בלאט 1 פון 3

"בבליפא", נייע דאבעל אלבום פון ליפא שמעלצער

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
עס קומט יעצט די פריידיגע נייעס אז אין די נאנטע וואכן קומט ארויס א נייע אלבום פון ליפא שמעלצער וואס די נאמען וועט זיין "בבליפא". מזאגט עס ארויס ווי תלמוד "בבלי", משולב מיט די נאמען "ליפא".

ס'וועט האבען צוואנציג ניגונים, וואס האבן צוטוהן מיט די אגדות חז"ל פון תלמוד בבלי

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 9:12 am
דורך שמעקעדיג
אה, אזא פרייליכע בשורה, נאך דערצו אין חודש אדר, און דורך א ניק וואס הייסט ששון ושמחה.....

עס מוז אריינגיין אין דעם אשכול
viewtopic.php?f=10&t=8919

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:46 pm
דורך היסטאריע
יישר כח פאר די געוואלדיגע נייעס. אונז קוקן ארויס מיט בענקשאפט.

מוראדיגע נאמען, בבליפא, ווען ער מאכט פארקערט, ליפא בבלי, און נעמט ארויס בב און פא, קען ער עס רופען לילי. און ער קען צולײגן א תיו להשלמה, וואלט ער געהאט א שידוך הגון.

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 3:56 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 5:08 pm
דורך היכי דמי
אין די עמי מאגאזין סוכות איז געווען באשריבן זיין נסיעה קיין איראק מיט שלמה זייענץ.
זעה מער דא: https://www.amimagazine.org/2021/09/17/ ... once-iraq/

האט ער דעמעלטס טאקע געזאגט אז ער ארבעט אויף אזא פראיעקט, און אין רעזולטאט האט ער אונטערגענומען אזא נסיעה.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 8:51 pm
דורך [NAMELESS]
קאווער

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 12:08 am
דורך בן ישי
Shloime Zionce flying to Iraq with Lipa Shmeltzer
https://youtu.be/PYNUrxKjBlY

נשלח: זונטאג פעברואר 13, 2022 11:54 am
דורך קרעטשמער
ששון ושמחה האט געשריבן:קאווער


זייער גוט!

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 7:06 am
דורך בת קול
ששון ושמחה האט געשריבן:קאווער


דערמאנט מיר פון וויקטאריע חנה.

זי זינגט אן א-ב ניגון אין א קלאס צימער און האט אפאר סצענעס ווי זי איז סיי די לערערין און סיי די תלמידות.

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 2:05 pm
דורך קידוש
ששון ושמחה האט געשריבן:קאווער

זייער א זיסע אין ארגיניעלע קאווער,
אין יעדער רעד זיך איין ליפא איז אויף זיין זייט ( מאדערנע: ליפא מאכט פיין חוזק פונעם שלאך אין חניקישע מגיד שיעור,
פרומע עולם: ליפא האט שוין אויך אנערקענט ווויאזוי א סעלעבערטי/ זינגער קען אויסזעהן אין נאכאלץ האבען שיין פרנסה....)

Re: "בבליפא", נייע דאבעל אלבום פון ליפא שמעלצער

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 2:58 pm
דורך אלבערט איינשטיין
אינטערעסאנטע ווידיא ווי ליפא פארציילט אז ער האט געוואר געווארן אז די סידי איז געווארן ארויסגעליקט אויף טעלעגראם טשענעלס. קודם האט די בלוט ארויף אין זיין קאפ פון וועמען האט עס ארויס גערינען? נאכן מחליט זיין נישט צו פארדעכטיגטן קיינעם האט ער זיך געכאפט אז אויף ספאטיפיי אין אויסטראליע איז שוין דאנערשטאג און מקען עס שוין הערן דארטן...
האט ער שנעל ערלעדיגט דעם סידי אוועיליבל פאר אלע פלעצער.
און מ׳קען עס שוין קויפן אויף ניגון מוזיק און הערן אויף יויטוב מוזיק.
אויף עפל מוזיק איז עס נאכנישט ארויסגעשטעלט

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 3:25 pm
דורך קאצקע ציקער
א קנאקעדיגע סידי

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 4:26 pm
דורך טאמבל סאס
אויך נישט אויף ספוטיפיי

