בלאט 1 פון 3
גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
אין דעם אשכול 'עמיר ברענגען ווערטלעך און פשטים (פאלשע און עכטע) וואס תמימות'דיגע אידן וועלכע האבן נישט געקענט לערנען, האבן געזאגט. און וואס מ'האט זיי געענטפערט. די עיקר איז די זיסקייט און די תמימות מיט וואס דאס איז צוגעגאנגען...!
לאמיר אנהייבן מיט די אינטרעסאנטע מעשה וואס די גמ' ברענגט (מס' פסחים) אז רב מתנא האט אמאל (ביי א שבת הגדול דרשה?) געדרשנ'ט אין די שטאט פפוניא אז צו באקן מצות דארף מען האבן מים שלנו. דעם נעקסטן טאג זענען אלע פרויען פון די שטאט געקומען צו דעם רב'ס הויז און זיי האבן געבעטן פון די (געבענטשטע) וואסער פון די רבי. די רביצן האט נישט געוואוסט וואס צו טון. א יעדע מינוט איז געקומען אנ'אנדער פרוי און געבעטן פון די רבי'ס וואסער. האט זי צוערשט געמיינט אז איינער האט אנגעשטעלט א שפיצל פאר איהר מיט איהר מאן. איז זי געגאנגען פרעגן איהר מאן. דער רב האט זיך גוט צולאכט. מסתמא ווייל איך האב נעכטן געזאגט אין די דרשה אז א יעדער דארף נעמען ..."מים שלנו"...איבערגענעכטיגט וואסער. און זיי האבן פארשטאנען ..."שלנו"...מיינט אונזער. אז די רבי האט ספעשל וואסער...לאל
פארוואס ברענגט אונז די גמ' די (פאני) אינטרעסאנטע מעשה? איבער א מיספארשטענדעניש פון א גאנצע שטאט עמי הארצים...נאר די גמרא וויל דא ארויסהייבן זייער אומונה פשוטה. כאטש ס'איז געווען א זאך וואס זיי (די קלוגערע פון זיי) האבן נישט פארשטאנען.. אבער אז די רב האט געזאגט פאלגט מען. מ'פרעגט נישט קיין קשיות...!
די צווייטע טראדיציאנאלע מעשה איז איבער דעם וואס ווערט פארציילט אז דער ערשטער בעלזא'ער רב דער שר שלום, נאכדעים וואס ער האט (שנעל) געענדיגט זיין סדר, איז ער ארומגעגאנגען אין שטאט אין די באגלייטונג פון זיין זון דער מיטל'ער רב זצ"ל. האבן זיי געהערט ביי איין פענסטער וואו דער בעה"ב שרייט ביי די הגדה וואו ס'ווערט פארציילט איבער די ארבעה בנים...אח---ד חכם, אח---ד רשע. און אזוי ווייטער. האט דער שר שלום געזאגט די מעשה איז זייער חשוב אין הימל. ווייל דער איד האט אינזין געהאט די כוונות פון קריאת שמע...!
דער היילגער טאהשער רבי זצוק"ל האט זייער שטארק ליעב געהאט צו הערן דעם סיפור המעשה. ער פלעגט אייביג בעטן ביים סדר אז איינער זאלל פארציילן די מעשה...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:14 pm
דורך berlbalaguleh
נאך א מעשה וואס הרהצה"ק מ'טאהש זצוק"ל האט אייביג געבעטן מ'זאלל איבערדערציילן. איבער אן עם הארץ וועלכער האט ביי די הגדה וואו ס'שטייט תם מה הוא אומר. האט ער געזאגט מיט א תמימות און געוויזן מיט זיין פינגער אויף ארויף...טאם...דארטן (אויבן אין הימל) מה הוא אומר . וואס זאגט דער אייבישטער...! (אויף רוסיש הייסט ..."טאם"... דארטן)
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
נאכדעים איז דא די מעשה מיט דעם עם הארץ וואס האט נאר געוואלט מאכן די חופה פון זיין טאכטער אין די זאלל. נישט אינדרויסן. כמנהג ישראל. וויפיהל דער רב האט פרובירט איינצוטענה'ן מיט איהם איז נישט געגאנגען. ער האטציך פארעקשנ'ט. ער האט געזאגט אויב די רב קען איהם ווייזן וואו ס'שטייט אין חומש. (ווייל חומש האט ער נאך געלערנט אין חדר.). וועט ער גלייבן. האט איהם דער רב אויפגעמיש א חומש (פ' ויקהל?) ...ואת קלעי החצר...האט דער רב געטייטשט פאר איהם. די כלה דארף זיין אין חצר...!
