בלאט 1 פון 1
לתועלת הרבים
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 11:27 am
דורך פאלאצ'ינטא
רבותי, איך וויל דא אויסרופען מיין נייע ביזנעס.
אכטונג סאקמר, וויזניץ מאנסי, גור, ניטורי חרתא, לב טמא, שומרים קארד דריקער, שאאאבבבעעעתתת שרייער, טעכנאלאגיע האקער, אינטערנעט געגנער, צימערמאן, וכת דלי', גייייוווואאאאללללד שרייער, און סתם פארפרומטע בהמות ספעציאל די וועליכע האלטען אז דער באשעפער האט געמאכט א טעות מיט'ן באשאפען פרויען.
יום צרה בא. און די קומענדיגע פאר יאהר, גייט דער אמעריקאנער 5, 10 און 20 טולר וועליכע האט אויף זיך דער בילד פון מענער זיך טוישען און גייט אויף זיך האבען בילדער פון נשים ל"ע.
איז וואס גייען ענק טוהן? ווי אזוי מעג מען זיך ארום דרייען מיט בילדער פון נשים? אוי וויי וואס פאר א הרהורים רעים גייט דאס ברענגען? עס איז דאך ערגער ווי א סמארטפאון אין טאש.
אוי אויך וועט וואקסמאן דארפען טוישען זיין נעטפליקס דרשה צו א געלט דרשה.
וויל איך אויסרופען מיין נייע ביזנעס.
פאר א קליינע פרייז וועט איהר מיר קענען שיקען אלע אייער טמאנע נשים'דיגע געלטער און איך וועל דאס ערלעדיגען פאר אייך על צד היותר טוב. בהשגחת גדולי ישראל. א ספעציעלא הנחה פאר די וועליכע שיקען אריין אסאך אויף א מאהל.
מען וועט אויך קענען אריין גיין אין א גורל פאר א זילבערנע געבענשטע שערל מיט וועליכע ר חיים קאניעבסקי וועט שניידען געלט
אויך קען מען מנדב זיין א שערל לעבען דעם סמארט פאון האק לעבן קברי צדיקים.
רבותי רופט אייך אן ווארים.
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 1:27 pm
דורך געדאנקן
ערנסט גערעדט, גייט זיך טאקע טוישן די דאלער בילס?
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 3:15 pm
דורך פאלאצ'ינטא
געדאנקן האט געשריבן:ערנסט גערעדט, גייט זיך טאקע טוישן די דאלער בילס?
יא יא אנפאנגענדיג די יאהר גייט מען צוביסלאך טוישען די 5, 10 און 20 ווי אויך קוואדערס.
נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 3:48 pm
דורך קהל'ס נער
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:געדאנקן האט געשריבן:ערנסט גערעדט, גייט זיך טאקע טוישן די דאלער בילס?
יא יא אנפאנגענדיג די יאהר גייט מען צוביסלאך טוישען די 5, 10 און 20 ווי אויך קוואדערס.
ס'גייט זיין קאלערד אדער בלעק און ווייט?

נשלח: פרייטאג פעברואר 04, 2022 3:51 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ער’ פאליצ’ינטא:
האסט פארגעסן אז פאר געלט מעג מען אלעס...
הכסף מטהר את הכל
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 7:03 pm
דורך קאמארנער
דער גורל'דיגע שאלה איז 'וועלכע' פרויען מען גייט דארטן ארויפשטעלן, מיט אלטע באביטשקעס וועט מען זיך אן עצה געבן, פרעג נאר די ענגלישע אידן.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 7:05 pm
דורך שמן למאור
און אויב וועט מען לייגן AOC ?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 7:06 pm
דורך קאמארנער
עצי שטים האט געשריבן:און אויב וועט מען לייגן AOC ?
פוי..למעשה דארף מען דן זיין יעדער מקרה לגופו פאר אן ערנסטע קאמיטע.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 7:53 pm
דורך וואלווי
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ער’ פאליצ’ינטא:
האסט פארגעסן אז פאר געלט מעג מען אלעס...
הכסף מטהר את הכל
האשה נקנית בכסף ובשטר...
(די נעקסטע ווארט האט די רבי נישט געטייטשט....)
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 9:37 pm
דורך קהל'ס נער
וואלווי האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ער’ פאליצ’ינטא:
האסט פארגעסן אז פאר געלט מעג מען אלעס...
הכסף מטהר את הכל
האשה נקנית בכסף ובשטר...
(די נעקסטע ווארט האט די רבי נישט געטייטשט....)
אוודאי....
ובביאה און מיט ביאה.