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 4:40 pm
דורך טאמבל סאס
כ'האב געהערט די סעמפלס אויף מוסטלי מיוזיק; כ'האב מורא אז דאס מאל איז עס מעה. כווייס נישט צו דער וואס האט זיך לעצטנס צוגעטשעפט צונעם, דער מיט די לאנגע פאות, האט א גוטע השפעה אדער נישט. מיר זעהט ער אויס אביסל א חלקלק.
כוויל אבער נישט רעדן ווילאנג כהער נישט די גאנצע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:15 pm
דורך קהל'ס נער
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב געהערט די סעמפלס אויף מוסטלי מיוזיק; כ'האב מורא אז דאס מאל איז עס מעה. כווייס נישט צו דער וואס האט זיך לעצטנס צוגעטשעפט צונעם, דער מיט די לאנגע פאות, האט א גוטע השפעה אדער נישט. מיר זעהט ער אויס אביסל א חלקלק.
כוויל אבער נישט רעדן ווילאנג כהער נישט די גאנצע.


קים אריין מיט א נאמען, ווער איז דער לאנגבאפייעטער?

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:23 pm
דורך היכי דמי
א משונה'דיגע ארבעט אין די ביכל פון די סידי.

וואס זאגט די עולם צו די לעצטע שטיקל אויף די לעצטע פעידזש?

בוקלעט: https://www.dropbox.com/s/6k249mr6k50xv ... 1.pdf?dl=0

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:52 pm
דורך [NAMELESS]
די ביכעל איז א מייסטער ווערק. יעצט דארף מען הערן די סי די אליין

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:56 pm
דורך [NAMELESS]
כ'הער אז די סי די עלבום וועט קאסט 49 דאללער

Re: "בבליפא", נייע דאבעל אלבום פון ליפא שמעלצער

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 6:13 pm
דורך אלבערט איינשטיין
ששון ושמחה האט געשריבן:כ'הער אז די סי די עלבום וועט קאסט 49 דאללער
איך זע ביליגער אויף ניגון מוזיק
בילד

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 6:38 pm
דורך [NAMELESS]
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:אינטערעסאנטע ווידיא ווי ליפא פארציילט אז ער האט געוואר געווארן אז די סידי איז געווארן ארויסגעליקט אויף טעלעגראם טשענעלס. קודם האט די בלוט ארויף אין זיין קאפ פון וועמען האט עס ארויס גערינען? נאכן מחליט זיין נישט צו פארדעכטיגטן קיינעם האט ער זיך געכאפט אז אויף ספאטיפיי אין אויסטראליע איז שוין דאנערשטאג און מקען עס שוין הערן דארטן...
האט ער שנעל ערלעדיגט דעם סידי אוועיליבל פאר אלע פלעצער.
און מ׳קען עס שוין קויפן אויף ניגון מוזיק און הערן אויף יויטוב מוזיק.
אויף עפל מוזיק איז עס נאכנישט ארויסגעשטעלט

און איך האלט אז עס איז א מאסיווע מארקעטינג טאקטיק, אבער אפילו אויב נישט, די נקודה איז פיין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 7:34 pm
דורך קוקי מאנסטער
אויבן אויף הערט זיך עס זייער גוט. עס דערמאנט די אמאליגע ליפאַ. יעצט דארף מען עס נאך אויסהערן מיט כובד ראש.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:27 am
דורך [NAMELESS]
יעצט געענדיגט אויסהערן די נייע סידי וואס זאל איך ענק זאגן, "ליפא בגדול". א פראכט פון א סידי אין יעדע אספעקט, מוזיק: רייך און הערליך, תוכן: מלא חידושים ,גראמען: ווי נאר די 1 ענ"ד אנל"י ליפא קען. די 10 דאלער א חודש פאר ספאטיפיי האט זיך געלוינט פאר דעהם אליין

די ביכל איז א חידוש פאר זיך ס'איז ווערט דורכצולערנען

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 3:29 am
דורך טאמבל סאס
קהל'ס נער האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:כ'האב געהערט די סעמפלס אויף מוסטלי מיוזיק; כ'האב מורא אז דאס מאל איז עס מעה. כווייס נישט צו דער וואס האט זיך לעצטנס צוגעטשעפט צונעם, דער מיט די לאנגע פאות, האט א גוטע השפעה אדער נישט. מיר זעהט ער אויס אביסל א חלקלק.
כוויל אבער נישט רעדן ווילאנג כהער נישט די גאנצע.


קים אריין מיט א נאמען, ווער איז דער לאנגבאפייעטער?

איינער שלומי זייאנץ. אויף טוויטער פארופט ער זיך 'אמבאסאדאר צו די חסידישע קאמיוניטי'