מעמד פאר חסידי וויזניץ זיך צו מחזק זיין בעניני צניעות
נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 1:53 pm
ק/פ
דער ציבור איז געווען זייער ערנסט במשך די גאנצע צייט, עס האט זיך דערקענט דער קבלת עול.
עס האט זיך אנגעהויבן מיט מעריב, דורך ר' מאיר טויב הי"ו. דערנאך זענען די רבי'ס אריינגעקומען (מאנטריאלער רבי איז אנגעקומען שפעטער), אלע רבי'ס זענען געווען, אויסער וויזשניץ-לאנדאן ה' ישלח לו רפוא"ש במהרה.
דער יו"ר איז געווען הרב אברהם יצחק מערמלשטיין - מנהל ת"ת וויזשניץ בארא-פארק. ער האט אנגעהויבן מיט א בקשת רחמים פאר כ"ק מרן רבינו דוד בן סימא מירל לרפוא"ש, און א פערזענליכע בקשה פון דער רבי פון לאנדאן, אז וויבאלד ער האט זיך אריינגעלייגט אינעם ענין פון העלפן שוואכערע בחורים אין ענגלאנד און אין אמעריקע, זאל ער אין דעם זכות האבן א גאנצע רפואה.
מען האט דעמאלס געזאגט תהילים לרפואתו פונעם רבי'ן שליט"א, פארגעזאגט דורך דער עלסטער איידעם פון דער רבי זצוק"ל, הרב אברהם דוב טווערסקי שליט"א מרחמסטריבקע. מען האט געזאגט די לעצטע פינף קאפיטלען, שיר המעלות און דער יהי-רצון.
דער יו"ר האט אויפגעטראטן מיט אפאר קורצע דיבורים (ער האט באקומען א צעטעלע אינמיטן צו מקצר זיין), און אויפגערופן הרב ר' בערל טויבער שליט"א.
ר' בערל טויבער - האט זייער הארציג גערעדט און ארויסגעברענגט די מטרת האסיפה, פארוואס מען מאכט די אסיפה דווקא פאר די מענער, בשעת לכאורה וואלט מען געדארפט רעדן צו די עזרת-נשים, נאר מען וויל טאקע אז די מענער זאלן פארשטיין די נחיצות הענין. ער האט ארויסגעברענגט אז יעדע פרוי וויל געפעלן דעם מאן, און ווען זיי וועלן פארשטיין וואס דער אמת'ער רצון פון דער מאן איז, וועלן זיי זיך צושטעלן. אויך האט ער ארויסגעברענגט אז מען דארף געבן דעם טאן אין שטוב, וואס עס איז שיין און וואס נישט. דער מאן דארף דאס שפירן און דאס איבערגעבן אין די לופטן אין שטוב.
ער האט אויך ארויסגעברענגט איבער די מלבושים פון די קינדער, וואס עס איז פשוט א בושה אז מען מוז מאכן אסיפות אויף דעם און רעדן דערוועגן. צומאל גרעניצט זיך דאס פשוט מיט הלכה, צי מען מען זאגן א דבר קדוש בשעת די קינדער זענען אזוי אנגעטון. אויך האט ער ארויסגעברענגט דעם ענין פון טעראפיסטן, א מאן זאל גיין צו א פרוי אדער פארקערט, וואס דאס האט שוין גורם געווען פיל מכשולות.
צווישן אנדערע האט ער אדרעסירט די טענה פון געוויסע מענטשן, וואס האלטן אין איין פרעגן "וואס נאך וויל מען שוין אסר'ן דא"..., די רעאקציע וואס מאכט זיך ביי פיל עלטערן, בשעת די קינדער קומען אהיים מיט נייע תקנות. אז יעדער פארשטייט אז מען זעצט זיך נישט צוזאמען פלאנירן, "וואס נאך קען מען פייניגן אביסל דעם ציבור..." אויף די טישן פון די אדמורי"ם קומען אן די מעשיות, די סארט סיפורים וואס דער המון-עם האלט נישט מיט און עס גייט נישט ארויס פאר די גאס. זיי זעהען די חרבנות און זיי פארשטייען פארוואס זיי געבן ארויס די תקנות. עס איז היינט געווארן א וועלט, וואס איז נשפע געווארן פון אמעריקע, מען מוז אלעס פארשטיין, און טאמער ווייסט מען נישט אויף 100% דער פשט פון א תקנה, וויל מען עס נישט מקבל זיין. עס איז נישט געווען אזוי אלעמאל, און דער מציאות איז אז די רבי'ס, זיי זעהען דער אמת'ער מצב וואס עס פאסירט, און ווען זיי זאגן, ווייסן זיי וואס זיי זאגן.
