בלאט 1 פון 2

Psychedelic Assisted Psychotherapy

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 2:01 pm
דורך ישר בעיניו
לעצטענס געהערט א פאדקעסט פון Coach Menachem איבער Psychedelic-Assisted Psychotherapy, איך וואלט געוואלט הערן מיינונגן איבער דעם און צו איינער האט עס שוין בייגעוואוינט דא אין ק"ש אין קורצן וואס דאס איז וויאזוי איך פארשטיי עס:
מען נעמט איין עפעס א זאך וואס הייסט catemine און דאס מאכט אז די ego זאל פשוט נעלם ווערן, מען פילט זיך איינס מיט די בריאה, מען פילט זיך העכער אן קיין נגיעות מען זעט אלעס מיט א אנדערע בליק אסאך מאל איז עס ממש life changing, און דעמאלטס דארף זיך די טעראפיסט זיך נישט ספראווען מיט די defenses וואס א מענטש שטעלט נארמאל קעגן צוצוקומען צו די טראומא און צו די subconscious, ס'היילט אויס טראומא depression און נאך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 9:20 pm
דורך קאצקע ציקער
Breath work therepy
קען מען טון די זעלבע זאך
אבער איך ווייס נישט אויב סקען היילן סאיז סך הכול ווי מען ריפט עס היינטיגע צייטן א "טריפ"

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 11:00 am
דורך מאנטריאל
איך האב אויסגעהערט די coach menachem , גראדע א יעדע וואך האלט איך דאס מיט עס איז. געווען זייער אינטערעסאנט.

האב איך געפרעגט מיינס א חבר וואס האט שוין געטוהן די פראסעס און ער האט מיר געגעבן אסאך אינסייט. עס איז א טריפ אבער עס איז אן עבודה קשה, עס איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס, עס איז אן אריכות.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 11:00 am
דורך מאנטריאל

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 11:02 am
דורך יאסל ראקאווער
המספיק אין בארא פארק גייט דאס אפערן דורך מאטי שאלאמאן'ס סיפוק

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 5:03 pm
דורך שמעקעדיג
מאנטריאל האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט די coach menachem , גראדע א יעדע וואך האלט איך דאס מיט עס איז. געווען זייער אינטערעסאנט.

האב איך געפרעגט מיינס א חבר וואס האט שוין געטוהן די פראסעס און ער האט מיר געגעבן אסאך אינסייט. עס איז א טריפ אבער עס איז אן עבודה קשה, עס איז נישט אזוי פשוט ווי עס קוקט אויס, עס איז אן אריכות.

געהערט דאס זעלבע פון מיין חבר וואס איז דאס אדורך.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 5:04 pm
דורך שמעקעדיג
יאסל ראקאווער האט געשריבן:המספיק אין בארא פארק גייט דאס אפערן דורך מאטי שאלאמאן'ס סיפוק

כפי ידיעתי מעג נישט א לייסענסד טעראפיסט דאס אפערן.

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 5:26 pm
דורך יאסל ראקאווער
קודם איז psilocybin לעגאל און האלב אמעריקע. אין ניו יארק נוצט מען דערווייל Kethamin און Eskethamin וואס איז psychedelic סובסטאנץ.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 9:24 pm
דורך מונטסורי
א וויילע צוריק האב איך געליינט - אויף די רעקאמענדאציע פון א חבר - א גאר גוטע בוך אויף די נושא, How to Change Your Mind by Michael Pollan. די בוך גיבט א גאר גוטע איבערזיכט אויף די גאנצע נושא פון פסיכאדעליקס, אריינגערעכנט איר באנוץ פאר פסיכאטערעפיע. כ׳וואלט ממליץ געווען די בוך פאר יעדן וואס איז אינטערעסירט אין די נושא, הגם עס געשריבען געווארן פיר יאר צוריק ווען די פירות פונם עץ הדעת זענען נאך געווען אממערסטענס אומלעגאל.

טראץ מיין געוואלדיגע תשוקה אריינצוגיין אינם פרדס האב איך נאך ליידער נישט זוכה געווען דערצו, אבער עכ״פ ווי ווייט איך פארשטיי בלויז פון ליינען דערוועגען, איז די בענעפיט פון א געהויבענע טריפ פאר רוב עמך פשוט בינם לבין קונם אנע דעם וואס א טערעפיסט זאל זיך אריינמישען, איינער טרעפט זיך מיטן באשעפער, א צווייטער ווערט פריש געבוירן, וכו׳. ס׳איז א אינדיווידואלע רייזע, ס׳איז א שאד אז יענער זאל דיך ארומפירן אויב ס׳נישט לצורך. די פרעקטישענער זאל זיך נאר אריינמישען מיט פארזיכערונגס ווערטער אויב די טריפ גייט דאון סאוט. אויב מ׳ברויך זיך היילן איז אוודאי אנדערש.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 10:44 pm
דורך chosen people
יאסל ראקאווער האט געשריבן:קודם איז psilocybin לעגאל און האלב אמעריקע. אין ניו יארק נוצט מען דערווייל Kethamin און Eskethamin וואס איז psychedelic סובסטאנץ.