אנ.אנדער עם הארץ האטציך אמאל פארעקשנ'ט אז ביר איז נישט קיין חמץ. ברויט פארשטייט ער. אבער ביר? אויך די זעלבע וויפיהל דער רב האט זיך געטענה'ט מיט איהם האט ער נישט געוואלט גלייבן. ער האט געזאגט אויב די רב וועט איהם ווייזן אין סידור אז מ'טאר נישט האבן קיין ביר וועט ער גלייבן...האט דער רב אויפגעמישט אין סידור וואו ס'שטייט..."על ביעור חמץ"...אז ביר איז חמץ...!
ס'דא נאך א סאך ווערטלעך פון דעם סארט. וואו עמי הארצים האבן נישט ווילנדיג געזאגט זייער גוטע ווערטלעך...! ווער ס'ווייסט נאך ווערטלעך ווערט געבעטן ארויפצולייגן...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
ביי אונז אין ביהמ"ד איז דא לכה"פ 3 אידן וואס זאגן ביי נשמת..."נהלת באזניך"...אל נוה קדשיך. זעהט אויס אז אין די מארמאראש איז געווען אן עברי מלמד וואס האט זיי אזוי אויסגעלערנט...!
ווען מ'פרעגט ביי איינעם אזא איד פשט אין די ווערטער וועט ער (מסתמא) זאגן... די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל האט זיי דער אייבישטער אנגעכאפט ביי די אויערן און אריינגעפיהרט...!
איינער אזא ..."באזניך"... איד האט אמאל געדאוונט מוסף לראש חודש פאר'ן עמוד. האט ער געזאגט...וחוקי ראשי חדשים להם בקעת...! ווע מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אז ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש. און דער אייבישטער האט עס צושפאלטן אויף 12...! חלקים
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:01 pm
דורך קהל'ס נער
וואנס עפאן עי טיים......
איז א איידעם געגאנגען צים שווער צים סדר, די שווער איז געוועין א גרויסער מן הארץ, האט ער נישט געוויסט אז מען דארף אן על אכילת מצה מאכן, האט ער פשוט גאמאכט המוציא ס'קומט די איידעמס טארן הערט ער ווי די איידעם מאכט א על אכילת, האט ער שוין געוויסט א נייע הלכה אז מצה ברויך אן על אכילת.
די נעקסטע ציפרי מאכט די שווער על אכילת מיט גרויס התלהבות, אבער די איידעם מאכט נאר המוציא.
ביים צווייטן סדר האט די שווער פארשטאנען אז מען מאכט נישט קיין על אכילת, ווארום דאס איז רעזערווירט פארן ערשטן נאכט, ער מאכט המוציא און שלינגט איין די ארימע ברויט, און די איידעם מאכט אן על אכילת.
די שווער לאזט אראפ א פראסק פארן איידעם, און ריפט זיך הויך אן "וואס איך טי דארפסטי טין פארקערט?!?!"
......ענד טהעי ליווט העפילי עווער עפטער
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:04 pm
דורך קהל'ס נער
berlbalaguleh האט געשריבן:ביי אונז אין ביהמ"ד איז דא לכה"פ 3 אידן וואס זאגן ביי נשמת..."נהלת באזניך"...אל נוה קדשיך. זעהט אויס אז אין די מארמאראש איז געווען אן עברי מלמד וואס האט זיי אזוי אויסגעלערנט...!
