בלאט 1 פון 1

באשעפער, אייבערשטער, גאט!

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 5:16 pm
דורך פאר'ן דאווענען
קען מיר איינער מסביר זיין פשט אין די דריי ווערטער, מיט וואס אונז באניצן זיך, צי אנרופן דעם בורא כל העולמים??

אויף לשון קודש, ווערט ער אנגערופן אדער "בורא", וואס מיינט "באשאפער", אדער "הקב"ה", וואס מיינט "דער הייליגער איז געבענטשט", אדער, "הוי"ה", "אלהים", "שדי", וכו', וואס אלע זענען שמות וואס באצוהען זיך, צו זיינע הנהגות, כמבואר בספרים.
הכלל אלעס זענען נעמען, וואס איך פארשטיי פארוואס מען רופט דער אייבערשטער אזוי.

אבער אויף אידיש, (וואס אונז נוצן זיך היינט מיט), פארשטיי איך נישט קיין איינס?!

"באשעפער" לכאורה מיינט "בורא" אז ער האט באשאפן (די וועלט), אבער עס וואלט געדארפט זיין "באשאפער"?!?

"אייבערשטער" לכאורה מיינט "דער פון אויבן" (אין הימל), אבער עס וואלט געדארפט זיין "אויבערשטער"?!?

און "גאט" פארשטיי איך בכלל נישט, חוץ אויב עס איז א שם העצם כמו "טיש" "באנק" וכדומה, וואס הגם אויף לשה"ק איז נישט דא קיין "שם העצם" אויפן באשעפער, אלעס איז נאר פעולות, אדער הנהגות הבורא.

און אגב אויף אידיש, ווען נוצט מען וועלכע נאמען? איז דא בכלל כללים אין דעם?

באשעפער, אייבערשטער, גאט!

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 5:29 pm
דורך אלבערט איינשטיין
די ערשטע צוויי איז פשוט אלטע יודיש.
גאט איז געגנבעט פון ענגליש

Re: באשעפער, אייבערשטער, גאט!

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 8:08 pm
דורך פרנס החודש
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:די ערשטע צוויי איז פשוט אלטע יודיש.
גאט איז געגנבעט פון ענגליש
און פון ווי האט מען געגנבעט די שטרעכל אינמיטן? און אפגאט פון ווי קומט? געפילטע פיש איז לכאורה געגנבעט פון פראנצויזיש....
ערנסט גערעדט גאט איז א ווארט וואס מען געפונט אין יעדעס גערמאנישע שפראך , אפשטאם אומבאוויסט.
Sent from my SM-G930V using Tapatalk

Re: באשעפער, אייבערשטער, גאט!

נשלח: דינסטאג פעברואר 01, 2022 8:46 pm
דורך פרנס החודש
אלע זענען ווי אין דויטש, אבער נישט דווקא גראמאטיש אויסגעהאלטן...
Beschöpfer
Oberster
Gott

גאט איז א שם העצם
Sent from my SM-G930V using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 02, 2022 3:51 pm
דורך יעקב מעקסוועל
באשעפער איז איינער וואס באשאפט, אזויווי דו זאגסט בורא. פונקט ווי איינער וואס מאלט איז נישט קיין מאלער נאר א מעלער, אזוי איז איינער וואס באשאפט נישט קיין באשאפער נאר א באשעפער.

אייבערשטער ביסטו אוודאי גערעכט, און די וואס שרייבן ריכטיג שרייבן עס טאקע אויבערשטער. ווען עס קומט צו רעדן איז עס מאיזה סיבה געווארן פארדרייט.

גאט איז פשוט וואס עס איז, דאס איז פונקט ווי אלוקים. אלוקים איז נישט אזויווי די אנדערע נעמען וואס דו ברענגסט, נאר אלוקים איז די זאך. עס איז דא א גאט וואס הייסט הווי', און אזוי זענען פארהאן אנדערע געטער אדער אפגעטער. אלהים אחרים, טייטשט אנדערע געטער. אלוקי אבי, טיייטשט מיין פאטערס גאט.

דאס זאגט מען יעדן טאג, הוויה אלוקינו, דער גאט וואס הייסט הוויה איז אונזער גאט. אונז ווייסן עס איז נאר דא איין גאט, וואס האט מערערע נעמען. און אלע אנדערע 3,000 געטער זענען פשוט דמיונות פון אלע פעלקער.

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 9:09 pm
דורך טיכטיגער
פאר'ן דאווענען האט געשריבן: "אייבערשטער" לכאורה מיינט "דער פון אויבן" (אין הימל), אבער עס וואלט געדארפט זיין "אויבערשטער"?!?

אויבערשטער איז טאקע די ריכטיגע ספעלינג אין אידיש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 8:32 am
דורך פאר'ן דאווענען
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:באשעפער איז איינער וואס באשאפט, אזויווי דו זאגסט בורא. פונקט ווי איינער וואס מאלט איז נישט קיין מאלער נאר א מעלער, אזוי איז איינער וואס באשאפט נישט קיין באשאפער נאר א באשעפער.

