זעהען נישט איידעלע עדס
זאלן זיי לייגן א פילטער.....

נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:43 pm
דורך פאלאצ'ינטא
רובינזון קרוזו האט געשריבן:איך קום דא אן צי אזא הערליכע שטיבל, און איך ווינדער מיך פארוואס איז נישטא קיין עדס, די הנהלה קען מאכן געלט, עס וועט ווערן א געהעריגע ביזנעס, מען וועט קענען איבערמאכן די יוזער אינטערפעס, קויפן נאך סערווערס, והעיקר די הנהלה וועט מאכן געלט (אויב איז ער אזא שונא בצע, וועל איך שיקן מיין קוויקפעי אדרעסס אין אישי).
החותם בדמעות שליש
רובינזון קרוזו.
נאר דאס פעלט אונז אויס. נאך א סייט מיט נערישע עדס וואס האקט אין קאפ
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:46 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז גארנישט ערגער פון די (נארישע) עדס אויף וואס איז נייעס און ישיבה ווארלד...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:56 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
nespresso האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:עפעס ליגט מיר אין קאפ אז מען האט שוין אמאל גערעדט דערוועגן.
היימישע קאמפאניס וועלן זיך נישט דערוואגן צו אדווערטייזן אינעם טריפה'נעם שטיבל, נאר אויב זיי זענען גרייט פאר מחאות און שיקאנירונגען. די נישט-אזעלכע היימישע דארפן נישט די פאר אידעלעך וואס דרייען זיך דא, ענדערש גייען זיי צו ישיבה ווארלד ניוז אדער וואס איז נייעס, זייטלעך וועלכע האבן א גרעסערע עולם ליינער.
וואס איז מיט גוגל עדס
איך האב אמאל געזעהן אויף DansDeals ווי איינער איז איהם מעורר אז ער האט באמערקט אויף זיין וועבזייטל אן עד פאר א ג’ קראוז-שיף. יענער האלט איהם פאר היתכן ער פארמאגט שמוציגע עדס...
נישט לאנג שפעטער ענטפערט איהם Dan צוריק אז די עדס אויף זיין סייט איז אויסשליסליך דורך גוגל עד און בדרך כלל באזירן זיי עס אויף דיין פריערדיגע בראוזינג היסטערי...
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:00 am
דורך berlbalaguleh
אינגערמאנטשיקל: נישט אייביג האט דער טערם ..."געי"...געהאט א נעגאטיווע קאננאטאציע. אמאל האט עס געמיינט..."פרייליך און לעבעדיג"...!
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:48 am
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל: נישט אייביג האט דער טערם ..."געי"...געהאט א נעגאטיווע קאננאטאציע. אמאל האט עס געמיינט..."פרייליך און לעבעדיג"...!
בדרך רמז קען מען זאגן, שמח בחור בילדותיך

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:51 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: און וואס טוטצעך מיט אן אלטן ..."ג"...? שוין. איך וויל נישט ווייטער זאגן. וואו ער גייט...לאל
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 3:08 am
דורך דערהויבענע איד
berlbalaguleh האט געשריבן:אינגערמאנטשיקל: נישט אייביג האט דער טערם ..."געי"...געהאט א נעגאטיווע קאננאטאציע. אמאל האט עס געמיינט..."פרייליך און לעבעדיג"...!
היינט מיינט עס אויך נישט א נעגעטיווע קאננאטאציע.
שוין איך וויל נישט סתם זיך ארום טענ'ען
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 10:42 pm
דורך סמיילי
כמיין מען קען בעטען $5 א חודש access, און אויכט צאלן אפאר שרייבערס צו מאכען עס מער לעבדיג און אינעטרסאנט
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 10:50 pm
דורך קהל'ס נער
סמיילי האט געשריבן:כמיין מען קען בעטען $5 א חודש access, און אויכט צאלן אפאר שרייבערס צו מאכען עס מער לעבדיג און אינעטרסאנט
נאר נישט באצאלטע שרייבערס, זיי מיזן נעבעך יעדע וואך ארויסריקען ארטיקלען אז נישט האט ער נישט מיט וואס שבת צי מאכן, שרייבט מען אזאלכע שטותים, אבי אנציפילן די שורות,
כ'ווייס נישט אויב מען מעיג דא רעדן אויף אויבגאבעס, אבער אלע יודישע אויסגאבעס זענען אזאלכע נידריג קוואליטעיט, ובפרט איינע פון די מאגאזינען, וואס ווערט נאר מער טיפשות'דיג א יעדן טאג וואס עס גייט אריבער.
נ.ב. כ'האב נאך נישט געליינט דער וועקער, קען זיין ס'איז יא הויך קוואליטעיט, און אויב יא ווערן די שרייבער נישט באצאלט, עלי ועל צווארי.