ארטיקל אין די מאמענט פון ר' גדליה מילער לגבי קינדער

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
מיינונגזאגער

ארטיקל אין די מאמענט פון ר' גדליה מילער לגבי קינדער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

אן הקדמה און הצנצלות. איך האף אז עפענען די נייער אשכול איז אין די ריכטיג פארמאט, און אויך אין די ריכטיגע פלאץ ווי דאס דארף געשטעלט ווערן. טאמער ח''ו נישט, זייט מיר מעורר דערוועגן, און די מנהלים זאלן טוהן וואס מען דארף אז די אשכול זאל באקומען די ריכטיגע חלקה במקומו הראוי פאר אזאנע אשכול.

שלום עליכם מיינע טייערע קאווע שטיבל פריינט.
איך קען דא קיינעם נישט פערזענליך, אבער פארט איז דא א געפיל פון היימישע ברידערליכע ליבשאפט ציווישען די חברים דא אין שטיבל.
ממש א יעדער איינער אן קיין אויסנאם איז גרייט צו ספענדען דא שעות צו ארויס העלפן, לינדערן שמערצן פון א שטיבל חבר, מיט אים אויס הערן און אפי' ענטפערן, און רעדען פון אייגענע ערפארונג וואס קען אסאך מאל זיין גאר א שטארקע הילף פאר די וואס סטראגלען, און הערן א מהלך א געדאנק פון די וואס זענען אדורך די זעלביגע אדער ענליכס. עס ווארפט אריין א ליכט אין די טינקעלקייט פון דעם בעל נסיון וואס מיטשעט זיך איצטערט, מיט צוויי וועגן. איינס ער הערט א מהלך און געדאנק וואס קען עים אפשר אויך העלפן וואס ער האט נאך נישט געהערט אדער געטוהן ביז איצטערט, און ווי אויך עס ווערט א צרות רבים וואס איז טעקניקלי א חצי נחמה. די דאגה בלב ישיחנה לאחרים איז אויך א האלבער ישועה. נישט אוועק צומאכען. דער חכם מכל האדם זאגט אזוי ליגט דערין א ווירקליכקייט וואס עס איז ווערט צו באטאנען עֶז עֶי היֳודזש העֶלפ.

והנה. איך האב נאך די לעצטער ארטיקל פון ר' גדליה מילער הי''ו נאך נישט געליינט. אבער איך האב שוין אסאך אינטערוויוס געהערט און אנדערע ארטיקלען פון עים געליינט, איך גלייב אז נאך אן ארטיקעל פון עים איצטערט וועט מיר גארנישט מחדש זיין, עס וועט זיין כאילו איך ליין זיינע מאמרים נאכאמאל. בדרך אגב איך בין נישט קיין מתנגד פון חזרה אויף אזא וויכטיגע האקעלע נושא. איך האף בעזר השם צו מאכען צייט און זעהן וואס איך קען מיך איין חזר'ן פון זיינע רעיונות און עס ניצען אויב און ווען מען וועט עס דארפן.

אבוויעסלי, די ליינער וואס האבן געליינט די אשכול ביז אהער, זעהן אז די נושא איז קרוב ללבי וועל איך אביסעל די נושא פארברייטערן און מסביר זיין אן אינסייד פערספעקטיוו פון די אישו. און אדרבה ירא הקהל וישפוט.

האבן א זוהן, אדער טאכטער, וואס איז נישט אין צוזאמען קלאנג פון דיינע שטוב סטענדערדס איז א גאר שווערע פיל צו אראפ שלינגען. פארשטייט זיך ווי ווייטער דאס קינדס סטענדערטס זענען פארווייטערט, אלץ מער די ווייטאג, און צער.