אייבערשטער ביסטו אוודאי גערעכט, און די וואס שרייבן ריכטיג שרייבן עס טאקע אויבערשטער. ווען עס קומט צו רעדן איז עס מאיזה סיבה געווארן פארדרייט.

גאט איז פשוט וואס עס איז, דאס איז פונקט ווי אלוקים. אלוקים איז נישט אזויווי די אנדערע נעמען וואס דו ברענגסט, נאר אלוקים איז די זאך. עס איז דא א גאט וואס הייסט הווי', און אזוי זענען פארהאן אנדערע געטער אדער אפגעטער. אלהים אחרים, טייטשט אנדערע געטער. אלוקי אבי, טיייטשט מיין פאטערס גאט.

דאס זאגט מען יעדן טאג, הוויה אלוקינו, דער גאט וואס הייסט הוויה איז אונזער גאט. אונז ווייסן עס איז נאר דא איין גאט, וואס האט מערערע נעמען. און אלע אנדערע 3,000 געטער זענען פשוט דמיונות פון אלע פעלקער.


זייער שיין צונומען און ג'ענטפערט, ייש"כ.

אבער איך בין נישט מסכים מיט וואס די זאגסט כלפי אלוקים, אלוקים איז נישט די זאך אליין, עס איז די הנהגה פון אייבערשטן במידת הדין/צמצום, (כמבואר בספרים), און די זעלבע איז מיטן שם הויה, וואס איז אויך נישט די שם העצם, נאר די הנהגה במדת החסד.

גאט אליין קענען אונז נישט משיג זיין, און ממילא האבן אונז נישט קיין נאמען פאר איהם, אונז קענען נאר פארשטיין זיינע פעולות, און ממילא אויף דעם איז דא נעמען.

איך בין אבער מסכים אז גאט וואס אונז נוצען, מיינט יא די שם העצם, אבער די שאלה איז פארוואס איז דא א שם העצם אויף אידיש, ווען אויף לשה"ק איז עס נישט דא, און נאכדערצו מיט א גוטע סיבה! (אין אנדערע ווערטער עס איז א סתירה מיט די וועג וויאזוי אידישקייט קוקט אן גאט)
משא"כ אויבערשטער און באשעפער, זענען טאקע נאר פעולות אדער מצבים.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 11:12 am
דורך היסטאריע
הויה איז יא א שם העצם, היה הוה ויהיה, וואס ווייזט אויף מהות, נישט אויף פעולות. אלקים איז א אלטע נאמען, נאך פאר אידען זענען געווארען א פאלק. סא פרעג זיי פין ווי עס קומט. הויה און אלקים אויף דין און רחמים איז פרשנות. לאו דוקא פין פסוק אליין געדרינגען.

ווי אויך צו נוצען גאט אין אידיש איז היינט נישט אנגענומען, אמאהל איז עס געוועהן שכיח, ווי מען קען זעהן פין אמאליגע מעשה ביכלעך, היינט זאגט מען בעיקר אייבעשטער, אמאהל באשעפער, אבער באשעפער איז שוין מער א אויסדרוק, אוי הייליגע באשעפער - וועסטו הערען אידען זאגען אסאך, אבער אין מיטען א שמועס ווען מען רעדט וועגען גאט, איז בעיקר אויבערשטער גענוצט.

דא אז א בירור פין ווי גאט קומט.
https://en.wikipedia.org/wiki/God_(word)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 5:43 pm
דורך פאר'ן דאווענען
היה הוה ויהיה, זענען נישט זאכן בעצם, הגם טאקע נישט פעולות, אבער געוויסע מצבים וואס זענען נישט די זאך אליין, נאר געוויסע מצבים ווי די זאך געפינט זיך.

שם העצם איז נאר א זאך, וואס רעדט פון די זאך אליין, נישט פון וואס ער טוט, און נישט פון ווי ער איז.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 6:57 pm
דורך אלע צוזאמען
טיכטיגער האט געשריבן:
פאר'ן דאווענען האט געשריבן: "אייבערשטער" לכאורה מיינט "דער פון אויבן" (אין הימל), אבער עס וואלט געדארפט זיין "אויבערשטער"?!?

אויבערשטער איז טאקע די ריכטיגע ספעלינג אין אידיש.

און דער אלטער היים, האט מען אויך ביים רעדן געזאגט אויבערשטער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 24, 2022 11:15 pm
דורך היסטאריע
פאר'ן דאווענען האט געשריבן:היה הוה ויהיה, זענען נישט זאכן בעצם, הגם טאקע נישט פעולות, אבער געוויסע מצבים וואס זענען נישט די זאך אליין, נאר געוויסע מצבים ווי די זאך געפינט זיך.

שם העצם איז נאר א זאך, וואס רעדט פון די זאך אליין, נישט פון וואס ער טוט, און נישט פון ווי ער איז.


וואס מיינט דאס געוויסט מצבים?

היה הוה וכו' איז נישט פין ווי ער איז, נאר דער מערסטע וואס אונז ווייסן וועגן אים, און דאס מיינט שם העצם אויף וואס מען ווייסט. און אזוי שטייט אין מקובלים, און אין אבן עזרא שמות ג' טו.

