בלאט 1 פון 1

לילי (אלי) ראזען קומט ארויס פון שאפע- זיי געטריי זיך אליין

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 2:21 am
דורך בת קול
אין שטוינענדע נייעס איז אלי ראזען ארויסגעקומען אלץ טראנסגענדער. אין דעם זעלבן צייט געבט זי ארויס א בוך אין אידיש פאר קינדער איבער זיין טרענסגענדער, כדי אידיש רעדנדע קינדער זאלן זיך נישט פילן פרעמד אויב זענען זיי טרענסגענדער.
איך בין נישט זיכער וווער פון זיי וועלן האבן אקסעס צום ביכל, אבער אפשר וועלן דאס חסידישע ערוואקסענע ליינען.
דאס ביכל איז געשריבן אין א אידישיסטישן אידיש.
זעהט דעם ארטיקל דא.
פאר דעם סטעיטמענט פון לילי איבער דעם גענדער טויש זעהט דא.

א חבל אויף א פארלוירענעם אקטאר. זי האט גוט געשפילט אלץ א חסידישע רבי, און האט אפילו גערעדט אז עס האט געשמעקט צו באקומען דעם אקט.

לילי מיטן נייעם צירה און דעם נייעם בוך
999EC874-529A-441E-B08A-01FBB698CC14.jpeg


אויף Unorthodox
D8330E64-0EB1-4974-91CB-D9964F2CB5DD.jpeg

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 2:24 am
דורך בת קול
דאס בילד האט א נייע באדייט.

0A52BD9C-10CE-4182-A9C0-20B2E452FF80.jpeg

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 2:57 am
דורך דערהויבענע איד
וואי וואי דאס איז גרויסע נייעס....

כ'האב געהערט אז ער איז אמאל געווען א לויער, און אפגעמאכט צו ווערן אן אקטיאר און אלעס אוועקווארפן, און יעצט האלט מען שוין ביים ווערן א נקיבה...ס'נייעס

Re: לילי (אלי) ראזען קומט ארויס פון שאפע- זיי געטריי זיך אלי

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 11:03 am
דורך נעקסט לעוועל
בת קול האט געשריבן:אין שטוינענדע נייעס איז אלי ראזען ארויסגעקומען אלץ טראנסגענדער. אין דעם זעלבן צייט געבט זי ארויס א בוך אין אידיש פאר קינדער איבער זיין טרענסגענדער, כדי אידיש רעדנדע קינדער זאלן זיך נישט פילן פרעמד אויב זענען זיי טרענסגענדער.
איך בין נישט זיכער וווער פון זיי וועלן האבן אקסעס צום ביכל, אבער אפשר וועלן דאס חסידישע ערוואקסענע ליינען.
דאס ביכל איז געשריבן אין א אידישיסטישן אידיש.
זעהט דעם ארטיקל דא.
פאר דעם סטעיטמענט פון לילי איבער דעם גענדער טויש זעהט דא.

א חבל אויף א פארלוירענעם אקטאר. זי האט גוט געשפילט אלץ א חסידישע רבי, און האט אפילו גערעדט אז עס האט געשמעקט צו באקומען דעם אקט.

לילי מיטן נייעם צירה און דעם נייעם בוך
999EC874-529A-441E-B08A-01FBB698CC14.jpeg


אויף Unorthodox
D8330E64-0EB1-4974-91CB-D9964F2CB5DD.jpeg
א בליק אריין אינעם ביכל האסטע ?


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 11:30 am
דורך בת קול
די בוך איז אן איבערטייטשונג פון You be You געשריבן דורך Jonathon Branfman.

מען קען עס יעצט pre-orderen. נאך נישט דא צו באקומען.

EBA3EBAF-1FA3-453F-A5DF-9F2C726F4CC7.jpeg


D9BDB247-E7C9-4FB0-8F95-E3D3468A5E1A.jpeg

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 12:49 pm
דורך שמן למאור
העכסט אינרעסאנט, אזא שאד ער האט זייער גוט געשפילט רב, אפשר וועט ער יעצט קענען שפילן רעביצן

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 1:05 pm
דורך סמבטיון
וואס טרייבט א מענטש צו טוהן אזא שענדליכע אקט?

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 1:09 pm
דורך שמן למאור
סמבטיון האט געשריבן:וואס טרייבט א מענטש צו טוהן אזא שענדליכע אקט?