הלוואי, ביז דערוייל שוועמלעך איז לעגאל אין ווייניגער פון 5 סטעיטס, אין אפילו אין די סטעיטס איז דא וואס אעז נישט לעגאל אין די גאנצע נאר אין געוויסע קאונטיס.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 10:52 pm
דורך chosen people
קאצקע ציקער האט געשריבן:Breath work therepy
קען מען טון די זעלבע זאך
אבער איך ווייס נישט אויב סקען היילן סאיז סך הכול ווי מען ריפט עס היינטיגע צייטן א "טריפ"


מען קען אנקומען, אבער דאס צוטוהן אנצוקומען צו אזא פלאץ איז גאנץ אן עבודה קשה, וואס איך גלייב רוב מענטשן וועלן נישט אנקומען. אבער עס איז זיכער א גיטע זאך אנצופאנגען ספעציעל ווען איינער האט מורא אדער ער מעג נישט נעמען סייקעדעליקס. אדער סתם אזוי א גרינע מיטוואך טיפע אטעמען מיט כוונה איז נישט קיין שלעכטע זאך עס קען אסאך העלפן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 9:54 pm
דורך chosen people
פון נאך/אן אנדערע קוק ווינקל

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5SEmUCH16p4[/youtube]

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 10:22 pm
דורך קאצקע ציקער
chosen people האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:Breath work therepy
קען מען טון די זעלבע זאך
אבער איך ווייס נישט אויב סקען היילן סאיז סך הכול ווי מען ריפט עס היינטיגע צייטן א "טריפ"


מען קען אנקומען, אבער דאס צוטוהן אנצוקומען צו אזא פלאץ איז גאנץ אן עבודה קשה, וואס איך גלייב רוב מענטשן וועלן נישט אנקומען. אבער עס איז זיכער א גיטע זאך אנצופאנגען ספעציעל ווען איינער האט מורא אדער ער מעג נישט נעמען סייקעדעליקס. אדער סתם אזוי א גרינע מיטוואך טיפע אטעמען מיט כוונה איז נישט קיין שלעכטע זאך עס קען אסאך העלפן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 10:50 pm
דורך moneyminded
קאצקע ציקער האט געשריבן:Breath work therepy
קען מען טון די זעלבע זאך
אבער איך ווייס נישט אויב סקען היילן, ס'איז סך הכל ווי מען רופט עס היינטיגע צייטן א "טריפ"

פארוואס איז breath work א טריפ?

סאיז דא א היימישע איד א טערעפיסט מענדל קליין , לעצטענס איז ער אויף קול מבשר אויך, רעדט ער וועגן breath therapy וואס ער טוט,

ס'איז בעסיקלי א מהלך פון זיך בארוהיגען ביפארן טון א נארישקייט איידיע.

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 10:56 pm
דורך moneyminded
chosen people האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:קודם איז psilocybin לעגאל און האלב אמעריקע. אין ניו יארק נוצט מען דערווייל Kethamin און Eskethamin וואס איז psychedelic סובסטאנץ.

הלוואי, ביז דערוייל שוועמלעך איז לעגאל אין ווייניגער פון 5 סטעיטס, אין אפילו אין די סטעיטס איז דא וואס אעז נישט לעגאל אין די גאנצע נאר אין געוויסע קאונטיס.

האב איך געזען חברה וואס נעמען די שוועמלעך אבער דערנאך רייכערן weed אויך... בקיצור זעט אויס אז שוועמלעך איז נישט גענוג פאר גענוג א גוטע טריפ, יענע האבן געזאגט אז ביידע צוזאמען איז א גאר א גוטע טריפ.... כאב זיי איבעגעלאזט בעפאר עס האט אריין געקיקט... צו זען וויאזוי עס זעט אויס די טריפ.

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:01 pm
דורך קאצקע ציקער
moneyminded האט געשריבן:פארוואס איז breath work א טריפ?

ס'איז דא א היימישע איד א טעראפיסט מענדל קליין, לעצטנס איז ער אויף קול מבשר אויך, רעדט ער וועגן breath therapy וואס ער טוט,

ס'איז בעסיקלי א מהלך פון זיך בארוהיגן בעפאר'ן טון א נארישקייט איידיע.

טוה עס דורך וועסטו זעהן. איך מיין אז מענדל קליין אליינס כאפט נישט עכט די איידיע וואס ער טוט, כאילו ס'איז א בארוהיגונגס פיל. ניין, ס'איז א טריפ! ס'איז פשוט א טיפערע לעוועל ווי היפנאסיס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 12:42 am
דורך moneyminded
ס'איז א טריפ פאר אייביג? אן קיין געווירצען?

