בלאט 1 פון 3

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:22 am
דורך תרמב
מ'האט זיך אפגעזעגנט פון קאראנא, אבער זעהט אויס קאראנא האט זיך נישט אפגעזעגענט פון אונז ל"ע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:31 am
דורך קאך_לעפל
שמעתי מאחורי הפרגוד כי בזאת אתם נלכדים...
מער זענען מיר נישט ערלויבט צו זאגן...

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:32 am
דורך קורקלענד
קאוויד וואקסינען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:11 am
דורך כלבאשבוע
סהאט באמת נישט קיין זין אריינצודרייען די וואקסין דעבאטע אבער אז די ווילסט דוקא יא זענען רובא דרובא נישט וואקסינירט, למשל דער גראזינגער חתן וואס איז אוועק נעכטן איז נישט געווען וואקסינירט

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:52 am
דורך [NAMELESS]
הייסט אז דער אינגערמאן איז געגאנגען אין וועירהאוז מיט קאוויד, און וועגן דעם איז עפעס אראפגעפאלן אויף זיין קאפ?

הרב לייפער פון לאנדאן איז געגאנגען אויפן גאס, און די מאפיא האט אים געהארגעט וועגן קאוויד?

כ׳בעט דיר…

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:52 am
דורך [NAMELESS]
כלבאשבוע האט געשריבן:סהאט באמת נישט קיין זין אריינצודרייען די וואקסין דעבאטע אבער אז די ווילסט דוקא יא זענען רובא דרובא נישט וואקסינירט, למשל דער גראזינגער חתן וואס איז אוועק נעכטן איז נישט געווען וואקסינירט

ס׳האט ווייניגער זין אריינצודרייען קאוויד דא (איך בין פולקאם וואקסינירט אגב).

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 10:58 am
דורך קורקלענד
ס'קען זיין אז ס'האט מיט קאוויד און ס'קען זיין אז ס'האט מיט די וואקסינאציע, און ס'קען זיין אז ס'האט מיט רעדן ביים דאווענען, אדער וועגן לשון הרע, מחלוקת ,סתם אז דער מלאך המות האט לויזע הענט, אא''וו. איינער האט געפענט א אשכול דאס צו דיסקוסירן. האב איך מציע געווען איין אפציע אריין צוקוקן אין. קומסטו און זאגסט אז ס'האט נישט קיין זין מ'זאל אריינקוקן אין דער אפציע. אקעי. אבער אפגעפרעגט האסטו עס נישט. ווייל די איינציגסטע וועג וויאזוי באמת אויסצושליסן א אפציע איז נאר דורך אריינקוקן דערין זעהן די אקטועלע נומערן און דערנאך קען מען וויסן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 11:02 am
דורך קורקלענד
כלבאשבוע האט געשריבן:סהאט באמת נישט קיין זין אריינצודרייען די וואקסין דעבאטע אבער אז די ווילסט דוקא יא זענען רובא דרובא נישט וואקסינירט, למשל דער גראזינגער חתן וואס איז אוועק נעכטן איז נישט געווען וואקסינירט

איין איינצעלע פאל איז נישט קיין רובא דרובא. מ'דארף באמת אריינקוקן אין די נומערן און קוקן אויף די גאנצע כלל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 11:13 am
דורך יָדוֹרָש
IMG-20220209-WA0029.jpg

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 11:14 am
דורך היכי דמי
צוויי וואכן צוריק איז ליידער אוועק א געזונטע 11 יעריגע אינגל אין מאנסי. זיך אנגעהויבן מיט קאוויד און באקומען אן אינפעעקציע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 11:20 am
דורך יָדוֹרָש
https://twitter.com/WMSBG?t=4oYmoH8y33q4ZfxuebCBTw&s=09

ציילט אפ וויפול פטירות פון מענטשן אונטער די 80 דער באריכטעט איבער די לעצטע צוויי דריי וואכן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 11:26 am
דורך היסטאריע
כלבאשבוע האט געשריבן:סהאט באמת נישט קיין זין אריינצודרייען די וואקסין דעבאטע אבער אז די ווילסט דוקא יא זענען רובא דרובא נישט וואקסינירט, למשל דער גראזינגער חתן וואס איז אוועק נעכטן איז נישט געווען וואקסינירט


דער חתן איז אוועק פין קאוויד?

