בלאט 1 פון 14
די מגפה פון סואסייד אין אונזער קאמיוניטי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 12:33 am
דורך קהל'ס נער
אין
די אשכול זענען מיר אריינגעפארן אין גאר א וויכטיגע טאפיק, אבער כדי שלא לפארדריי את האשכול מאך דערפון א נייע געהענגעל.
ובכן, לעצטנס (אדער קען אפילו זיין אז ס'איז אלעמאל געווען אזוי נאר מען האט עס באהאלטן) הערט מען ליידער זייער אסאך סוסיידס אין אונזער קאמיוניטי, אונז זעמיר צוגעוואוינט אז סוסייד געהערט צו די מוסולמעינער אדער עפעס א דיפרעסטע גוי טאנצט פון בריק, אבער אין אונזער קאמיוניטי מאן דכר שמיה, די מציאות אבער פראסקעט ליידער אין פרצוף, איז די אשכול געווידמעט צי דערגיין די יסוד פון די פראבלעים און זיכן א לייזונג.
קהל'ס נער האט געשריבן:פארשטייט זיך
ס'דא א פלאץ ווי מען אדרעסירט פראבלעמען און דארט טאקע דארף מען רעדן פון דעם אבער מען דארף נישט אויספראקן קיין מענטשן, למשל אזוי, ברשות........ מורי ורבותי אונזער קאמיוניטי האט א ערנסטע פראבלעים, און די לעצטע יאר איז געווען כך וכך סוסיידס, בקיצור מען זיכט א לעזונג.
אבער סתם נעמען א יחיד אלץ קרבן איז נישט יושר.
איך בין טוטאלי מיט דיר אז מען דארף אדרעסירן די סוסייד פראבלעם אין אונזער קאמיוניטי, אונז האבן שוין גמ"חן פאר אויב איינער האט פארגעסען פעמפערס פאר זיין בעיבי אין א ראש חודש וואס געפאלט אויף ניטל, אבער דא גארנישט, פארוואס ווייל ס'איז גרינגער צי האבן א גמ"ח ווי צי אדרעסירן ערנסטע פראבלעמען.
יעצט וועט איינער זאגן קריינא דאיגרתא איהי ליהוי פרונקא, העל איך געיבן מיינע צוויי סענס, נישט אויסשליסן איינעם פין געזעלשאפט פארן זינד פין האבן א טשופ, שערן די בארד, צי אנדערע נארישקייטן.....
אונז ווייס מיר דאך או חברותא או מיתותא, ומחה ה' דמעה מעל כל פנים
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: דו ביסט גערעכט. בדרך כלל. אבער א מענטש גייט נישט גלייך נאכדעים וואס עפעס א בהמה זאגט איהם אז ער איז א שייגעץ ווייל ער האט א טשופ און ער דזשאמפט אראפ פון דאך. נאר אויב איינער איז שוין ממילא דיפרעס'ד, קען ער קומען צו דעם, ח"ו.
ומעשה שהיה. איינער א יונגערמאן וועלכער האט גענימען א סאך מעדיצינען, האט מיר פארציילט 2 מאל אז ער האט א רייכן ברודער. און ער האט ארויסגעשלפט געלט פון זיין ברודער מיט סטראשען אז ער גייט זיך (ח"ו) הרג'נען. ער האט זיך טאקע געקויפט א (שיין) הויז. אבער צום סוף האט ער (ל"ע) געטון די מעשה. ס'זענען געווען א סאך סיבות צו דעם. די נקודה איז אז רובא דרובא פון די וועלכע טוען די מעשה (זעלבסטמארד) זענען דיפרעסס'ד...!
נו, פיר אויס ר' בערל? פארוואס זענען זיי דיפרעסד?? קיינער ווערט נישט געבוירן דיפרעסד! און דיפרעסד וואס ברענגט סואיסייד איז נישט סתם דיפרעסד, נאר אסאך מער פון דעם. ווען א מענטש מאכט אפ צוטוהן אזא זאך ווי זיך ענדיגן, קומט עס פון גאר אסאך פעין וואס דער מענטש קען מער נישט אויסהאלטן און זוכט דעם וועג ארויס.