ווען מ'פרעגט ביי איינעם אזא איד פשט אין די ווערטער וועט ער (מסתמא) זאגן... די אידן האבן נישט געוואלט אריינגיין קיין ארץ ישראל האט זיי דער אייבישטער אנגעכאפט ביי די אויערן און אריינגעפיהרט...!
איינער אזא ..."באזניך"... איד האט אמאל געדאוונט מוסף לראש חודש פאר'ן עמוד. האט ער געזאגט...וחוקי ראשי חדשים להם בקעת...! ווע מ'האט איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט...אז ס'איז געווען איין גרויסער ראש חודש. און דער אייבישטער האט עס צושפאלטן אויף 12...! חלקים
עד"ז
שובר כל עצמותיו, די אייבערשטער ברעכט יענעם אן די ביינער אחת מהנה לא נשברה, נאר איין ביין איז גאנץ געבליבען.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:05 pm
דורך קאצקע ציקער
משען ומיטוואך לצדיקים
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:07 pm
דורך קהל'ס נער
א חסיד איז אמאל ציגעגאנגען אין א ליטווישע שיל, אין ביי קדיש האט ער געזאגט "ויצמח פורקניה ויקרב משיחיה"
שרייט איינער אריין "לא יצמח פורקניה, ולא יקרב משיחיה"
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:13 pm
דורך berlbalaguleh
ביי אונז אין ביהמ"ד (אלעס איז געווען ביי ענק אין ביהמ"ד) איז געווען אן אלטער איד וואס האט געזאגט די הויכע שמו"ע ביי מנחה. און ער האט געזאגט משען ו,,,"מיטוואך"...לצדיקים...!
דאס אז אן עם הארץ האט געזאגט ..."מברך הנשים"... איז דאך א באקאנטע מעשה. ס'איז געווען אמאל א צייט ווען אלע פרויען וועלכע האבן געבוירן קינדער זענען ל"ע געשטארבן ביים געבורט. ס'איז געווען אן עת צרה. איז אמאל אן עם הארץ צוגעגנאגען צום עמוד און ער האט געזאגט מיט גרויס כונה..."מברך הנשים"...און אלע אידישע פרויען זענען געהאלפן געווארן...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:18 pm
דורך שמן למאור
פארציילט מען א מעשה פון א געוויסע צדיק (גיי געדענק ווער, אייביג פארגעסט מען די נאמען) וואס האט געמאכט א גרויסע יום תפילה אין שטאט וועגן די עצירת גשמים, למעשה האט זיך גענומען צו רעגענען, און מען האט מגלה געווען פאר דעם צדיק אז עס איז געקומען אין די זכות פון 'זעליג עם הערץ'
איז די רב צוגעגאנגען צו 'זעליג' און אים געפרעגט וואס ער האט געטון עפעס ספעשיל
האט ער געזאגט אז ביי די פסוק אין קרי''ש, ועצר את השמים ולא יהיה מטר האט ער שטארק אונזינען געהאט
ועצר את השמים- די באשעפער זאל אויסקוועטשן די הימל (עצר מלשון קוועטשן) ולא יהיה מטר- און עס זאל גארנישט איבערבלייבן קיין רעגן אין די הימל...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:29 pm
דורך שמן למאור
אין די ישיבה פון ר' יונתן אייבשיץ איז נישט געווען קיין ש''ס געהעריג, פלעגט מען בארגן די גמרות פון ר' יונתן, מיט די צייט איז זיך געווארן א מנהג אז די עולם האט אנגעהויבן ציצושרייבן הגאות, און מען האט זיך אויך אזוי אינטערגעשריבן די נאמען
ביז ר' יונתן האט זיך אנגעהויבן אויסנעמען מיט יעדן וועמען ער האט געבארגט א גמרא אז מען זאל גארנישט אריינשרייבן נישט קיין הגאות און נישט די נאמען
איינמאל האט א בחור געבארגט א גמרא (כ'מיין בב''מ, איך בין אויך א שטיקל עם הארץ) און ר' יונתן האט זיך אויסגענומען כנהוג, און געבארגט דעם גמרא
די בחור איז אנגעקומען צו ווי די גמרא זאגט, 'הרי זו חמור גמל' (דאס מיינט א לשון פון איינער וואס איז סטאק, ווייל די חמור ציט איין וועג און די גמל ציט א פארקערטע וועג)
בקיצור די בחור האט געמיינט אז עס איז א טעות הדפיס האט ער פאראכטן 'הרי זו חמור ''גמור''
ווען ער האט צירוק געגעבן די גמרא, און ר' יונתן האט באמערקט וואס איז דא געשען, האט ער זיך אנגעריפן,
'די האסט עובר געווען ביידע תנאים, האסט ציגעשריבן א הגה, און די האסט זיך אויך אינטערגעשריבן דיין נאמען'...