קינדער וואס דראַפן אוט ַאון הייבן אן א הפקיריתדיגער התנהגת איז לאו דוקא צריך בדיקה אחר הילד/ה נאר די עלטערען דארפן קודם אין זיך אריין קוקען און זיך אליינס פרעגען די שאלה על מה חרי האף הזה. זייט וויסען, קינדער ביי זייער אינסטינקט נעיטשאר ווילן מהנה זיין און צו שטעלן נחת פאר זייערע עלטערן פאר כמה סיבות.
דאס לעבען איז זיי גרינגער, באקוועמער און געשמאקער ווען זייערע עלטערן זענען צופרידען מיט זיי . און לאמיר אייך דא זאגן א סוד גדול זיי זענען גרייט מוותר צו זיין אויף יותר מחצי תאוותם אבי נישט צו געבען געבען קיין האַרד טיים פאר זייערע עלטערן און די עלטערן זאלן זיין צופרידען פון זיי.

נאר וואסדזשע דען?
ווען א קינד טרעפט זיך מיט א חולשה וואס אפעקטירט זיין/איר פערפארמענס אין חדר/סקול איז דאס זייער שווער פאר זיי דאס צו פארדייען. א יעדען טאג וואס דאס קינד דארף גיין אין חדר/סקול מיט די חלשה וואס לייגט עים/איר אונטערשטעליג אין זייער סביבה איז פאר זיי א טאָרטשער שאין כדגמתו. ווען זיי קומען אהיים פון חדר/סקול, זענען זיי פראָסטערעטעד, און פארביטערט ביז גאר. זייער מאָד איז דאון דערשלאגען און צוקלאפט.

די עלטערען: האבן אויך נישט קיין גרינגע טעג אין זייער געווענליכער סדר היום. עס קען זיך מאכן אז מען קומט אהיים פון דער ארבעט צוקלאפט און צובאלט פיזיש און גייסטיש אז מען האט שוין נישט קיין כח/געדולד צו זיין א טאטע און מאן, מען וויל זיך זעהן נעמען א ברעיק אויף די קאוטש צו מיט די פאון, אדער מיט א געשמאקער ליין מאטריאל צו אוועק נעמען די מוחין פון די טאג וואס איז פארביי געגאנגען היינט.
די מאמע זאל זיין געזונט, ווען זי האט נאך א פיצילס אינדערהיים וואס ציינדעלד אדער אן אויער אינפעקשאן וואס דער עקרת הבית זז''ג האט נאך נישט געכאפט פארוואס דאס פיצילס גיט איר א חיים טובים דורך אויס דעם טאג, ווארט שוין אויך קוים אויף די רגע אז די ווירטשאפט זאל שוין פארשלאפען ווערן אין טיפע חלומות, זיך צו קענען רידזשובינעטן פון די שווערע טאג וואס איז היינט פארבייגעלאפן מיטן קליינעם. וכ''ו וכ''ו פארשטייט זיך די אויבן דערמאנטע עפיזאד מיט ציינדלען און די שווערע טאג איז נאר א משל לסבר את האוזן.וואס נעמט אוועק די סעניטי אסאך מאל. אבער כולם אהוביםַ פארשטייען די געדאנק און א יעדער מיט זיינע שווערקייטן.