Re: די מגפה פון סוסייד אין אינזער קאמיוניטי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:22 am
דורך דער גאלדענער אדלער
@קהל'ס נער; ייש"כ פאר'ן עפענען א פרישן אשכול וועגן דעם ענין. וועגן דעם וויכטיגן ענין!
רוב מענטשן קוקן עס אן פאר א טעגליכע סטאטיסטיק, פונקט ווי מ'קוקט אן ווי בחורים און מיידלעך דרייען זיך אין די גאסן, און ישיבות און מיידלעך שולעס וועהלן זיך וועם יא און וועם נישט אריינצונעמען. אדער ווי נאך א פארפאלק האט זיך ג'געט. מ'גיבט א קרעכטס און מ'שרייבט נאך צו בד"ה און מ'גייט ווייטער. אנדערע מיט אביסעל מער סענסיוויטעט וועלן אפילו פרובירן צו משער זיין פון וואס דאס קומט און פארוואס ס' געשעהן אבער ביז'ן נעקסטן ליל ששי טשולענט וועלן זיי דאס שוין האבן לאנג פארגעסן, א גרעבץ און געגאנגן ווייטער, נעקסט...
שטעלטס ענק אפ פון ענקער טאג טעגליכן געיעג און טראכטס פאר צוויי מינוט, וואס געשעהט ווען איינער נעמט זיך דאס לעבן, צו א קינד, צו אן ערוואקסענער, וויפיל שבעה מדורי גיהנם אזא איינער איז שוין דורך אין זיין לעבן, ער/זי האט שוין אלעס פרובירט, און אפגעמאכט אז אין רפואה למכתו/ה און אפגעמאכט אז דאס איז די לעצטע זאך וואס קען אפשטילן די יסורים!
די מענטשן וואס טוען דאס, זענען בעלי נפש, מענטשן מיט מענטשליכע געברויכן, מיט עמאציאנאלע געברויכן פינקט ווי אלע אנדערע וואס נעמען זיך נישט דאס לעבן. זיי זענען גייסטיש קראנק פונקט ווי די, וואס זענען פיזיש קראנק. ווילן און ווארטן אז איינער זאל זיי וואלידירן, מכבד זיין, אנערקענען זייער שווערע ווייטאגן וואס זיי מאכן דורך אויף א טאג טעגליכן פארנעם! פונקט ווי מ'גייט מבקר חולה זיין פיזישע קראנקע און מ'טוט אלעס זיי צו ראטעווען , ברויך מען טוהן אלעס אבער ממש אלעס צו ראטעווען אט די אומשולדיגע זיסע נשמה'לך. טוהן מיר דען אלעס זיי צו ראטעווען?!?!
שטעלטס ענק פאר, פון יעדן אזא איינעם וואס האט זיך גענומען דאס לעבן האט ווען געקענט חתונה האבן און אויפשטעלן דורות ישרים מבורכים! במלוא מובן המלה, זיסע לעכטיגע אידן, זיסע קינדערלעך און אייניקלעך גאנצעטע דורות, אידישע דורות עד אין סוף! און וואלט ווען געקענט צוגעבן אזויפיל צו סאסייעטי. שוין די העכסטע צייט מ'זאל טוהן מער דערוועגן און דורך דעם אנשפארן צער און עגמת נפש פאר זיי און זייערע משפחות. געדענקטס זיי האבן אויך געפילן, טאטעס, מאמעס, ברידער און שוועסטערס!
ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
Re: די מגפה פון סוסייד אין אינזער קאמיוניטי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:45 am
דורך ברוינשטיין
די ציפערן וועט מען קיינמאל פינקטליך וויסן, ווייל עס ווערט פארדעקט און באהאלטן, אבער יא די חברה וועלכע טוען אין דעם נושא טענה'ען אז די נומערן זענען ליידער אומגעהויער הויך.
איין נקודה וואס באדערט מיך שטארק איז דאס אז מלמדים, משגיחים, מנהלים וכדו', נוצן דאס אלץ אַן אָפּשרעק מיטל אנקעגען פארלאזן סיסטעם\יודישקייט\סוסייעטי וכו',
זיי זענען אלץ פארנומען וויאזוי מען קוקט אויס אויב מ'פארלאזט סוסייעטי, ספעציעל זענען זיי פארנומען שילדערן אז ביים ענדע באגייט מען זעלבסט מארד.
יא, זיי זענען גערעכט אז א גרויסע פראצענט פון די וועלכע גייען אראפ פון דרך קומען ליידער אָן צו זעלבסטמארד, אבער פארוואס? איז דאס נישט א געוויקס פונעם סיסטעם? איז דאס נישט צוליב וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן? יא, ביסט גערעכט אז ער איז אראפ פון וועג און געווארן צעפראסקעט און צעשאקלט, זאגסט אמת! אבער מיין שאלה איז 'פארוואס'? פארוואס נעמט מען זיך דאס לעבן אויב מען הויבט אָן גליטשן? צודען ווייזט דאס אויף גוטע סימפטאמען פון אינזער סיסטעם?
אגב ווערט די נקודה אביסל ארויסגעברענגט אויף unorthodox ווען משה גיבט פאר אסתי א ביקס... (פאר ווער עס געדענקט נאך)
(איך ווייס נישט אויב דאס איז ממש די רעדע דא, לכאורה רעדט מען דא פון מענטשן אין די סיסטעם וועלכע באגייען זעלבסטמארד, אבער כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן)
אזוי צו אזוי זאל מען שוין מער נישט דארפן עפענען אזאלכע אשכולות, אמן!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 2:07 am
דורך קורקלענד
ליידער פאר די וואס ווייסן איז עס שוין גארנישט אזוי עקסקלוסיוו צו אט''ד חברה. ליידער פאסירט עס מער און מער צווישן אונזער קרייז ביי נישט אט''ד אויך. אפי' אין טאַפּ ישיבות ביי וואוילע בחורים מאכט זיך אפטער ווי אמאל אז בחורים פרובירן און צומאל געלונגען עס. השם ישמרנו. פארשטייט זיך אז ווען ס'פאסירט מיט אט''ד איז עס געווענליך נישט קיין סוד היינט צוטאגס. אבער אין אנדערע פעלער איז עס טאפ סיקרעט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 6:50 am
דורך קהל'ס נער
צי זענען אט"ד צי נישט איז נישט אזא חילוק, למעשה זענען זיי פירות פון אינזער חינוך/סיסטעם, דאס אז יענער איז געגאנגען אט"ד איז נישט קיין סיבה צי זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה, גיין אט"ד איז א חלק פון די פראבלעים ס'נישט קיין סיבה פארוואס אינז זאל מיר זיך ארויסדרייען פון זיכן א לעיזונג.
ס'קען אבער יא זיין אז די סיבה פארוואס א אט"ד באגייט די שריט איז אנדערש פארוואס א נאנ-אט"ד טיט עס.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 7:55 am
דורך יאסל ראקאווער
משל למה הדבר דומה, איינער איז אין תפיסה, ווייל ער האט גערעדט קעגען סטאלין, פאר לייף, אין די גולאג ביי די רוסישע און טראכט פון א אנטלויף פלאן. זאגט אים זיין חבר לוינט זיך נישט צו טראכטען פון אנטלויפן רוב חברה וואס אנטלויפן פרירען צום טויט.
איין טאג קומט אריין די פרעדיגער און הייבט אן מסביר זיין ווי גוט די גולאג איז. והא ראיה אז ווער ס'אנטלויפט פון די גולאג איז צוקאלישט פאר לייף מיט טראומא, און א גרויס חלק ליידער פרירט אויף די וועג ארויס ווען זיי אנטלויפן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 8:30 am
דורך היסטאריע
רודף'ן, בולי'ונג, איז גאר שטארק שכיח ביי אונזערע בחורים, סיי פין אנדערע בחורים סיי פין משגיחים. מען רעדט נישט דערפין, און אפילו אויב יא איז עס אויף א וועג פין רודף'ן די וואס רודף'ן. אונז האבן נישט קיין ערפארונג אין דעם, און עס מאכט חרבנות אין גרויסען. עד כדי כך אז מען ווייסט אפילו נישט צו פרעגן איינער וואס ליידט צו עס קומט פין רדיפות.
