בלאט 1 פון 1

קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 3:09 pm
דורך בענבען
איך האב געזעהן אזא אשכול אויף אן אנדערע סייט (ששש זאג נישט ווי) און איך האב הנאה געהאט

לאמיר דא שרייבן ווען מען ענדיגט עפעס א מסכת, א הלכתא, א סוגיא, מעביר סדרא זיין, ספר תהלים, וכו' וכו'

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 3:09 pm
דורך בענבען
ובזה החלי

איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין מס' מועד קטן בעזר הוי'

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 4:09 pm
דורך יעקב מעקסוועל
.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 4:23 pm
דורך געדאנקן
.

Re: קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 10, 2022 7:52 pm
דורך מאנטריאל
איך וועל זוכה זיין היינט ביים שיעור צו זיין א מסיים מסכת מועד קטן

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:03 am
דורך קבצו זקנים
הדרן עלך מסכת מועד קטן! ובילע המוות לנצח...

Re: קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:40 am
דורך טראכטכמוני
ס'איז אודאי צום קאמענדירן די אשכול עפענער אין די אלע וואס האבן טאקע געלערנט מועד קטן. איך וואונדער זיך נאר אינ'אמת'ן, קנאת סופרים איז דאך בפשטות געבויט אויף דעם חיצונית'דיגע קנאה ווען איינער ענדיגט עפעס אדער קען עפס וואס איך קען נישט.

אבער קוקנדין מיט א תורה'דיגע בליק איז דען תורה ושכרה געבויט אויף דעם "קענען" עפעס אדער "ענדיגן" עפעס? לכאורה איז וויכטיג נאר די עצם לערנן, שטייגען וכו'.

Re: קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 2:12 am
דורך ברוינשטיין
שכוח @בענבען פארן עפענען אזא שיינע פאסיגע אשכול!

נשלח: פרייטאג פעברואר 11, 2022 12:11 pm
דורך בענבען
ומכאן הקריאה יוצאת לכל חברי השטיבל
אינעם מסגרת פונעם דף היומי הייבט מען היינט אהן מס' חגיגה
ס'איז נישט אזא שווערע מס' נאך דערצו אז מ'נוצט ארטסקרול (ס'איז נישט דא קיין שום חסרון בכלל)

כאפטס אייך מיט כאטש פאר די מסכת און אפשר אפילו אויף ווייטער
ס'טוישט די לעבן, דאס האבן אן התחייבות צו לערנען און זיך זעהן סוף וואך מיט 7 בלאט און סוף חודש מיט 30
מ'פיהלט זיך בעסער מיט זיך

אדרבה פראבירטס

Re: קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 7:49 pm
דורך תוהו ובוהו
אקארשט זוכה געווען צו מסיים זיין שובבי''ם ת''ת מיט גרויס הצלחה, ממני ילמדו וכן יעשו.

נשלח: מוצ"ש פעברואר 12, 2022 10:59 pm
דורך ערבי נחל
איך האב מסיים געווען די פרשה חומש מיט רשי״י

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 5:07 pm
דורך קידוש
איך וועל אי"ה מאכען א סיום אויף מסכת תענית, ברוך השם דורכגעלערענט גרינטלעך

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 5:21 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו האט געשריבן:אקארשט זוכה געווען צו מסיים זיין שובבי''ם ת''ת מיט גרויס הצלחה, ממני ילמדו וכן יעשו.

תוהו ובוהו: דו האסט געטון וואס די אידן אין ביהמ"ד אור חיים/שיינער'ס האבן געטון?! זיי האבן א יעדן ליל ששי פארברענגט אין ביהמ"ד לערנענדיג א גאנצע נאכט (פון נאך חצות.). איך ווייס. ווייל ווען איך בין געקומען אום 5:30 אזייגער צו דאווענען שחרית. אין א געוויינליכן טאג איז דער פארקינג לאט געווען ליידיג. איך האב מיר געקענט אויסוועהלן וועלכע ספאט איך האב געוואלט. פרייטיג איז די פארקינג לאט (כ'רעד נישט וואו די מיוחסים (בעיניהם) האבן געפארקט). נאר אין מעין פארקינג לאט געווען פול. געפאקט...!

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 7:09 pm
דורך קלוגע יודל
berlbalaguleh האט געשריבן:

רעדענדיג פון דעם שיינערס שול, מיין איך אז די שול דארף א באזונדערן אשכול פאר זיך
וואס טוס זיך אפ אלס אין דעם שול

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 9:36 am
דורך [NAMELESS]
היינט אינדערפרי מסיים געווען מס' ביצה ב"ה

Re: קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:34 am
דורך פרנס החודש
מסיים געווען מיין ערשטע זמן אין school of social work.