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 11:31 am
דורך EMES VAYATZIV
כלבאשבוע האט געשריבן:סהאט באמת נישט קיין זין אריינצודרייען די וואקסין דעבאטע אבער אז די ווילסט דוקא יא זענען רובא דרובא נישט וואקסינירט, למשל דער גראזינגער חתן וואס איז אוועק נעכטן איז נישט געווען וואקסינירט


אן אייניקל פון הרה"ח ר' אברהם אלעזר הלוי פעפערקארן ע"ה זקן חסידי בעלזא מאנסי, האט מיר געזאגט אז זיין זיידער האט באקומען די קאוויד און אוועק דערפון ל"ע, טאקע אן אלטער איד געוועזן, אבער נאך אלץ נישט חייב מיתה..

ווידער ר' ברוך יודא לעבאוויטש ע"ה איז אויך אוועק פון קאוויד ל"ע.

דאס אלעס אין די לעצטע שטיק צייט.

ב"ה אין בעסערע נייעס ווייסט מען איבערצוגעבן אז עטליכע היימישע יונגע קינדער אין מאנסי, וואס ערהוילן זיך ב"ה פון קאוויד און נאכווייען, נאכן זיין אין א קריטישע צושטאנד.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 11:55 am
דורך יואליש
והחי יתן אל לבו. און לאמיר אויסשמועסן די פרעימווארק פאר אן אינטעליגענטע שמועס. די רעדע דא איז excess deaths אדער excess mortality, דאס הייסט א דראמאטישע אויפשטייג אין טויט פעלער ווען מ'איז מדמה צוויי פעריאדן. די מהלך איז שוין היינט ברייט באקאנט איבער די וועלט אלס אן אומדירעקטע מיטל צו שאצן די קאוויד טויט ראטע. "דער וועקער" האט אהערגעשטעלט אן אויסנאמליכע מייסטערפולע ווערק און פרובירן צו ניצן דאס זעלבע מיטל פאר די היימישע קאוויד טויט ראטע.

יעצט, זעהט זיך אויס, אז העניך באמערקט ווידער אן אויפשטייג און הלווית המת מודעות און ווינדערט זיך וואס איז די מעגליכע סיבה דערצו?

איז אזוי:

1) מ'ברויך קודם מחלק זיין בין דם לדם, ארויסקלויבן די טראגעדיעס פון די טויט צאל. טראגעדיעס נעמט אריין זעלבסטמארדן, עקסידענטעל נארקאטיקס אווערדאזעס, און פיזישע עקסידענטן -- פון א קאר עקסידענט ביז א מירון קראש. זעלבסמארדן און אווערדאזעס זענען tricky ווייל ביז בלויז לעצטענס האט מען זיי גאר סוקסעספולי אריינגעשארט און די "נישט אויפוועקט" קראנקהייט און ס'לאזט זיך קלערן אז א געוויסע פראצענט ווערט נאכאלס פארוויקעלט אין די טעפיך תכריכים. און די חילוק איז זייער וויכטיג צו טרעקן סיי ווען די פאקוס איז אויף פיזישע דיזיז און סיי ווען די פאקוס איז אויף פארנאכלעסיקייטן וועלכע ברענגן עקסידענטן און סיי ווען די פאקוס איז אויף סאציאלע דיזיז וואס זענען גורם טויט, במישרין ובעקיפין. אבער איטיליכער איז א שמועס פאר זיך. פאר אונזער שמועס ברויכן זיי ארויסקומען פון די דאטא סעט.

2) פון א געאגראפיקס שטאנדפונקט ברויך מען אבאכט געבן אויב 'דער איד' איז קאנסיסטענט מיט זייער פאליסי איבער וועלכע געגענטער צו דעקן אין זייער obituaries.