זאגסט אז ס'איז שטערקער ווי היפנעטייזען?
איך בין גראדע געווען ביי איינעם וואס טוט דאס, למעשה האב איך נישט פארשטאנען וואס יענער וויל און איבערגעלאזט נאך אפאר מאל גיין, איך האב באמת נישט געזען די איידיע שבו וויאזוי עס קען העלפן באמת,

וואס יא, אז מען דארף שווער ארבייטען אויף זיך אז עס זאל אויפטון, סא זע איך נישט פארוואס דו רופסט עס א טריפ, ס'איז געווען צו טיף פאר מיר צו פארשטיין, האב איך עס געלאזט לויפן, אבער טאמער איינער האלט דערביי, איז עס לכאורה א פיינע זאך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 3:15 am
דורך שמעקעדיג
Could the Biggest Game Changer in Mental Health Be a Plant?

https://www.psychologytoday.com/us/blog ... h-be-plant

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 11:27 am
דורך [NAMELESS]
moneyminded האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:Breath work therepy
קען מען טון די זעלבע זאך
אבער איך ווייס נישט אויב סקען היילן, ס'איז סך הכל ווי מען רופט עס היינטיגע צייטן א "טריפ"
פארוואס איז breath work א טריפ?

סאיז דא א היימישע איד א טערעפיסט מענדל קליין , לעצטענס איז ער אויף קול מבשר אויך, רעדט ער וועגן breath therapy וואס ער טוט,

ס'איז בעסיקלי א מהלך פון זיך בארוהיגען ביפארן טון א נארישקייט איידיע.
ס׳איז דא א גאר בארימטע היימישע רעדנער ר׳ יום טוב גלעזער וואס האט א קורס ״the possible you” איך בין קיינמאל נישט דארט געוועהן אבער לויט ווי איך האב געהערט פון חברים וואס זענען דארט געוועהן איז איינע פון זיינע מעטאדס אטעמען טערעפי

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 1:01 pm
דורך וואלווי
עמקות המחשבה האט געשריבן:
moneyminded האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:Breath work therepy
קען מען טון די זעלבע זאך
אבער איך ווייס נישט אויב סקען היילן, ס'איז סך הכל ווי מען רופט עס היינטיגע צייטן א "טריפ"
פארוואס איז breath work א טריפ?

סאיז דא א היימישע איד א טערעפיסט מענדל קליין, לעצטענס איז ער אויף קול מבשר אויך, רעדט ער וועגן breath therapy וואס ער טוט,

ס'איז בעסיקלי א מהלך פון זיך בארוהיגן בעפאר'ן טון א נארישקייט איידיע.
ס'איז דא א גאר בארימטע היימישע רעדנער ר׳'יום טוב גלעזער וואס האט א קורס "the possible you”. איך בין קיינמאל נישט דארט געוועהן אבער לויט ווי איך האב געהערט פון חברים וואס זענען דארט געוועהן איז איינע פון זיינע מעטאדס אטעמען טערעפי
אטעמען טעראפי איז נישט זיין חידוש...

אטעמען טעראפי, מער ווייניגער איז זייער סימפל. קענסט גיין אויף יו טוב פאר דעם, מ'קען עס טוהן אפאר מענטשען צוזאמען, די מער און טיפער מ'טוט עס איז אלס בעסער.

וואס ער אפפערד, איז א סעמינאר געדאנק אויסגעשפרייט אויף א פאר טאג צו וואס, פון געשמאקער פארברענג און עקסערסייזעס, עקספערימענטס און ווארימע באציאונגען, שיין אויסגעשטעלט, ס'געט א גוטן טעם וואס מ'קען שפעטער דעוועלאפן, nothing more nothing less.

בקיצור, ס'איז guided געשמאקע פארברענג. אבער נישט קיין אייגנס בכלל, ס'איז נאר גוט אויב נאכדעם נעמט מען די breath work אין די האנט אריין, און מ'ארבייט אויף דעם אליינס, און פון דארט שטייגט מען. אז מ'ארבייט נישט אליינס, קען איך נישט זאגן אז ס'איז ארויסגעווארפן געלט, ווייל ער עפנט למעשה די אויגן, אבער כמעט גארנישט וואס ער טוט איז עפעס א חידוש, אדער איז נישט עוועילעבל ערגעץ אנדערש, וואס זאל גערעכט מאכן זיין רבי'שע פרייז.

אין מיין אפיניאן פון דארט זיין, איז ער זייער overrated און פול מיט hype. ס'איז נישט קיין specialty, ס'איז א גוטע קומזיץ, וואס איז געמארקעט זייער שיין. ס'איז א שנעלע פראדוקטיוו קאורס, וואס געט דיך גארנישט אין מציאות אזוי ווי מעדעצינישע צערעמאניעס.