Re: קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 11:51 am
דורך פרנס החודש
קלוגע יודל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:אקארשט זוכה געווען צו מסיים זיין שובבי''ם ת''ת מיט גרויס הצלחה, ממני ילמדו וכן יעשו.
תוהו ובוהו: דו האסט געטון וואס די אידן אין ביהמ"ד אור חיים/שיינער'ס האבן געטון?! זיי האבן א יעדן ליל ששי פארברענגט אין ביהמ"ד לערנענדיג א גאנצע נאכט (פון נאך חצות.). איך ווייס. ווייל ווען איך בין געקומען אום 5:30 אזייגער צו דאווענען שחרית. אין א געוויינליכן טאג איז דער פארקינג לאט געווען ליידיג. איך האב מיר געקענט אויסוועהלן וועלכע ספאט איך האב געוואלט. פרייטיג איז די פארקינג לאט (כ'רעד נישט וואו די מיוחסים (בעיניהם) האבן געפארקט). נאר אין מעין פארקינג לאט געווען פול. געפאקט...!
רעדענדיג פון דעם שיינערס שול, מיין איך אז די שול דארף א באזונדערן אשכול פאר זיך
וואס טוס זיך אפ אלס אין דעם שול
שיינער שול און אזוי אויך די וואודבאורן שול פאר מיר איז א באווייז ווי פארמאכט אונזער עולם איז, אויב שיינער׳ס שול איז ״אפען״ ווי אזוי זעען אויס די פארמאכטע.
מען קען שוין מיינען ווי אפען ער איז:
א) מען איז מכיר די חשיבות פון יעדע איד
ב) מען לאזט יעדעם איינעם געבן א שיעור אויב ער וויל
ג) מען מאכט א שיינע סליחות

אך און וויי אויב אזאלכע פונדעמענטאלע מענטשליכקייטן הייסט שוין א ״אויפטוה״

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:09 pm
דורך איך אויך
קענסט פשוט זאגן אז ביסט א אומצופרידענע יאנטשי און אלעס קומט זיך דיר. אינטרעסאנט וואס דיין school of social work האט צו זאגן דערויף.

Re: קנאת סופרים. איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 21, 2022 8:31 pm
דורך פרנס החודש
איך אויך האט געשריבן:קענסט פשוט זאגן אז ביסט א אומצופרידענע יאנטשי און אלעס קומט זיך דיר. אינטרעסאנט וואס דיין school of social work האט צו זאגן דערויף.
קומט זיך מיר שוין נישט קיין שיינע סליחות אין א שול ווי יעדע איד איז רעספעקטירט? בין איך אזוי געספוילט פארן עקספעקטן בעיסיק נארמאלקייט אין יעדע (אדער רוב) בתי מדרשים?

אין סאושעל וואורק לייגט מען א גרויסע דגוש אויף Community Activism. אנדערש ווי אנגענומען אין די חרידישע וועלט ווי עסקנות מיינט קוקן אויף די עקזיסטירנדע סיסטעם און זיך שלאגן עס אנצוהאלטן, אין די אלגעמיינע וועלט מיינט עס פרובירן טוישן זאכן צו בעסער. און יא איך בין זייער אנטוישט אז שיינער׳ס הייסט שוין א ״חידוש״.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 2:06 am
דורך בעל אחריות
פרנס החודש האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:אקארשט זוכה געווען צו מסיים זיין שובבי''ם ת''ת מיט גרויס הצלחה, ממני ילמדו וכן יעשו.
תוהו ובוהו: דו האסט געטון וואס די אידן אין ביהמ"ד אור חיים/שיינער'ס האבן געטון?! זיי האבן א יעדן ליל ששי פארברענגט אין ביהמ"ד לערנענדיג א גאנצע נאכט (פון נאך חצות.). איך ווייס. ווייל ווען איך בין געקומען אום 5:30 אזייגער צו דאווענען שחרית. אין א געוויינליכן טאג איז דער פארקינג לאט געווען ליידיג. איך האב מיר געקענט אויסוועהלן וועלכע ספאט איך האב געוואלט. פרייטיג איז די פארקינג לאט (כ'רעד נישט וואו די מיוחסים (בעיניהם) האבן געפארקט). נאר אין מעין פארקינג לאט געווען פול. געפאקט...!
רעדענדיג פון דעם שיינערס שול, מיין איך אז די שול דארף א באזונדערן אשכול פאר זיך
וואס טוס זיך אפ אלס אין דעם שול
שיינער שול און אזוי אויך די וואודבאורן שול פאר מיר איז א באווייז ווי פארמאכט אונזער עולם איז, אויב שיינער׳ס שול איז ״אפען״ ווי אזוי זעען אויס די פארמאכטע.
מען קען שוין מיינען ווי אפען ער איז:
א) מען איז מכיר די חשיבות פון יעדע איד
ב) מען לאזט יעדעם איינעם געבן א שיעור אויב ער וויל
ג) מען מאכט א שיינע סליחות

אך און וויי אויב אזאלכע פונדעמענטאלע מענטשליכקייטן הייסט שוין א ״אויפטוה״
וואס מיינסטו צו זאגן? וואס נאך וואלסו געוואלט זעהן דארט?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2022 7:37 pm

פרנס החודש: הוא מותיב לה והוא מפרק לה. דו זאגסט אליין אז די עצם זאך אז שיינער'ס אנערקענט די חשיבות פון א יעדן יחיד (איד) איז א סימן אז די איבעריגע זענען אינגאנצן פארמאכט. כל אחד לפי דרכו...! פרוביר דאווענען א שבת'דיגן שחרית אין וויזניץ מיט א סקווערער נוסח. אדער. (ח"ו. הס מלהזכיר) אין סקווירא מיט דעם סאטמאר'ן נוסח. מ'עט דיך אוועקשלעפן פון עמוד שנעלער ווי דעם בעל תפילה וואס כאפט אויס מוסף אום שמחת תורה...!