3) פון א דעמאגראפיקס שטאנדפונקט ברויך מען צולייגן קאפ וויפיל די עלטערע פאפולאציע וואוקס איז פון יאר צו יאר. מיר היימישע שפירן א האלאקאוסט אפעקט דא. א גאנצע דור, היצט בערך צווישן די עלטער פון 76 און 96, פעלט אונז. אבער וואס א יאר שפעטער ריקן זיך די פאסט-האלאקואסט דור אריין אין די טיפע עלטער ווי מענטשן שטארבן אויס. דאס מיינט מיר ערווארטן ממילא צו זעהן עטוואס אן העכערונג אין עלטערע טויט ראטע פשוט ווייל די מענטשן אין די עלטער ערשיינען צום ערשטן מאל נאך אן אפשנישט פון צוואנציג יאר פון האבן גאר ווינציג מענטשן אין די קאטאגאריע עלטער.

4) ווינטער,זאגן די עקספערטן, איז א זמן מוכן לפורענות. לכאורה צוליב די אויפשטייג אין סעזאנעל אינפעקציעס. דעריבער ווען מען איז מדמה טויט ראטעס, ברויך מען מדמה זיין ווינטער צו פריערדיגע ווינטערס און זימער צו פריערדיגע זימערס.

5) דא עקא פאר דאטא קאמפעריסאנס: לעצטע ווינטער (20/21) איז געווען ווייניגער אינפעקציע, און די פלו איז זאגאר עלימיענירט געווארן פון דעם סעזאן אין אן אומדירעקטע תוצאה פון די קאוויד זיכערהייט מאסנאמן. ווען א מענטש איז איינגעשפארט אינדערהיים, ארבייט אינדערהיים, גייט ארויס פארמאקסירט און אפגעריקט פון וויירוס-אטעמערס און פארברענגט נישט מיט אנדערע אין א פארמאכטע וואנטילאציע סיסטעם, און זיכער נישט בציבור, פארמינערט עס די שדים טאנץ פון אלע קאנטעזשאס דיזיז וכל מרעין בישין, נישט בלויז פון קאוויד-19. היי יאר, ווידעראום, יארע 21/22 איז געווען גאר א שווערע פלו סעזאן. מדמה זיין היי יאר ווינטער צום לעצטן יעריגען ווינטער איז ווארשיינליך פעלערהאפטיג.

6) אלזא, א שטודיע וואס איז מדמה היי יאר'ס ווינטער חדשים צו די ווינטער חדשים פון 18/19 איז לכאורה דאס נענטסטע צו אן אמת'ע צושטעל, מיט אביסעל עדזשאסמענט פאר די דעמאגרעפיקס וואוקס בכלל און די עלטערע יארגענג בפרט. ווי אויך וואלט געווען געראטן צו קענען מדמה זיין די פלו סעזאנען פון די צווי יארן.

אן קיין דאטא, אויב א פשוט'ע און שנעלע "עקסעס טויט" ראטע ציילונג צייגט א גאר הויעך ציפער היי יאר, קען מען שפעקולירן אז דאס איז צוליב די פלו סעזאן אדער די אמיקראן כוואליע, און מערסטענס לייגט זיך אויפן שכל אז ס'איז ביידע. אבער צו זאגן עפעס מיט קאנפידענץ, ברויך מען דאטא "נארמאלאזירט" פאר קאמפעריסאן.

וואס מיר קענען יא זאגן מיט א זיכערקייט איז אז דאטא איז א פובליק סעיפטי געצייג און דעם ציבור'ס און יחיד'ס רעכט צו קענען וויסן. ווי מער אקוראטע דאטא אלס אפטער און פריער קענען מיר אויפכאפן טרענדס וואס דערוועקט צו א סכנה במחנינו און רופט צו פארבעסערונג אין געזונטהייט habits, ע"ד שלא תמות כדרך שמת פלוני.

