בלאט 1 פון 1

באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי שאול

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 2:59 pm
דורך אבשלום בן מעכה
א חקירה איז פארגעקומען ביי די פאליציי אין ירושלים, איבער א פערצן יעריגע מיידל וואס איז נעלם געווארן פונדערהיים, און ווידאו קעמערעס האבן געוויזן אז זי האט זיך געפינען אין שטוב פון די גורע רביצין, און איז געזען געווארן אין די באגלייטונג פון די רביצין.

ווען זי האט באקומען אן איינלאדענונג צו א חקירה, האט זי זיך זייער דערשראקן. שפעטער אין טאג האט מען געהערט אז די רביצין איז צוזאמענגעפאלן און אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל. דער גערער רבי איז ארויסגעגאנגען אויף א תפילה באהל אדמורי בית גור אין ירושלים, פון דארט איז ער געפארן אין שפיטאל, מבקר חולה זיין די רביצין.

מאנכע טענה'ען אז עס איז א שפיל, צו געראטעוועט ווערן פון די חקירה.

איך נעם זעכצן אין א האלב דיסקלעימערס (אזוי ווי דער יעניגער וואס פארמאגט א זעקל פון דיסקלעימערס, און האלט אין איין טיילן דערפון...)

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 7:00 pm
דורך איך אויך
דו שרייבסט זייער בקיצור, און עס געהערט אינעם רש''א אשכול. די פרשה ציהט זיך שוין עטליכע חדשים.

די מיידל הייסט שיפי יוסקוביץ און די גערע שפלים האבען איר פארכאפט פון אירע עלטערן אלס שטראף ווייל דער טאטע איז אריבער צו ר' שאול.

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 8:35 pm
דורך תרמב
איך האב געהערט אז קינדער פון עלטערן וואס גייען צו ר' שאול שטייען ביים דאווענען אין די ספעציעלע פלאץ וואס איז דעזיגנירט פאר יתומים.... און זיי זינגען א ליד אויף די ווערטער כי אבי ואמי עזבוני.....

נשלח: זונטאג פעברואר 06, 2022 11:22 pm
דורך קאמארנער
תרמב האט געשריבן:איך האב געהערט אז קינדער פון עלטערן וואס גייען צו ר' שאול שטייען ביים דאווענען אין די ספעציעלע פלאץ וואס איז דעזיגנירט פאר יתומים.... און זיי זינגען א ליד אויף די ווערטער כי אבי ואמי עזבוני.....

ס'איז דאך אויפגעשטעלט געווארן אין גער א ספעציעלע ארגעניזאציע מיטן נאמען 'יאספני' פאר ''לעבעדיגע יתומים'' וואס זייער עלטערן זענען אריבער צו ר' שאול.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 10:32 am
דורך אספקלריה
חשיפת מנדי ביתאן: פרשת היעלמות הבנות בחסידות גור https://omny.fm/shows/kan-moreshet/c5aa ... bfab?t=15s

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 11:19 am
דורך [NAMELESS]
[justify]
אספקלריה האט געשריבן:חשיפת מנדי ביתאן: פרשת היעלמות הבנות בחסידות גור https://omny.fm/shows/kan-moreshet/c5aa ... bfab?t=15s

אפילו אויב נאר האלב דערפון איז אמת, קומט זיך פאר גור אז די קהילה זאל געשלאסן ווערן, און מען זאל אריינשיקן די גאנצע געמיינדע אין א דעפראגרעמינג צענטער. עס איז א שמוציגער נידערטרעכטיגער קולט לכל דבר.[/justify]

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 1:14 pm
דורך קאמארנער
פחד פחדים צו וועלכע שפל מדריגה האט זיך גער דערקייקלט

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:45 pm
דורך קהל'ס נער
די גור'ע רביצין האט אפילו נישט אפגעלייקנט די מעשה, איר ענטפער איז געוועין no coment, לויט די הלכה איז שתיקה כהודאה.
וגונב איש ומכרו, מות יומת.

Re: גער

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:47 pm
דורך ברוינשטיין
ּ

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 5:57 pm
דורך אבשלום בן מעכה
גער טענה'ט אז ס'האט גארנישט מיט זיי. די מיידלעך ווילן נישט ארויסגיין פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט ביז היינט, האבן די עלטערן געטון פעולות זיי צו ברעכן. צווישן אנדערע האבן זיי פארשפארט די מיידלעך אין א צימער און אפילו נישט געלאזט גיין אין ביה"כ, נאר אריינגעשיקט פלעשער אז זיי זאלן דארט ארויסגיין.

ווען די מיידלעך האבן דאס געזען, האבן זיי אנגערופן זייער שוועסטער, וואס איז א גערע, און זי האט זיי גענומען צו זיך, אריבער צו זיין צו די פאליס און געמאלדן אז פון היינט נעמט זי קער פון זיי.