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2022 7:12 pm
דורך פאר'ן דאווענען
נארוואס געזען די שטיקל אין נפש החיים שער ג פרק י"א
אבל שם העצם הוי"ה ב"ה מורה על הבחי' והענין כפי אשר הוא מצדו יתברך שנתבאר למעלה (ואף שגם שם הוי"ה ב"ה נקרא ג"כ מצד התחברותו יתב' ברצונו להעולמות. כי עצמות אדון יחיד א"ס ב"ה בבחי' היותו מופשט מהעולמות לא אתרמיז בשום שם כלל. אעפ"כ העולמות המה בטלים ומבוטלים במציאות נגדו יתברך מצד זה השם הנכבד. והוא מעין הבחי' כפי אשר מצדו יתב'). ולכן נקרא שם העצם שם המיוחד ב"ה:

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2022 4:18 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
איך וואלט געוואלט א ביסל מוסיף צו זיין וועגן דע ווארט גאט און א-להים איז אזוי אויף לה"ק באדייטן די ווערטער א-ל א-להים און אליל דער שטארקער (וועגען דעים טאקע איז די שם א-להים וויא מ'האט דא געשריבען די מידת הגבורה) איז לכאורה דע באדייט פון די ווארט גאט אויך דער שטארקער און האט מען שוין געשריבען דא מ'ניצט טאקע כמעט נישט מיט די ווארט גאט נאר בעיקר ווען מ'דארף טייטשען די ווארט א-להים אין א פסוק וכדו'
אויך איז כדי צוצוצייכענען אז זענען דא אזעלעכע וואס האלטען אז מ'טאר נישט זאגען די ווארט גאט ווייל דאס איז א נאמען פונ'ם אויבערשטן אנדערש פון אויבערשטער און באשעפער וכו' וואס דאס זענען נאר צונעמען פונ'ם אויבערשטן
און וועגן די אויסלייג פון די ווארט אויבערשטן ס'דארף טאקע זיין אזוי אבער זאגען זאגט מען אייבערשטער און ס'דא נאך ווערטער אין יודיש וואס מ'שרייבט וי און מ'זאגט יי וויא צ.ב.ש. בוימער אנהויבן און נאך

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2022 9:27 am
דורך מי אני
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:איך וואלט געוואלט א ביסל מוסיף צו זיין וועגן די ווארט גאט און א-להים. איז אזוי אויף לה"ק באדייטן די ווערטער א-ל א-להים און אליל דער שטארקער (וועגען דעם טאקע איז די שם א-להים ווי מ'האט דא געשריבען די מידת הגבורה) איז לכאורה די באדייט פון די ווארט גאט אויך דער שטארקער און האט מען שוין געשריבען דא מ'ניצט טאקע כמעט נישט מיט די ווארט גאט נאר בעיקר ווען מ'דארף טייטשען די ווארט א-להים אין א פסוק וכדו'
לגבי זאגן צי שרייבן ״גאט״ איז דער יערות דבש (ח״א ד״ה) טאקע מעורר דערוועגן אז מ׳זאל דאס נישט זאגן ווייל עס איז דאך די תרגום פון א-להים ע״ש. ולאידך גיסא פסק׳נט דער אגרות משה (או״ח ח״ב סימן כה):
8BB3EB16-2A6C-47FF-AB30-A41B38956120.jpeg

נשלח: דינסטאג מאי 24, 2022 11:09 pm
דורך קהל'ס נער
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:איך וואלט געוואלט א ביסל מוסיף צו זיין וועגן דע ווארט גאט און א-להים איז אזוי אויף לה"ק באדייטן די ווערטער א-ל א-להים און אליל דער שטארקער (וועגען דעים טאקע איז די שם א-להים וויא מ'האט דא געשריבען די מידת הגבורה) איז לכאורה דע באדייט פון די ווארט גאט אויך דער שטארקער און האט מען שוין געשריבען דא מ'ניצט טאקע כמעט נישט מיט די ווארט גאט נאר בעיקר ווען מ'דארף טייטשען די ווארט א-להים אין א פסוק וכדו'
אויך איז כדי צוצוצייכענען אז זענען דא אזעלעכע וואס האלטען אז מ'טאר נישט זאגען די ווארט גאט ווייל דאס איז א נאמען פונ'ם אויבערשטן אנדערש פון אויבערשטער און באשעפער וכו' וואס דאס זענען נאר צונעמען פונ'ם אויבערשטן
און וועגן די אויסלייג פון די ווארט אויבערשטן ס'דארף טאקע זיין אזוי אבער זאגען זאגט מען אייבערשטער און ס'דא נאך ווערטער אין יודיש וואס מ'שרייבט וי און מ'זאגט יי וויא צ.ב.ש. בוימער אנהויבן און נאך
וועלקאם בעק טאשעהר אייניקל.
געדענקסט נאך לעצטע מאל אינז האבן זיך געטראפן דא האט זיך עס נישט אזוי גיט געענדיגט :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: