בלאט 1 פון 1
כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 9:58 am
דורך תורה ומדע
ליינט און שטוינט!
די כלים וועלכע משה און בצלאל מיטן דור יוצאי מצרים האבן זיך מוסר נפש געווען צו מאכן געפנונען זיך היינט אין רוים. אפשר וועלן מיר זוכה זיין עס צו זען בקרוב. הלוואי בבנין בית המקדש השלישי בב"א.
זעה דא
https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068
Re: כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 10:50 am
דורך מאנטריאל
תורה ומדע האט געשריבן:ליינט און שטוינט!
די כלים וועלכע משה און בצלאל מיטן דור יוצאי מצרים האבן זיך מוסר נפש געווען צו מאכן געפנונען סיך היינט אין רוים. אפשר וועלן מיר זוכה זיין עס צו זען בקרוב. הלוואי בבנין בית המקדש השלישי בב"א.
זעה דא
https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068
עס צו לאנג דורכצוליינען גיב אריבער א באריכט וואס זיי שרייבן דארטן.
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:08 am
דורך תורה ומדע
דער ציץ, מנורה, דאס פרוכת מיטן ריס וואס טיטוס האט אין דעם געשטאכן, און נאך אנדערע כלים זענען געזען געווארען דורך א אידישער סטודנט אינעם וואטיקאן בערך 50 יאר צוריק. אין 2002 ווען מהאט געפרעגט דעם סטודענט וואס ער האט געזען האט ער גענטפערט ‘everything is there’. ער האט דאס געזאגט שמעון פרס׳ן איידער ר׳איז געפארן זיך טרעפן מיטן פויפסט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:31 am
דורך שמן למאור
תורה ומדע האט געשריבן:דער ציץ, מנורה, דאס פרוכת מיטן ריס וואס טיטוס האט אין דעם געשטאכן, און נאך אנדערע כלים זענען געזען געווארען דורך א אידישער סטודנט אינעם וואטיקאן בערך 50 יאר צוריק. אין 2002 ווען מהאט געפרעגט דעם סטודענט וואס ער האט געזען האט ער גענטפערט ‘everything is there’. ער האט דאס געזאגט שמעון פרס׳ן איידער ר׳איז געפארן זיך טרעפן מיטן פויפסט.
פארוואס איז דער סטודענט יעצט אנטפלעקט געווארן? וואס איז היינט נתחדש געווארן דא?
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:57 am
דורך יאסל ראקאווער
פאסט פאר רבי מילך בידערמאן דאס נאכצוזאגען. נישט פאר ערענסטע נייעס באריכט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 12:21 pm
דורך תורה ומדע
גרוזלם פוסט איז זייער א רעספעקטירטע מידיע אאוטלעט. לויט ווי זיי גיבן איבער, קומען ווארשיינליך פאר ליגאלע פארהאנדלונגען ציווישען די מדינה און דער וואטיקאן לגבי די הייליגע אידישע ארטיפאקטן. דאס עדות ראיה פון דעם סטודענט, וועלכער לעבט היינט אין ארץ ישראל, דינט אלץ לעגאלע טעסטאמאניע אויפצוווייזן אז דער וואטיקאן איז אין פאססעיסיע פון די כלים מכלים שונים.
הערי מאסקאף, דער חוקר און שרייבער פון דעם ארטיקל, זעט אויס גאר באהאוונט אין דעם ענין.
https://harryhmoskoff.net/
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 3:59 pm
דורך רשכבהג
תורה ומדע האט געשריבן:ליינט און שטוינט!
די כלים וועלכע משה און בצלאל מיטן דור יוצאי מצרים האבן זיך מוסר נפש געווען צו מאכן געפנונען זיך היינט אין רוים. אפשר וועלן מיר זוכה זיין עס צו זען בקרוב. הלוואי בבנין בית המקדש השלישי בב"א.
זעה דא
https://www.jpost.com/jerusalem-report/article-696068
אויב עפעס רעדט מען פון כלים פון הורדוס נישט פון בצלאל און יוצאי מצרים. חוץ פון דער פאקט וואס ס׳איז שווער צו גלייבן אז ס׳איז אמת די גאנצע עדות׳שאפט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:33 pm
דורך תורה ומדע
מהכ״ת?
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 4:33 pm
דורך שמן למאור
איינער האט מיר געבעטן אין אישי דאס ארויפצושטעלן
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 5:08 pm
דורך קאך_לעפל
דער בארימטער רייזענדער בנימין פון טודעלא שרייבט אין זיין ספר מסעות בנימין ווי פאלגענד:
ושם בשלת ייאני אל תיאני הבמה שני עמודים מנחושת ממעשה שלמה המלך עליו השלום, ובכל עמוד ועמוד חקוק שלמה בן דוד, ואמרו לי היהודים אשר ברומא כי בכל שנה ושנה בימי ט' באב נמצאו זיעה עליהם ניגרת כמים. ושם מערה שגנז טיטוס בן אספסיינוס כלי בית המקדש שהביא מירושלים.
אין אידיש איבערזעצונג:
און דארט ביים ברעג פון ייאני אל תיאני, זענען פארהאן צוויי זוילן פון קופער פון די ווערק פון שלמה המלך עליו השלום, און אויף איטליכע זויל איז אריינגעקריצט שלמה בן דוד. און די אידן פון רוים האבן מיר געזאגט, אז יעדעס יאר תשעה באב שוויצן די זוילן ווי טייכן וואסער. און דארט איז אויך פארהאן א הייל וואו טיטוס דער זון פון אספסיינוס האט באהאלטן די כלים פון בית המקדש וועלכע ער האט געברענגט פון ירושלים...
און ווער עס ווייסט וואו ייאני אל תיאני געפונט זיך היינט צו טאגס, גייט אריין אין א גורל פון א געבענשטע קנאבל וואס איז נאך געבענטש געווארן דורך דער שפאלע זיידע...
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 5:14 pm
דורך היסטאריע
דאס איז א זאך וואס שטייט אין מערערע פלעצער.
עס געפינט זיך נעבן דער בנין פונ'ם איש חסיד.
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:50 pm
דורך תורה ומדע
העניך, חז״ל אין עטליכע פלעצער ברענגען אז די תנאים און אמוראים האבן געזען די כלים און בגדי כהונה אין רוים. איז פארוואזשע גיט איר אזעלכע שוואכע טשאנסען אז זיי עגזיסטירן נאך היינט דארט.
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:53 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע האט געשריבן:מהכ״ת?
תורה ומדע: דאס איז בניחותא. אדער בלשון בתמיה...?!
Re: כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 7:15 pm
דורך פאליטיקאנט
כ'זע נישט עפעס ערנסט אינעם ארטיקל, אבער די טעאריע אז די כלים געפונען זיך אינעם וואטיקאן מאכט אסאך סענס לדעתי.
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:30 pm
דורך moody
זייטן חורבן בית שני איז שוין די שטאט רוים עטליכע מאל געווארן געווארן פארברענט און חרוב פון מלחמות נישט מעגליך אז א ווערטפולע זאך זאל האבן דארט געבליבען.
אויסgר דעם, האב איך אמאל געליינט, דענק איך נישט ווי אויף די מנוט, אז די גאנצע מעשה פון די וואטיקאן קעלערן איז פיקציע ווייל די געביידעס אין יענע געגנט האבען ארגינעל נישט פארמאגט קיין קעלערן
Re: כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 11:53 pm
דורך מאנטריאל
moody האט געשריבן:זייטן חורבן בית שני איז שוין די שטאט רוים עטליכע מאל געווארן געווארן פארברענט און חרוב פון מלחמות נישט מעגליך אז א ווערטפולע זאך זאל האבן דארט געבליבען.
אויסgר דעם, האב איך אמאל געליינט, דענק איך נישט ווי אויף די מנוט, אז די גאנצע מעשה פון די וואטיקאן קעלערן איז פיקציע ווייל די געביידעס אין יענע געגנט האבען ארגינעל נישט פארמאגט קיין קעלערן
עס איז געווען איך מיין אין די מאמענט אויכעט אין קול מבשר איינער א רב וואס האט זיך אריינגעלייגט דערין איך געדענק נישט פונקט ער האט אסאך פראטעקציע דארטן האט ער געזאגט אז ער איז געווען אין די קעלערן .
נאר מען האט אים נישט געלאזט זעהן נאר א קליינעם חלק. צו זאגט אז עס איז נישט דא זיין א גאנצע כופר איז שווער לאמיר גיין קוקן עס איז אן אפענע וועלט.
מיין קאנספיראציע איז אייביג אז זיי וועלן מען זאל מיינען אז זיי האבן ווער ווייסט וואס וועגן דעם לאזן זיי נישט אריינגיין.
גראדע לייקענען זיי אז זיי האבן עס אבער פארוואס לאזטו זיי קומען נישט צו אפילו מיט די גרעסטע סעקיוריטי זיי ווילן נישט מען זאל זעהן אז זיי האבן גארנישט.
Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 12:25 am
דורך יאסל ראקאווער
עפעס א רב, אפשר רב ששון האט עס געזען צוזאמען מיט די קאוק סיין.
עפעס א איד האט עס געזען אויך, צוזאמען מיט רבי יעקעלע'ס זמירות און די גרעניץ סטעמפ.
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 12:51 am
דורך היסטאריע
איך האב געהערט אז זיי האבן עס, אבער כדי צו זעהן מוז מען אדורך גיין א טיר וואס איז גאר נידעריג, און העכער דער טיר איז דא א שתי וערב, און ממילא קען א איד עס נישט זעהן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 1:41 am
דורך פערינא
היסטאריע האט געשריבן:איך האב געהערט אז זיי האבן עס, אבער כדי צו זעהן מוז מען אדורך גיין א טיר וואס איז גאר נידעריג, און העכער דער טיר איז דא א שתי וערב, און ממילא קען א איד עס נישט זעהן.
איך בין גרייט צו וואלענטורן
Re: כלים פון בית המקדש וועלעכע געפינען זיך אין וואטיקאן
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:18 am
דורך פאליטיקאנט
היסטאריע האט געשריבן:איך האב געהערט אז זיי האבן עס, אבער כדי צו זעהן מוז מען אדורך גיין א טיר וואס איז גאר נידעריג, און העכער דער טיר איז דא א שתי וערב, און ממילא קען א איד עס נישט זעהן.
כ'האב א שכן א קארליק (dwarf), אפשר קען ער גיין.....
נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:19 am
דורך תורה ומדע
אפשר קען מען אינטערוויוען מר. הערי מאסקאףף אין "דער וועקער"