נאך זיין דרשה, האט דער יו"ר געזאגט אז עס ווערט געפלאנט אן אסיפה פאר פרויען. עס איז נאכנישט קלאר צי מען וועט עס מאכן אלעס צוזאמען, אדער יעדע מקום וועט האבן אן אייגענעם אסיפה. דערנאך האט ער אויסגערופן הגאון ר' אפרים וואקסמאן שליט"א צו רעדן.
ר' אפרים וואקסמאן - האט אנגעהויבן אז וויזשניץ איז באקאנט פאר דער ארט וואס איז אלעמאל געשטאנען קעגן די פגעי הרחוב, און זיך נישט דערשראקן פון מה יאמרו הבריות. ער האט ארומגערעדט אביסל איבער דער רבי זכרונו-לברכה און זיין שטארקקייט, דערציילנדיג עטליכע סיפורים אין דער נושא (דער באקאנטער מעשה פון דער שטעקן, וואס די אמעריקאנער האבן געוואלט צוברעכן, ביים אנקומען קיין עליס-איילענד). ער האט ארויסגעברענגט אז ווי לאנג וויזשניץ איז געווען א קומץ קטן אויף פיליס-טערעס, האבן זיי זיך געשפירט קליין און א הייפעלע קעגן די גאס. איינמאל וויזשניץ איז געווארן אן ערנסטע נושא, מען איז שוין גרויס און באקוועם אויף די ברייטע גאס, דארף מען זיך שוין דערמאנען ווער מיר זענען און פון וואו מיר קומען.
אין זיין דרשה האט ער אויך באטאנט, אז וויזשניץ איז מחייב די אלגעמיינע גאס, און די דרויסנדיגע וועלט קוקט שטארק ארויס וואס עס פאסירט אין וויזשניץ. אויב פאלט מען אין וויזשניץ א מדריגה, גיבט דאס דער לעגיטעמאציע פאר די דרויסנדיגע גאס צו פאלן צען מדריגות, מיר טראגן אן אחריות און מיר דארפן זיך האלטן שטאלץ מיט דער פאן פון אייגנארטיגקייט, פון שטארקקייט קעגן די גאס, וואס דער רבי זכרונו-לברכה האט אין אונז אריינגעברענגט.
ער האט אויך ארויסגעברענגט, אז דער רבי זצ"ל האט געהאט א געזונטן חוש-הריח, וואס עס איז אויסגעהאלטן און וואס נישט. מיר אלע וואס געפינען זיך דא, זענען אויפגעצויגן געווארן פון זיין חוש הריח, מיר זענען דורכדעם נתחנך געווארן. מיר דארפן זיכער מאכן נישט צו פארלירן דעם חוש הריח און דאס האלטן אין אונז.
נאכן צוענדיגן זיין דרשה (נאכן באקומען א צעטעלע), האט דער יו"ר געמאלדן אז הנגיד ר' שלו' צבי בערגער הי"ו פון לאנדאן, צאלט אויס די הוצאות פון ווער עס וויל זיך קורצער מאכן דעם שייטל, לזכות רפואת כ"ק אדמו"ר שליט"א פון לאנדאן. דערנאך האט ער אויסגערופן דער רבי פון בית-שמש שליט"א.
דער רבי פון בית-שמש האט גערעדט מיט א פייער און א ברען, אנהויבנדיג אז ס'איז נישט ער וואס עס רעדט, ער איז פשוט דער שופר פון זיינע ברידער און זיין נעפיו, די רבי'ס לבית וויזשניץ. ער האט געזאגט, אז ער הויבט אפילו נישט אן מיטן "ברשות" פון די רבי'ס, ווייל ס'איז פשוט זיי וואס רעדן ארויס פון אים, און ער איז אפילו נישט קיין מאן-דאמר דא. שפעטער האט ער באטאנט, אז ער איז באמת דער שליח פון דער גאנצער ציבור, יעדער איינער וויל זען דעם טויש, יעדער איינער וויל צוריקגיין צו די שיינע צייטן פון אמאל, דער ציבור פארלאנגט עס, און אפילו ווער עס פארלאנגט עס נישט, ווען עס וועט ווערן פארראכטן, וועט ער שוין איינזען אז ער וויל דאס באמת.