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:41 pm
דורך berlbalaguleh
שמן למאור: איך מיין די גמ' וואס רעדט זיך איבער "חמור גמל" איז אין מס' בבא קמא....! איך בין אויך אזא געשוואלענער עיי"ן ה"א ווי דו...!
ניין. איך האב מיך אויסגעלערנט א כלל אז מ'קען נאר זיין אן עניו אויף דעם אייגענעם חשבון. נישט אויף יענעמ'ס חשבון...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:43 pm
דורך עסקן בדברים
berlbalaguleh האט געשריבן:נאך א מעשה וואס הרהצה"ק מ'טאהש זצוק"ל האט אייביג געבעטן מ'זאלל איבערדערציילן. איבער אן עם הארץ וועלכער האט ביי די הגדה וואו ס'שטייט תם מה הוא אומר. האט ער געזאגט מיט א תמימות און געוויזן מיט זיין פינגער אויף ארויף...טאם...דארטן (אויבן אין הימל) מה הוא אומר . וואס זאגט דער אייבישטער...! (אויף רוסיש הייסט ..."טאם"... דארטן)
אין ארמיש איז אויך ״תם״ דארטן (צ.ב.ש. שלחו מתם)
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:49 pm
דורך נפה
די ריכטיגע אויסדריק איז חמר גמל (אן א ואו ביי חמר און גמל מיט א פתח) עס קומט פון
עירובין דף מט עמוד ב
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
עסקן בדברים: זיכער. נאר דער עם הארץ (פון די מעשה) האט געוואוינט אין רוסלאנד. און אויף רוסיש איז עס אויך אזוי...! ווייל די עמי האץ האבן דאך נישט געקענט רעדן און פארשטיין לשון הקדש און אראמיש. האבן זיי געמיינט אז דאס איז אויף זייער שפראך...!
נשלח: מוצ"ש יאנואר 29, 2022 11:54 pm
דורך berlbalaguleh
נפה האט געשריבן:די ריכטיגע אויסדריק איז חמר גמל (אן א ואו ביי חמר און גמל מיט א פתח) עס קומט פון
עירובין דף מט עמוד ב
נפה: אויף פלעין אידיש מיינט עס אן אייזל טרייבער. און א קעמל טרייבער. יישר כח. איך האב דאך געזאגט אז איך בין אן עיי"ן ה"א. דו האסט מיר נישט געוואלט גלייבן...!
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:41 am
דורך נפה
איך גלייב נישט אז דו ביסט אן עם הארץ איך האב געזען
דא אז דו קענסט ליינען די קליינע אותיות
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:48 am
דורך berlbalaguleh
נפה: נאר ס'איז אינטרעסאנט. ערגעץ זאגט רש"י (כ'האב שוין פארגעסן וואו) אז עמי הארץ מיינט די אנגעזעהענע מענטשן פון לאנד...! די פארקערטע מיינונג וואס איז אנגענומען...!