קוק ווי מרס/הרב שטיין איז מסביר די נושא

https://youtu.be/wRoDa5huL8s

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 1:10 pm
דורך מי אני
אויב פרעגסטו לגבי טרענזישענינג בפרט איז עס דזשענדער דיספאָריא. ועיין באשכול זו.

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 1:19 pm
דורך קאמארנער
ווער איז דער אלי ראזען? א פרומע? היימישע?

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 4:44 pm
דורך yatzmachp
נעבעך

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 8:18 pm
דורך קורקלענד
געמעקט דורך בת קול

נשלח: זונטאג יאנואר 30, 2022 9:44 pm
דורך סמבטיון
.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 4:02 am
דורך שבת אחים
בת קול האט געשריבן:די בוך איז אן איבערטייטשונג פון You be You געשריבן דורך Jonathon Branfman.

מען קען עס יעצט pre-orderen. נאך נישט דא צו באקומען.

EBA3EBAF-1FA3-453F-A5DF-9F2C726F4CC7.jpeg


D9BDB247-E7C9-4FB0-8F95-E3D3468A5E1A.jpeg



יעדע גרופע, סאסייעטי, און קולטור האט א אייגנארטיגע מסורה און א קאוד וויאזוי זיך אויפצופירן, וואס מיינט נארמאל, און וואס הייסט איבערגעצויגן די שטריק.

מסורה- מיינט ירושה פון עלטערן צו זייערע קינדער וויאזוי דורכצולעבן אין א שרעקליכע וועלט וואס איז אנגעפילט מיט שטרויכלינגן.

געווענטליך איז עס מנהגים, פארשלאגן, לייזונגען, א גאנצע טוץ מיט “באבסקע רפואת” באזירט אויף די דעמאלטסדיגער שטייגער, פארשטאנד, רעליגיע און די social norms מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן געווארן.


מסורה איז זייער חשוב אין אלע קולטורן אפילו ביי די חיות און בהמות. און האט געשפילט א גרויסע ראלע אין אונזער היסטאריע און עקזיסטענס.

אבער וואס געשעהט ווען איין קינד זאגט
איך האב געהערט וואס מיינע עלטערן זאגן, און מיט דעם אלעמען בין איך מסופק/ מחולק דערינען?
וואס טוט מען דאן?
וואס טוט מען ווען אייגענע קינדער טשאלאנטשן די אויסגעטרעטענע וועג?

אפשר אזא וועלטס-חכם און גאון ווי [tag]מי אני[/tag] קען אונז באלייכטן און מרחיב זיין מיט אלע שיטות אין די נושא.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 10:08 am
דורך מי אני
קיין קלארע תשובה האב איך נישט (אויב עס איז בכלל מעגליך צו האבן אין דעם). אבל להיפטר בלא כלום, אז [tag]שבת אחים[/tag] בעהט, אי אפשר.

בנוגע די שאלה פון ״וואס טוהט מען יעצט?״, וואס די שאלה איז דאך נוגע סיי צו די עלטערן און סיי צום קינד, גלייב איך אז דאס איז בעיקר א שאלה אינעם פעלד פון עטיקס; ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט ווי אזוי מענטשן פיהלן וכדומה. איך האב סאָבּמיטעד אן ארטיקל צום וועקער דערין איבער ווי אזוי ירמיה בּענטאם׳ס פעליסיפיק קאלקולוס האט א שייכות דערצו, באזירט אויף מיין אייגענע עקספּיריענס צווישן מיינע געשוויסטער און מיינע עלטערן.

דא הא׳מיר אראפגעברענגט פון דר. בנימין בית-הלחמי די אונטערליגענדע פסיכאלאגישע סיבות און אומשטענדן וואס מאכן איינעם מער לייקלי צו ״אפפארן״. אויב איז נישט צו שפעט קען מען דאך זעהן צו טוישן די אנטעסיִדענטס. אולי.

ובסתם דארף דאס אויסברייטערונג פון טאלעראנץ זיין אן אידעאל צו וואס יעדעס מענטש דארף שטרעבן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 31, 2022 7:46 pm
דורך דערהויבענע איד
לילי שרייבט אז ווען ער וואלט געוויסט אלס טינעזשער פון טרענסזשענדער וואלט זיין לעבן געווען אנדערש.


שטעלט זיך נאר די שאלה ער איז שוין פריי ווייסעך וויפיל יאר, וואס איז געווען די גאנצע צייט?