ס'איז אן עוון פלילי און מעוות שלא יוכל לתקן און גזל מן הציבור ווען מ'טוט נישט סיסטעמאטיש טרעקן דאטא. און זיכער אזוי ווען מ'שטרויכעלט דאס קאלעקשאן פון דאטא, און ווער רעדט נאך ווען מ'טוט פרעכערהייט פאלסיפיצירן דאטא כדי צו צומישן די שטן. ס'איז א כיטרע שפיצל ביז ס'קאסט נפשות בישראל. דאן איז די וויץ on us. ושוטים שקלקלו עתיד ליתן את הדין.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 12:37 pm
דורך תרמב
ר' יואליש זייער קלאר ארויסגעברענגט, אפשר זאלסטו שרייבן א פאלאו אפ ארטיקל פאר די נעקסטע וועקער.
איך האב א שמעק אז קאך לעפל האט געמיינט עפעס אנדערש פון קאוויד וואקסינס

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 1:05 pm
דורך קאך_לעפל
תרמב האט געשריבן:ר' יואליש זייער קלאר ארויסגעברענגט, אפשר זאלסטו שרייבן א פאלאו אפ ארטיקל פאר די נעקסטע וועקער.
איך האב א שמעק אז קאך לעפל האט געמיינט עפעס אנדערש פון קאוויד וואקסינס


מיין נאמען קומט נישט דא אריין.

תודה.

Re: וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 1:31 pm
דורך מאנטריאל
יהורם האט געשריבן:הייסט אז דער אינגערמאן איז געגאנגען אין וועירהאוז מיט קאוויד, און וועגן דעם איז עפעס אראפגעפאלן אויף זיין קאפ?

הרב לייפער פון לאנדאן איז געגאנגען אויפן גאס, און די מאפיא האט אים געהארגעט וועגן קאוויד?

כ׳בעט דיר…
קום אריין קלאר מיט די מעשה מיט הרב לייפער וואס האט עס מיט די מאפיא

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 2:42 pm
דורך מונטסורי
העניך האט געשריבן:קאוויד מאכט נאך ליידער חורבנות, אבער וואקסינען העלפן ב"ה.

פון אקטאבער ביז נאוועמבער זענען יעדע וואך געשטארבן פון קאוויד:
78 פון יעדע מיליאן אומוואקסינירטע;
6 פון יעדע מיליאן וואקסינירטע;
1 פון יעדע מיליאן מיט בוסטערס.

פון וואו זענען דו נומערן? כ׳וואלט עס זייער געוואלט נוצן אין א וויכוח כ׳ערווארט שפעטער היינט ביי א וואכנאכט 8-)

Re: וואס הרג'עט אונזער ציבור אין די לעצטע פאר חדשים?

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 6:25 pm
דורך צפור בודד
העניך האט געשריבן:אבער מיר אידן האבן זיך שוין געזעגנט פון קאראנא אנדערהאלבן יאר צוריק. איז וואס גייט פאר אין די לעצטע פאר חדשים?!


"געזעגנט"? אונז האבן קיינמאל נישט געגעבן שלום!

Sent from my SM-G981B using Tapatalk

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 6:27 pm
דורך שמן למאור
כ'האב געזען ערגעץ (אויף צום פינטל סטאטוס) א צעטיל וואס זאגט בשם די טשאפלס אז לעצטנס שטארבן סאך מער מענטשן אינדערהיים ווי געווענטליך,

דארט שטייט אז עס קומט פון בלאט קלאטס וואס איז א תוצאה פונעם וואקסין, און די צעטיל זאגט אז מען זאל זיין געווארנט צו טשעקן די בלוט פרעשור וכד' איך געדענק שוין נישט פינקטלעך די פרטים.

עכ''פ ס'קען זיין סתם א אנטי-וואקסין פראפאגאנדע צעטיל וואס איז סתם פעיק ניוז, איך נעם נישט קיין ברעקל אחריות אויף די קראנטקייט, (אדער ווי יענער זאגט, 'איך נעם זעכצן אהאלב דיסקלעימערס),

אבער אז מען רעדט דא פון פארמערטע טויטע, ברענג איך עס ארויף.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:20 pm
דורך קורקלענד
העניך האט געשריבן:
מונטסורי האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:קאוויד מאכט נאך ליידער חורבנות, אבער וואקסינען העלפן ב"ה.