Psychodelics דארף עכטע גיידענס, ס'איז א טיפע טעראפי וואס טוישט באמת, עכ"פ פאר א וויילע, ספעציעל אז מ'נוצט עס ריכטיג, די עקספיריענס שטעלט שטארק אוועק די מענטש אויף ריכטיגע פאזישאנס אין לעבן.

דאס וואס ער "פארקויפט" קענסטו נעמען א גרופע חברים, מ'זעצט זיך אין א בעקיארד, דער פיקח פון די חברה וועט רעדן. מ'וועט זיך ווארעמען מיט מוזיק, אויפשפילן עפעס גיידעד ברעטווארק, און סך הכל וועסטע אריין טשיפען א צוואנציגער פאר די קאסט פון דער פארברענג, לייג צו א האנט ביים אויף קלינען, און דערמאן דיך א יאר שפעטער אז ס'איז געווען א געשמאקע נאכט. די עיקר געלונגעקייט פון די זאך צוזאמנעמען די מענטשען, דאס זענען אונז מענטשן אליינס, מ'דארף עם נישט צאלן דערפאר.

חוץ מזה געבט ער דיך גארנישט, ווייל ס'איז אוממעגליך צו האבן א טויש ווען מ'זעהט א גוט ווארט אין א ספר אדער מ'זעהט א חיזוק קליפ, אויב מ'ארבייט נישט פעסט אליינס. ווען ער געבט דיך פרי ענטערענס צו זיין סעמינאר איין מאל א וואך אדער חודש, פארדינסטע עפעס, otherwise איז עס ווערט פונקט ווי אלע משפיעים און יו טוב inspirational ווידעאס, וואס אויב דו ניצט עס אויס כסדר און דו ארבעטס כסדר איז עס תכלית'דיג, און אויב נישט אפס.

איך זאג עס נישט אויף סתם אוועקמאכן, אסאך מאל פון א ווינט הייבט מען זיך, אבער מען טרעפט זיך נאכ'ן בארוהיגן אויסגעשפילט, בלייבט מען מיט האלבע השגות, און אפאר גוטע ליינס וואס מ'קען אזוי אויך אויף פיקען פון א צווייטענס סטעטוס. ס'איז זייער גוט, אבער די מארקעטינג דערפון וועגט איבער די ווערד פון די זאך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 21, 2022 4:28 pm
דורך הקטן
עמקות המחשבה האט געשריבן: ׳איז דא א גאר בארימטע היימישע רעדנער ר׳ יום טוב גלעזער וואס האט א קורס ״the possible you” איך בין קיינמאל נישט דארט געוועהן אבער לויט ווי איך האב געהערט פון חברים וואס זענען דארט געוועהן איז איינע פון זיינע מעטאדס אטעמען טערעפי
וואלווי זאגט ס'איז ליפט
וואס זאגן דיינע חברים אויף עם

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2022 2:43 pm
דורך שאלתיאל
א אייגנארטיגע מאכטפולע אטעמען מעטאד איז פון Wim hof המכונה Iceman וואס קומט צוזאמען מיט נאך מאטיוון ווי Cold expousure, זיין מעטאד איז היסטעריש פאפולאר די לעצטע יארן און באקומט צוביסלעך סייענטיסטישע שטיצע.

איך פראקציטיר עס שוין כאטש א האלבע יאר (צוזאמען מיט קאלטע שאוערס) עס איז היפש שווער אנהייב אבער עס ברענגט א געוואלדיגע פרישקייט און געבט א באסט פון ענערגיע און נאך כל מיני בענעפיטן. (האף טענה'ט אז דאס העלפט אים קאנטראלן זיין קערפער טעמפראמענט ווען ער גייט אן קליידער אין שניי אדער ווייקט זיך אין אייז. און נישט נאר ער נאר אויך פיהלע תלמידים וועם ער האט געלערנט, צום ביישפיל זעה דא און דא )

https://www.youtube.com/watch?v=tybOi4hjZFQ&t=7s

דאס איז פאר בעגינערס
https://www.youtube.com/watch?v=0BNejY1e9ik&t=13s

* מען דארף זיין פארזיכטיג אין אנהייב ווען מען פראקציטירט צו זיין אין א סעיף פלאץ ווארום ס'קען צוברענגען צומאל צו שווינדלערייען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 24, 2022 12:09 pm
דורך מאנטריאל
פון מיין עקספיריענס איז breathwork די שטערקסטע טעראפי וואס איך האב נאר געהאט, עס איז געווען פאר מיר אזוי ווי אפאר יאר טעראפי איז קומט ארויס עכט זאכן וואס עס באהאלטן אין די סובקאנטשעס.