בלאט 1 פון 1

הג"ר ישראל דוד שלעזינגער אטאקירט "אמעריקען דרים" מאָלל

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:28 pm
דורך [NAMELESS]
הגאון ר' ישראל דוד שלעזינגער וואס איז באקאנט שוין אסאך יאהרן מיט זיינע רייכע שיעורים אויף תפילה און אנדערע ענינים איז ארויסגעקומען מיט א שארפע אטאקע קעגן די אמעריקען דרים מאָלל וואס איז "ערגער פון די ערגסטע פלעצער אין די וועלט".

אינטערסאנט אין זיין דרשה זאגט ער אז די יונגע וואס זאגן אז די עלטערע דור פארשטייט נישט, ברענגען כפירה און מינות, ווייל אויב די טאטע פארשטייט נישט אז מ'מעג עכט יא גיין צו אמעריקען דרים איז די גאנצע אמונה איינגעשטעלט.

"וואס פארשטייט מיין טאטע, ער איז פון די אלטע דור"

"נו, אז ער פארשטייט נישט דאס, ווער ווייסט צי ער פארשטייט צו יציאת מצרים, איז דאך איינגעשטעלט כל כולו."

אזוי זאגט ר' ישראל דוד.

איך ווינדער מיך אויב ער האלט אויך אז ווען די שומרים ארגאניזעישאן וואס פארשטפרייט פאר קינדער אנטיסעמיטישע קארטלעך קעגן זייערע אייגענע טאטע'ס, און די אלע אסיפות ווי מ'העצט קעגן זייערע טאטע'ס, וויינט ער אויך אז ס'איז "דאך איינגעשטעלט כל כולו"

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:30 pm
דורך וואלווי
ער איז אן אלטער שונא ישראל

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:41 pm
דורך קלוגע יודל
מיט וואס איז דאס ערגער ווי א צוויטע מאלל?

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:43 pm
דורך קהל'ס נער
קלוגע יודל האט געשריבן:מיט ווא סאיז דאס ערגער ווי א צוויטע מאלל?


אז ער קען בעיטן לא יחרץ געלט......

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:43 pm
דורך יין שרף
ער איז אויך געווען די ערשטע צו האקן אקעגן שאפערס העווען אין מאנסי.
און צו די פותח האשכול, כפי וואס איך קען אים (איך האב אים אמאל באשריבן אין איינע פון די קאווע שטיבל אויסגאבעס, גיי געדענק..) וואלט ער קיינמאל מסכים צו די געדאנק פון השומרים קארטלעך, נישט אז איך ווייס, אבער איך שטעל מיר פאר.

Re: הג"ר ישראל דוד שלעזינגער אטאקירט "אמעריקען דרים" מאָלל

נשלח: מאנטאג פעברואר 14, 2022 6:44 pm
דורך תוהו ובוהו
פאלט אים נישט ביי אז די עלטערן וואס זאגן אז מ'טאר נישט גיין צו אמעריקען-דרים 'זיי' שטעלן איין די גאנצע אמונה, ווייל אויב קען מיין פאטער רעדן אזאנע שטותים אפשר איז יציאת מצרים אויך שטותים.

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 5:36 am
דורך [NAMELESS]
ווער געדענקט נאך ווען ער האט געבונטעוועט אז מען טאר נישט נעמען פי-פי-פי און אנעמפלוימענט ווייל עס איז געלט פון די סטרא אחרא. א פאלנער אומפארגינערישע שיפע (גראדע נישט) טאשן איד מיט א קראך הוט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:04 am
דורך מונטסורי
איך קען פארשטיין דאס מעורר זיין קעגן גיין צו אזוינע פלעצער, עכ״פ פון זיין קוק ווינקעל, ראיות אסורות, ליגן אין גשם, פרעס, וכו׳ וכו׳. ס׳וואונדערט מיר נאר אויב וואלט איינער פון געשעפט אייגענטומער געווען מבאי בית מדרשו צו ער וואלט אויך געשריגען מיט אזא וודאות ״זיי זענען עתידים ליתן את הדין״ אדער וואלט ער אין אזא פאל געטראפען עפעס ווייכערע לשונות און אפשר גאר עפעס א לימוד זכות. אזוי צו אזוי האט ער זיך איצט געהערט ווי דער אנטי-ר׳-לוי-יצחק. כ׳האב געשריבען א האלבע רמז דערוועגען אויף אייוועלט האט מען געמעקט תוך כדי דיבור כנהוג שם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:18 am
דורך היסטאריע
יין שרף האט געשריבן:ער איז אויך געווען די ערשטע צו האקן אקעגן שאפערס העווען אין מאנסי.
און צו די פותח האשכול, כפי וואס איך קען אים (איך האב אים אמאל באשריבן אין איינע פון די קאווע שטיבל אויסגאבעס, גיי געדענק..) וואלט ער קיינמאל מסכים צו די געדאנק פון השומרים קארטלעך, נישט אז איך ווייס, אבער איך שטעל מיר פאר.


וואס איז שייך "וואלט", האט ער מוחה געוועהן קעגן דעם אדער נישט?