דער ענין דארף א תיקון גדול.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 10:59 am
דורך קידוש
די אמת איז אז ס'איז שווער ווי וויסען די נומבערען, רוב פעלער זענען טאפ סיקרעט וואס ווער אין וויאזוי עס פאסירט. איך האלט נישט ס'איז א חסרון וויל מ'וויל היטען אויפען כבוד המשפחה, אבער דאס מאכט אויך אז מ'זאל נישט קענען אדרעסירען די נושא ווי עס דארף צו זיין.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 12:38 pm
דורך היסטאריע
מען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 12:47 pm
דורך קורקלענד
אלס ווייל מען לערנט נישט לימודי חול........אשפ''ג
Re: די מגפה פון סוסייד אין אינזער קאמיוניטי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 1:43 pm
דורך יהודי פשוט
היסטאריע האט געשריבן:מען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
אז א מענטש זאל קענען שרייבן אזעלכע שוידערליכע שטותים והבלי הבלים...
דאס איז א חלק פין דיין קליין קעפיקייט, ווייל דו לערנסט נישט קיין לימודי חול (און אויך נישט לימודי קודש) , און עס שאפט א צמצום המוחין...
השם ירחם פין דיין צמצום.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 2:02 pm
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:מען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
צי ס'האט מיט לימודי חול, שטארק מסתבר אז נישט.
אבער די אנדערע חלק איז לויטער אמת, מענטשען מיינען ס'דא "נערמאלע" משפחות, און ס'דא נישט נערמאלע משפחות וןאס ביי זיי איז דא אט"ד, סוסייד, קענסער, גיטין, וכו'
מיין ראש ישיבה פלעיגט זיי ריפן "חברה שטארבער'ס" אז מענטשן מיינען אז פינקט ווי ס'דא חברה הצלה און חברה קנין ספרים איז דא א חברה שטארבער'ס ואני אלך לחיים ולשלום.
בקיצור אין פערפעשענעל שפראך הייסט עס דינייעל, אדער ווי מען זאגט ביי די ציונים: לי זה לא יקרה.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 2:08 pm
דורך קהל'ס נער
קלארשטעלונג: אזוי ווי ס'זייער א וויכטיגע subject, און איך וויל נישט ס'זאל פארן צי פערזעינליכע אטאקעס, (אזוי ווי אינז האמיר געהאט ביי די כוזרי אשכול), זאל מען נישט אטאקירן איינעם אפילו מען האלט אז ער רעדט שטותים, מען קען מסביר זיין אויף א נערמאלע שפראך אז ער איז נישט גערעכט, היות איך בין נישט קיין שריפטשטעלער קען איך טאקע נישט מעקען, אבער לטובת הכלל ביטע נישט פאר'חזר'ן די אשכול.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 2:21 pm
דורך וואלווי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 4:27 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:אלס ווייל מען לערנט נישט לימודי חול........אשפ''ג
קורקלענד: דו מעגסט מיר געבן קוויטלעך. די 21'ער. ווייל איך בין א בעל רוח הקודש (אויסער א בעל עגלה). ווען איך האב געליינט היסטאריע'ס תגובה, האביך געטראכט אז ס'וועט זיין איינער וואס וועט נאך זאגן אז די סואיסייד'ס (ל"ע) קומען פון נישט לערנען לימודי חול...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 4:39 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: ייש"כ פאר שרייבן דיין תגובה מיט גרויסע ווערטער . פאר די אלטע מענטשן אז זיי זאללן קענען בעסער און גרינגער ליינען .
די מענטשן וועלכע לאזן זיך אראפ צו פערזענליכע אטאקעס און רופן א צווייטן נעמען, האבן ממילא א פראבלעים. איך גלייב נישט אז דאס קען פיהרן צו סואיסייד. ענדערש צו האמיסייד, (ח"ו).