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:54 am
דורך נפה
דו מיינסט מן הסתם
רש"י ויקרא כ ב
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:55 am
דורך געדאנקן
סאיז דאך ידוע די מעשיות פון איינע פון די עמי הארצים ביי רביה"ק מסאטמאר (פאר פרטים אין אישי) וואס האט געלערנט מיט זיינע קינדער בזה"ל, "שכר מצוה בהאי עלמא זאגט דאך דער רבי ליכא..."
אויך איז ער אמאל געגאנגן אויפן גאס און האט באגעגענט הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל האט ער זיך אנגערופן צו זיינע קינדער "אז עטץ וועטס נישט לערנען וועט עטץ אויסקוקן ווי אים"...
אגב, איז ער דער וואס האט פארברענט אין ישיבה די זרע קודש מיטן אגרא דכלה ווייל סאיז נישט פאר בחורים...
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 1:12 am
דורך berlbalaguleh
געדאנקן: ייש"כ. איך ווייס אז די מעשה איז אמת ווייל איך ווייס פון אן אנדערע ענליכע מעשה. (געהערט מפי אנשים נאמנים. וועלכע האבן געקענט דעם פראטאגאניסט.) א רבי'ש אייניקל פון א גזע וועלכע זענען נישט מפורסם מיט א סאך שכל, איז אמאל געזיצן אין זיין שטוב און געלערנט מיט זיין זון, ווען א בעל מלאכה, אן עלעקטרישן איז געשטאנען אויפ'ן לייטער און געארבעט. דער יונגל האט נישט צו געלייגט קיין קאפ צום לערנען. רופט זיך אן זיין טאטע צו איהם..."אויב דו וועסט נישט לערנען וועסטו אויסזעהן ווי יענער אויפ'ן לייטער"...דער .."יענער"... אויפ'ן לייטער איז געווען דער זון פון א רב. און אליינס געווען א שיינער תלמיד חכם. נאר ער האט געארבעט פאר פרנסה. און נישט געווען אנגעוויזן אויף תמיכה ווי דער רעבעלעה...!
נ.ב.: דער מענטש האט עס אליינס פארציילט מיט א שמייכל...! איך מיין ער וואלט זיך געקענט פארהערן מיט דעים רעבעלעה...!
Re: גוטע ווערטלעך פון אמעראצעם (עמי הארץ)
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 1:13 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'האב עס געהערט פון בעל המעשה אליינס, האט ער דערציילט אז דער סאטמארער רבי דער בעל ויואל משה איז אמאל געקומען אין חדר פארהערן, האט ער געפרעגט איינעם פון די קינדער וואס טייטש "ושניים יסעו"? האט ער עם געענטפערט "און די יארן לויפן"!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 11:08 am
דורך תרמב
איך האב אזא מחשבה אז די אלע מעשיות פון די אמעראצעם וואס מ'האט זיך אונטערגעהערט ביים סדר איז קיינמאל נישט געשעהן, ס'פלעגט נאר זיין אזעלכע בדחנים וואס האבן בייגעפאלן אזעלכע פשטים אין טעותים וואס מ'וואלט ווען געקענט מאכן, האבן זיי זיך אנגערופן פונקט נעכטן האב איך דורכגעגאנגען די הויז פונען עם הארץ האב איך געהערט ווי ער זאגט.... און מ'קען טאקע אריינטייטשן.... אזוי ווי אסאך וואס פאלט זיי ביי א קינדערישע חכמה'לע זאגט מען אז ס'איז געשעהן מיט ר' יונתן אייבשיצער אלץ קינד.... אדער א ווערטל וואס מ'שעמט זיך אז ס'איז א אייגנס זאגט מען עס נאך פון יענקל מילער.....