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:24 am
דורך יאסל ראקאווער
ס'איז דא פראבלעמען וואס יעדע שתו"מ אין כלל ישראל (אפילו אן א מוח בקדקו) מיט צוויי פאר אויגן ווייסט אז ס'איז ביטער ווי א גאל און ס'איז נישט דא קיין שום תירוץ דערויף. אבער די פראפעשנעל בעל מוחות פון מאנסי וואגען זיך נישט צו רעדן דערפון. נעם למשל די וויזניצע עבודה זרה צו די גערער טעראר. אדער השומרים קארדס וואס ווערט דערמאנט דא.

ווען די הרב שלעזינגר'ס פון די וועלט קענען זיך נישט באלאנסירן און אויך האבן די חוצפה דקדישה צו רעדן דערפון. אנשטאט דרשנט ער אויף מאללס וואס באמת קען מען הערן איינער זאל זאל זאגן ס'איז נישט א פלאץ פאר איינער וואס איז כל כולו שמירת עניים וכדומה. מן הסתם ווייזט מען אים בילדער פון די עדס און פון די פארק ווען ס'איז געמישט וכו' און מרייצט אים אן. אבער אז מ'הערט נישט קיין פיפס קעגן די עבודה זרה מהפיכה משום איזה סיבה שתהייה פארלירט ער ממש די קרעדיביליטי צו רעדן צו קאווע שטיבל אידן וואס ליגן נישט פונקט ווי אים ראשו ורובו און די איסור פון שמירת עניים. ס'טייטש א גרויסע רב און מאנסי זאגט ס'איז די ארגסטע ממש אויף דעם איז ער פשוט נישט נאמן. איי ס'איז דא שאלות אין שמירת עניים, אמת, אבער אונז האב מיר אנדערע שטאטוטען - די ערגסטע איז עס זיכער נישט!

פונקט ווי למשל ער הערט נישט @העניך שאגת אריה אויף ענייני דיומו, הערט מיר אונז נישט אים. ווער ס'קען אונזערע לייבן דא ווייסען אז זיי פארמעסטען זיך און שלימות מיט די הרב שלעזינגר'ס פון די וועלט. הא לן והא להוא.

נישט מיין עבירה נישט מיין מורה דרך. עפעס א @ליטוואק פון בודאפעסט. ס'טייטש א שטארקע תלמיד חכם און א גוטע זאגער. אבער ער איז נישט מחייב קיינעם. פארוואס? ווייל ער איז זיך למעשה זיך אליין נישט מחייב צו רעדן פון אלעס נאר וואס ס'איז וויכטיג פאר אים.

לאמיר נישט פארגעסן אז ווען מ'גייט צו די מאלל שטיצט מען די גארמעיזען פאמיליע וואס זיי זענען ריזיגע אידישע פילאנטראפען וואס שטיצען תורה ומדע ארום די וועלט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:29 am
דורך היסטאריע
העניך איז דיין שאגת אריה. ס'מיר גוט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 9:48 pm
דורך קאצקע ציקער
וועלכע עקצענט האט ער איינער ווייסט? עפעס א עקצענט שלא מעלמא הדין

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 10:09 pm
דורך קהל'ס נער
כ'זעי נאכנישט פארוואס מען ווערט אזוי איבערגענימען פון ר' שלעיזינגער, סה"כ א מגיד, אזוי ווי אברהם מרדכי מלאך נאר אן די אינטערסאנטקייט, שטעלט דיך פאר אברהם מרדכי מלאך קימט ארויס ארויס מיט א גזירה אויפן ציבור אז יעדן טאג מיז מען אריינריקען 3 ראולס סושי טעמפארע, מיט א סלורפי פון 7/11, בערך אזוי קיק איך אן ר' שלעיזינגער ווען ער צי לאזט זיך אויף אמעריקען דרים.

נשלח: דינסטאג פעברואר 15, 2022 10:16 pm
דורך לך לך
קאצקע ציקער האט געשריבן:וועלכע עקצענט האט ער איינער ווייסט? עפעס א עקצענט שלא מעלמא הדין

זיין טאטע איז פון ציריך גענף גלילות
ערגעץ דארט

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 2:02 am
דורך יין שרף
לך לך האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:וועלכע עקצענט האט ער איינער ווייסט? עפעס א עקצענט שלא מעלמא הדין

זיין טאטע איז פון ציריך גענף גלילות
ערגעץ דארט

דאס איז זיין פעטער. זיין טאטע איז רב אין שטראסבורג.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 8:36 am
דורך היסטאריע
איך מיין אז ער און אייזענבערגער האבן דער סילבר אקצענט, עס קומט פין דער ישיבה פון ר' קאפלמאן.

נשלח: מאנטאג מערץ 07, 2022 7:47 pm
דורך קא משמע לן
קאצקע ציקער האט געשריבן:וועלכע עקצענט האט ער איינער ווייסט? עפעס א עקצענט שלא מעלמא הדין


עס איז א פראנצויזישע אקצענט. זיין טאטע איז א רב אין פראנקרייך און איז כמדומה דארטן אויף געוואקסן.