לויט גור, זענען די מיידלעך קיינמאל נישט געווען מיט די גורע רביצין, חסידות גור האט נישט געהאט קיין קשר מיט די גאנצע זאך און זיי האבן נישט אפציעל געשטיצט און געהאלפן די מיידלעך.

ס'איז א פשוט'ע משפחה פייט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 6:39 pm
דורך קאמארנער
ס'איז קלאר אז גער העצט אונטער קינדער אקעגן זייערע עלטערן און שטיפט זיי צו אפהאקן פארבינדונג מיט זייערע עלטערן, ס'דא רעקארדינגען ווי זילבערבערג דער נעטסטע מענטש צום גערע רבי'ן העצט אונטער א בחור'ל

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 7:05 pm
דורך עסקן בדברים
לאה סנדיק בעט זיך צוריק צו באקריגן אירע טעכטער
https://twitter.com/mendy_gruzman/statu ... 9512818691

Re: באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 7:10 pm
דורך ברוינשטיין
קאמארנער האט געשריבן:ס'איז קלאר אז גער העצט אונטער קינדער אקעגן זייערע עלטערן און שטיפט זיי צו אפהאקן פארבינדונג מיט זייערע עלטערן, ס'דא רעקארדינגען ווי זילבערבערג דער נעטסטע מענטש צום גערע רבי'ן העצט אונטער א בחור'ל
ביטע ארויפשטעלן די רעקארדירונג, שכוח.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 7:11 pm
דורך אבשלום בן מעכה

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 8:47 pm
דורך צקון לחש
איך אויך האט געשריבן:דו שרייבסט זייער בקיצור, און עס געהערט אינעם רש''א אשכול. די פרשה ציהט זיך שוין עטליכע חדשים.

די מיידל הייסט שיפי יוסקוביץ און די גערע שפלים האבען איר פארכאפט פון אירע עלטערן אלס שטראף ווייל דער טאטע איז אריבער צו ר' שאול.

שיפי יוסקוביץ איז א באזונדערע געשיכטע, דאס וואס טוט זיך יעצט איז מיט די צוויי סנדיק מיידלעך, ווי אנדערע האבן שוין געשריבן.

Re: באשולדיגונג אז גער האט געקידנעפט 2 קינדער פון חסידי רבי

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 7:44 pm
דורך אונטער חכם
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:גער טענה'ט אז ס'האט גארנישט מיט זיי. די מיידלעך ווילן נישט ארויסגיין פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט ביז היינט, האבן די עלטערן געטון פעולות זיי צו ברעכן. צווישן אנדערע האבן זיי פארשפארט די מיידלעך אין א צימער און אפילו נישט געלאזט גיין אין ביה"כ, נאר אריינגעשיקט פלעשער אז זיי זאלן דארט ארויסגיין.

ווען די מיידלעך האבן דאס געזען, האבן זיי אנגערופן זייער שוועסטער, וואס איז א גערע, און זי האט זיי גענומען צו זיך, אריבער צו זיין צו די פאליס און געמאלדן אז פון היינט נעמט זי קער פון זיי.

לויט גור, זענען די מיידלעך קיינמאל נישט געווען מיט די גורע רביצין, חסידות גור האט נישט געהאט קיין קשר מיט די גאנצע זאך און זיי האבן נישט אפציעל געשטיצט און געהאלפן די מיידלעך.

ס'איז א פשוט'ע משפחה פייט.
אינטערעסאנט אז עס איז שוין די צווייטע מאל וואס עלטערן שפארן איין די קינדער אין א צימער ווייל זיי ווילן נישט מיטגיין, זעהט אויס אלע שאוליסטן זענען געווארן טשיילד אביוזערס פלוצלינג...
אדער קען זיין אז דאס איז נארמאל אין גור, נאר יעצט קומט עס ארויס אין גאס...

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 4:26 pm
דורך [NAMELESS]
דעם שבת האב איך געכאפט א שמועס מיט א גור׳ע אינגערמאן און ער האט מיר באשטעטיגט אז די קינדער פון די שאוליסטן זיצן אין שול ביים אפטיילונג פון די יתומים און אז די צוויי שוועסטערס זענען פארכאפט געווארן דורך גור, און גור ארבעט צו פארשפרייטן א מעשה כאילו די עלטערן זענען אביוזערס.

אין גור אליינס זענען דא פילע וואס ברויזן אויף די נידריגע צוגאנג וואס די עליטע אין גור האבן גענומען, און אסאך בייזערן זיך אויף די עסקנים וואס האבן אריינגעמישט די רעבעצן דערין.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:24 pm
דורך פערינא
וואסארא שאול קינדער זיצען מיט יתומים. קינדער אדער אינגעלייט? א קינד וואס איז נישט מיט זיין טאטע קומט טאקע מיט די יתומים. אבער וויאזוי מאכט זיך אז קינדער גייען נישט ווי די טאטע גייט?