איך האף אז דו ביסט נישט ברויגז איבער מיין (א ביסל) סארקאסטישן טאן. ערשטנס ס'איז דאך . אדר א' . צווייטנס. דער רבי זי"ע (ר' נחמן מ'ברסלב) האט געזאגט אז..."מצוה גדולה להיות בשמחה תמיד"...! ער האט געזאגט נאך א סאך זאכן. הלואי זאלל מיר קענען אלעס מקיים זיין.
ערנסט גערעדט. אויב איינער א בריאה איז אזא אוממענטש. אזוי ווי ס'האטציך ליידער ארויסגעוויזן אין יענעם אנדער'ן אשכול. איז דא אן עצה. זיך ווענדן צו די הנהלה. און זיי וועלן שוין (האפנטליך) טון וואס מ'דארף...יענעם משלח זיין פון קאווע שטיבל...!
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 5:28 pm
דורך היסטאריע
קהל'ס נער האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:מען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
צי ס'האט מיט לימודי חול, שטארק מסתבר אז נישט.
אבער די אנדערע חלק איז לויטער אמת, מענטשען מיינען ס'דא "נערמאלע" משפחות, און ס'דא נישט נערמאלע משפחות וןאס ביי זיי איז דא אט"ד, סוסייד, קענסער, גיטין, וכו'
מיין ראש ישיבה פלעיגט זיי ריפן "חברה שטארבער'ס" אז מענטשן מיינען אז פינקט ווי ס'דא חברה הצלה און חברה קנין ספרים איז דא א חברה שטארבער'ס ואני אלך לחיים ולשלום.
בקיצור אין פערפעשענעל שפראך הייסט עס דינייעל, אדער ווי מען זאגט ביי די ציונים: לי זה לא יקרה.
איך האב הנאה, אז די האסט פארשטאנען.
איך האב נאר געשריבן דער פרט פין לימודי חול, ווייל איך האב געוואלט אויפוועקן אפאר פארשלאפענע מוחות וואס שפרינגען אויף ווי א קאץ נאך א מייזעל, ווען זיי זעהן דער ווארט לימודי חול
אבער זייט מיר מסביר, פין ווי קומט טאקע דער צוריק געשטאנען'קייט, אז גאר גאר אסאך האלטען אז האבן א מענטאלע דורכגאנג איז א סטעמפעלַ לו ןלזרעו אחריו אז זיי זענען "משוגע".
אויב אונז זענען טאקע אזוי קלוג, ווי פונקטליך שטעקט אונזער חכמה אויב אונז זענען לעיבעל מענטשן, וואס לעיבלען מענטשען און משפחות אהן אויפהער.
אין שידוכים איז א נארמאלער זאך איינער זאל זאגן אז ווייל יענעם'ס זיידע האט זיך גענומען דאס לעבן וועט ער נישט נעמען יענעמס אייניקל אדער אור אייניקל. איז דאס נארמאל?
נישט לימודי חול? אקעי, אבער וואס יא? און אויב איינער ווייסט נישט, פין ווי ווייסטו אז לימודי חול וועגן סייענס און וויאזוי סאסייאיטי ארבעט, און וואס פילינגס זענען, וואלטען נישט געפענט די דומע קעפ פין אונזער עם חכם ונבון?
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 1:14 am
דורך מאנטריאל
היסטאריע האט געשריבן:מען קען האלטען א סיקרעט וויפיל מען וויל, ווען דו הערסט א יונגע מענטש איז פלוצלינג געשטארבן, אהן א מעשה פין א עקסידענט, איז עס סיוסייד. לאמיר זאגן אז עס איז דא 20 מענטשען וואס זענען געשטארבן פלוצלינג, קען זיין אז איינער פין זיי איז עס נישט סויסייד.
און אוודאי מוז מען האלטען בסוד. מענטשן ווילען נישט שידוכים טוהן מיט איינער וואס אין זיין משפחה איז דא איינער וואס איז באגאנגען סויסייד, ווייל עס ווייזט אויף מענטאלע פראבלעם אין די משפחה. דאס איז א חלק פין אונזער קליין קעפיקייט, ווייל מען לערנט נישט קיין לימודי חול, און עס שאפט א צמצום המוחין, כאילו עס איז דא משפחות וואס יעדער דארט איז צופרידן און העפי, און נאר "משוגענער" משפחות ליידן. השם ירחם פין אונזער צמצום.
איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט.
ווען איך הער אז אין די משפחה איז דא א סועסייד ווייס איך אז אדער די טאטע אדער די מאמע איז א שמאק און ער פייניגט די קינדער.
אדער סתם נישט געגעבן דעם נידס פאר דעם קינד.
אדער וואס דאס איז זיכער אז א פרייליכע הויז איז עס זייער נישט.
ממילא וויל איך נישט נעמען א קינד פון דעם משפּחה, זיי ליידן פון דעפרעסיע זיכער, פון אזא הויז איז די טשענסעס אז מען זאל נישט ליידן פון עפעס מענטאלי איז שוואך.
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 1:47 am
דורך פאליטיקאנט
אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
אז איינער פארט אפ מיינט עס אויך אז די פאמיליע האט נישט מדקדק געווען אין הלכה?
א בחור קען זיין אין די בעסטע פאמיליע און זיין די גליגליכסטע אויפ'ן וועלט, אבער דערנאך זיך אנטרעפן מיט שוועריגקייטן אין ישיבה, אדער סתם אזוי מיט שלעכטע חברים און גאר שנעל פאלן צו דראגס / פארברעכן > דעפרעסיע > סועסייד.
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 7:05 am
דורך איך אויך
יא, מאנכע וועלן זאגן אז בשעת מעשה 18-20 יאר צוריק זענען די עלטערן נישט געווען ערליך.
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 7:56 am
דורך מאנטריאל
פאליטיקאנט האט געשריבן:אויף וועלכע וועלט לעבסטו?
אז איינער פארט אפ מיינט עס אויך אז די פאמיליע האט נישט מדקדק געווען אין הלכה?
א בחור קען זיין אין די בעסטע פאמיליע און זיין די גליגליכסטע אויפ'ן וועלט, אבער דערנאך זיך אנטרעפן מיט שוועריגקייטן אין ישיבה, אדער סתם אזוי מיט שלעכטע חברים און גאר שנעל פאלן צו דראגס / פארברעכן > דעפרעסיע > סועסייד.
קיינער פארט נישט אפ פון האבן שוועריקייטן אין ישיבה. נאטירלעך ווייל יעדער זיין אזוי ווי זיין משפחה ווי זיין טאטע און מאמע אויב פארט ער אפ ווייסט עס אויף א שוועריגקייט פון זיין יוגנט אז עפעס איז ער נישט צופרידן אין זיין לעבן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 8:04 am
דורך היסטאריע
"קיינער"?
דו ווייסט?
אוודאי קען א צודרייטע משגיח מנהל אנמאכן דאס ערגסטע.
א טאטע מאמע אויך.
און אמאהל קען זיין איינער וואס איז אהן א סיבה.
פונקט ווי אמאהל איז דא איינער פין א שוואכע שטוב, א שוואכע ישיבה וואס וואקסט אויס א גאון, און מען זאגט הייליגע נשמה, איז דא פארקערט.
נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 8:55 am
דורך בת קול
מאנטריאל האט געשריבן:קיינער פארט נישט אפ פון האבן שוועריקייטן אין ישיבה. נאטירלעך ווייל יעדער זיין אזוי ווי זיין משפחה ווי זיין טאטע און מאמע אויב פארט ער אפ ווייסט עס אויף א שוועריגקייט פון זיין יוגנט אז עפעס איז ער נישט צופרידן אין זיין לעבן.
דאס איז פראפאגאנדע וואס מען געבט איבער ביי אונז.
"קיינער וואס איז נישט שומר תורה ומצוות איז צופרידן"
"מען גייט נאר א.ט.ד. אויב מען איז אדורך טראומא א.ד.ג."
ס'איז ממש אומפארשטענדליך ווי קלוגע מענטשן בלעבלען סתם נאך.
פארוואס זאל מען ווילן זיין ווי די סביבה?
א מענטש איז נישט געבוירן מיט די טבע צו conformen. ס'איז א learned behavior.