פון אקטאבער ביז נאוועמבער זענען יעדע וואך געשטארבן פון קאוויד:
78 פון יעדע מיליאן אומוואקסינירטע;
6 פון יעדע מיליאן וואקסינירטע;
1 פון יעדע מיליאן מיט בוסטערס.

פון וואו זענען דו נומערן? כ׳וואלט עס זייער געוואלט נוצן אין א וויכוח כ׳ערווארט שפעטער היינט ביי א וואכנאכט 8-)

https://twitter.com/Yascha_Mounk/status ... 9969758214

פון וואנעט נעמט יענער די דאזיגע ציפערן?

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 8:41 pm
דורך יואליש
עצי שטים האט געשריבן:כ'האב געזען ערגעץ (אויף צום פינטל סטאטוס) א צעטיל וואס זאגט בשם די טשאפלס אז לעצטנס שטארבן סאך מער מענטשן אינדערהיים ווי געווענטליך,

דארט שטייט אז עס קומט פון בלאט קלאטס וואס איז א תוצאה פונעם וואקסין, און די צעטיל זאגט אז מען זאל זיין געווארנט צו טשעקן די בלוט פרעשור וכד' איך געדענק שוין נישט פינקטלעך די פרטים

עכ''פ ס'קען זיין סתם א אנטי-וואקסין פראפאגאנדע צעטיל
וואס איז סתם פעיק נויז, איך נעם נישט קיין ברעקל אחריות אויף די קראנטקייט, (אדער ווי יענער זאגט, 'איך נעם זעכצן אהאלב דיסקלעימערס)
אבער אז מען רעדט דא פון פארמערטע טויטע, ברענג איך עס ארויף


לאמיר צוזאמן ניצן די שכל:

1) מיר זינגן שוין באלד צוויי יאר אז "ביי אונז האט שוין יעדער געהאט קאוויד."
2) אונזערע געגענטער צייגן פון די נידריגסטע ציפערן ווען ס'קומט צו קאוויד וואקסינאציע. אפי' דאס וואס איז יא באריכטעט איז מוטל בספק וויפיל דערפון איז בלויז חנווני על פנקסו, להלכה ולא למעשה.
3) קאוויד פאציענטען, אפי' מיט מילדע קעיסעס, האבן א הויכע ריזיקע פון blood clots פיל שפעטער. זייער d-dimer protein איז אפט הויעך, וואס מיינט זיי שטייען אויס א סכנה פון בלוט קלאטן. און שטודיעס טאקע צייגן אז זיי שטייען אויס די סכנה "הונדערט מאל מער" פון א נישט קאוויד פאציענט.
4) געוויסע וואקסינען (כ'מיין זשאנסאן און זשאנסאן, און אויך אסטראסאניקע וואס איז נישט בנמצא דאהי) האבן פאראיאר אפריל (ווען די עף די עי האט עס אפגעשטעלט פאר א קורצע צייט) געצייגט א בלוט קלאט ריזיקע פון פיר מאל מער פון א געווענליכע מענטש.

יעצט לאמיר שטעלן א חקירה. אויב איז אמת אז ס'איז דא א מגיפה פון בלוט קלאטס אין א געגענט מיט א ציבור מיט א ריזן פראצענט קאוויד פאציענטן און א קליינע פראצענט וואקסינאציע פעלער, בשעת מיר ווייסן אז קאוויד פאציענטן האבן א X100 ריזיקע פון בלאט קלאטינג, אויף וועם פאלט ס'ערשטע די חשד, קאוויד אדער וואקסינען?

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 9:00 pm
דורך פיניע
אויב מעגליך צי ברענגען א לינק צו די בלוט קלאט דאטא, מען וועט עס קענען נוצן אלץ א שטארקע געצייג קעגן די וואקסין קווענקלערס.