רבי וואס מיינט ביאה?
ביאה!
אבער וואס מיינט עס?
נאך איינמאל דו פרעגסט כאפסטו א פראסק!
Re: לתועלת הרבים
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 10:01 pm
דורך פאליטיקאנט
ביאה מיינט אריינברענגן.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 11:01 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:פאלאצ'ינטא האט געשריבן:געדאנקן האט געשריבן:ערנסט גערעדט, גייט זיך טאקע טוישן די דאלער בילס?
יא יא אנפאנגענדיג די יאהר גייט מען צוביסלאך טוישען די 5, 10 און 20 ווי אויך קוואדערס.
אין קענעדע איז שוין פונלאנג דא א פיקטשער פון די מלכה יר"ה קווין עליזאבעטה. איך ווייס נישט קיין ..."ערליכן" איד וואס האטציך אפגעזאגט צו נעמען וויפיהל באנקנאטן מ'האט איהם נאר געגעבן צוליעב א בילד פון אן אישה...! ווער ס'זאגט אפ צו נעמען געלט מיט א בילד פון א פרוי"רח"ל, איז צודרייט. דער רח"ל גייט ארויף אויף דעם צודרייטן...!
ס'גייט זיין קאלערד אדער בלעק און ווייט?

נשלח: מוצ"ש פעברואר 05, 2022 11:30 pm
דורך יעקב מעקסוועל
מיין רבי האט מסביר געווען ביאה איז די יחוד שטוב, פארדעם דארף מען האבן עדים דארט. קען זיין ביי אים איז עס אזוי געווען...
----------
העריעט טאבמען גייט זיין אויפן צוואנציגער. זי איז געבוירן פארקנעכטעט, און געווארן געשלאגן און געפייניגט דורך אירע בעלי בתים. שפעטער איז זי אנטלאפן צו פרייהייט, און ארויסגעהאלפן אסאך אנדערע צו אנטלויפן. ביי די אמעריקאנע ברודער קריג איז זי געווען א שפיאן פאר די יוניאן, און אויך א קעכער און נורס.
HT.png
דזשעקסאן וואס איז יעצט אויפן צוואנציגער וועט מען לייגן אויף די אנדערע זייט פונעם באנקנאט מיט נאך בילדער. די פינעווער און צענער גייען אויך ווערן געטוישט, אבער די הויפט בילד אין פארנט וועט בלייבן לינקאלן און העמילטאן רעספעקטיוולי. מען וועט פשוט צולייגן פארשידנארטיגע בילדער.
די דעדליין צו אפדעיטן די באנקנאטן איז 2030, איך וואלט נישט ערווארטעט עס זאל פאסירן צו סאך פריער.
נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:06 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:האשה נקנית בכסף ובשטר...
(די נעקסטע ווארט האט די רבי נישט געטייטשט....)
וואלווי: מיין רבי האט עס אפילו נישט ארויסגעזאגט. איך בין געגאנגען אין סקווערער חדר. (א ליגנט אום מוצש"ק?) דארט האט מען צענזורירט נישט נאר די גמרא. נאר חומש אויך. פון רש"י רעד איך שוין אפילו נישט. דערפאר איז אונזער חומש (חמשה חומשי תורה) געווען זייער דין. אזוי ווי א העפט. א מחברת. אויך ש"ס האט מען שטארק געשניטן ביי אונז. האלב מס' כתובות און גאנץ מס' יבמות. און נאך אן אנדערע מסכת וואס איך וויל אפילו נישט ארויסזאגן האט מען ביי אונז נישט געלערנט. אויסער וואו ס'האטציך גערעדט פונ'ם רעבע. און ווי ס'שטעיט. דער טאאטע... דאס האט אונזער רעבא דער גרויסער גאון אויך געלערנט. ביי אונז האט מען 2 מאל א יאר מסיים געווען ש"ס פון דף היומי...!
נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 3:14 am
דורך שמן למאור
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:העריעט טאבמען גייט זיין אויפן צוואנציגער. זי איז געבוירן פארקנעכטעט, און געווארן געשלאגן און געפייניגט דורך אירע בעלי בתים. שפעטער איז זי אנטלאפן צו פרייהייט, און ארויסגעהאלפן אסאך אנדערע צו אנטלויפן. ביי די אמעריקאנע ברודער קריג איז זי געווען א שפיאן פאר די יוניאן, און אויך א קעכער און נורס.
.
אויב לייגט מען נאר אזעלכע בילדער, דאן זארג איך מיך שוין נישט אויף די עגזיסטענס פון כלל ישראל...