אין זיין דרשה האט ער דערציילט צוויי גריסן וואס ער האט געהערט פון יונגעלייט וואס זענען צוריקגעקומען פון נסיעות פון אמעריקע. בשעת איינער האט ארויסגעברענגט ווי שיין ס'פירט זיך די חצרות הקודש לבית וויזשניץ, און ווי שטארק די יונגעלייט שטייגן, האט א צווייטער געזאגט, אז ער איז געווען ביי א חתונה, און ער האט זיך ממש געשעמט פון דער התדרדרות צווישן די נשים.
כדרכו האט דער רבי גערעדט דברי מחשבה, מתובל מיט מאמרי חז"ל און חסידי'שע ווערטער לרוב, מיט א פלאקער און א ברען און אש קודש, וואס האט אויפגעשאקלט אלע אנוועזנדע. צווישן אנדערע האט ער אויסגעשריגן מיט פאטאס, "דער רבי זכרונו-לברכה געפינט זיך יעצט דא - עס איז נישט קיין ספק ביי מיר אז דער טאטע איז דא יעצט". זיינע ווערטער האבן יעדן איינעם אויפגעשטורעמט און האבן אויפגעשאקלט אלע הערצער.
צווישן אנדערע האט ער דערציילט א מעשה פון לאנגע יארן צוריק. אן אמעריקאנער בחור וואס האט געלערנט אין ארץ-ישראל, און יענער האט אים געזאגט אז ער וויל נישט וואוינען אין אמעריקע, און ער זוכט א שידוך דווקא אין ארץ-ישראל. ווען ער האט אנגערופן א געוויסער רב, פרעגנדיג צי ער קען עוסק זיין אין דעם ענין, צו טרעפן יענעם א פאסיגער שידוך, האט זיך יענער אנטזאגט, צוליב דעם וואס די מאנסיער בחורים שטייען שטארק אויף זייערע עקרונות. ער האט ארויסגעברענגט אז עס איז געווען א דבר ידוע אין די גאס, אז וויזשניצע-מאנסיער בחורים שטייען פעסט אויף זייערע עקרונות, און אזוי דארף ווייטער גיין, מען דארף עס ווייטער דערקענען און זיך האלטן שטאלץ דערמיט.
ער האט זיך אויך באצויגן צו די טענה פון געוויסע, אז היינט קען מען נישט, אין אמעריקע קען מען נישט וכדו'. דערציילנדיג אז ער פלעגט אמאל פארלערנען א שיעור אין בית-המדרש, און יעדן טאג איז געווען כאטש איינער וואס האט געפעלט, דא שפירט זיך איינער נישט גוט, דא דארף מען בעבי-סיטן, אדער האט מען א שמחה וואס מען קען נישט גיין אן אנדערע צייט וכו'. איין מענטש איז געווען, וואס ער האט קיינמאל נישט געפעלט. האט ער געקלערט, 'יענער שפירט זיך קיינמאל נישט שלעכט? - יענער האט נישט קיין שמחות וכדו'? - נאר דער ענטפער איז, אז יענער וויל אנקומען צום שיעור, דעריבער פאלן אוועק אלע זיינע אמת'ע תירוצים וכו'...
אט אזוי דארף מען אומגיין מיט דעם ענין. ס'דארף באמת ברענען, מ'דארף עס באמת וועלן, דעמאלס קען מען אויספירן וכו'...
ער האט אויך דערמאנט א מעשה וואס ער האט געהערט פון זיין ברודער, דער רבי זז"ג פון וויליאמסבורג, וואס עס איז געווען ביי זיין טאטע'ן.
ער האט דערמאנט א ווארט וואס ער האט געהערט פון זיין ברודער פון לאנדאן, בענין רפואה שלימה, און אויפגעפאדערט דעם עולם צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה.
אינמיטן זיינע ווערטער, האט איבערגענומען דער יו"ר, און פארגעליינט די תקנות האסיפה, די דברים הצריכים חיזוק, און דאן האט דער רבי שליט"א צוריק איבערגענומען דאס ווארט.
דער אסיפה האט זיך געענדיגט זייער פאזעטיוו, און מיט א גרויס ערנסטקייט צווישן דעם ציבור.