וואס געשעהט מיט די צאן קדשים, די קינדערלעך ווען זיי זעהן ווי טאטע און מאמע זענען אזוי ווייט נישט דא מיט אימוישענעל סאפארט און אן אוזן קשבת צו ארויס רעדן די קינדערס ווייטאג וואס זיי זענען היינט אדורך אין חדר/סקול. זיי באגראבען עס זייער טיף אין זייער הרגשים קעלערן, און דערשטיקן די הרגשים אדער מיט טרערן באהאלטענערהייט, אדער מיט אנדערע מהלכים.
דערשטיקונג פון הרגשים ספעציעל וואס דארף אטענטשען ברענגט א קינד צו עקטן אפ און באקומען זייער אטענטשען אויף א נעגעטיווער אויפן וואס ברענגט די שטוב אפסייד דאון. קלענערע קינדער וועלן עס טוהן אויף קלענערע השגות ווי זיך שלאגן מיט די געשוויסטער אדער נישט זיין פאלגזאם סתם אזוי, און גרעסער קינדער וועלן דרעפטן אטענטשען צו זיך אויף מער א כיטרע וועג ווי למשל רעדן ווילד, ניצען שפראך וואס אין רוח חכמים נוחה הימנה.
ווי אזוי ריספאנדען די אזוי אויסגעמוטשעטע עלטערן, אדער א פראסק כמו שכתוב אז די וואנט גיט די צווייטע, אדער אויף א גוטער אויפן אן הילכיגער פסק וואס דינערט און דערנידערט און פארנט פון די איבעריגע שטוב מיטגלידער בריש גלי' אן אריין טראכטן אפי' איין רגע וואס די ווייטאג און דעמעדזש דאס קינד גייט איצטערט אדורך מיט די פסק אדער פראסק. (מומחים באטאנען, א פסק קען געווענליך זיין אסאך א שטערקערע דערנידערונג ווי א פראסק. פארשטייט זיך דעם אויפן, מקום און ווערטער/טאן) אבער עכ''פ ביידע זענען נישט געטוהן געווארן במתינות עס איז געווען א קאמפאלסיווע רעאקציע פון דאס קינד'ס התנהגות, וואס האט בעצם נאר געדארפט זיין א מעסעדזש פונעם קינד צו די עלטערן, "העלא איך בין צופראסקעט איך דערהייבט שוין נישט די אביוז אין חדר איך וויל עס דיסקאסען מיט ענק און וויינען אויף ענקערע אקסלען און אפשר אויך ניצען אייער הילף".

אבער דאס קינד באקומט נישט די ענטפער וואס זיין נשמה דארף, ער באקומט א חצוניותדיגער ריספאנס פון די טאטע אדער די מאמעס טאג וואס זיי רילעיטן בכלל נישט צו, און פארשטייען בכלל נישט פארוואס די רעאקציע איז בכלל נישט צו מיין מעסעדזש נאר צו מיין אויסערליכע התנהגות. (די קינדער קענען נישט ארטיקילעטן זייער מעסעדזש אין ווערטער, ווייל ווען יא וואלט ער/זי דאך זיך עקספרעסט און געזאגט די אמת'דיגע דריקענישן. דאס זעלביגע שפילט זיך אפ אין זיין מח אויף די ריספאנס וואס ער באקומט, אן א ווערטער אדער ארטיקילעשאן און זיין מח אדער הערצעל. אבער ער שפירט "אז דיס איז סאו ראנג") מיינע הרגשים און סימנים ווערן בכלל נישט אדרעסירט זיי כאפן אפי' נישט וואס איך מאך מיט אין חדר/סקול. ווי מער דאס פאסירט אלץ ווילדער און ערגער ווערט זייער אויפפירונג און ווי עלטער זיי וואקסן, וואקסט זייער השגה צו באקומען די אטענטשען וואס זיי דארפן נעבעך אזוי שטארק פון די נאנסטע וואס זיי האבן דאס נישט אויפגעכאפט.) עס איז געווארן אזא מין הרגל נעשה טבע. אדער האבן זיין באקומען א געפיהל פון אן אימבאליבטע/ פארגעסענע/דורך געפאלענער קינד. אויב אזוי פארוואס און פארוועם זיך מיטשען.
זייער לעבן הייסט אן גיין אויף א רעקלעס אויפן פון געוואוינהייט און אביסעל דוקא'קייט. מיין טאטע מאמע האבן מיך פיינט עס איז מיר גרינגער צו טוהן וואס איך וויל, וויי זיי געפעל איך עניוועי נישט.

דא קומען שוין אריין הילף פון עלטערע צובראכענע נשמות וואס טרעפן א פלאץ ווי זיי קענען משפיע זיין א קליין בחור'ל אדער מיידל וואס דארף מיין הילף (א יעדער האט ליב צו העלפן איינער וואס איז פארלוירען, צו מיט אן אדזשענדע צו אן.) פון דארט און ווייטער האסטו מער ווייניגער פארלוירן דאס קינד פאר א וויילע ביז ער וועט זיך כאפן וואס איז געשעהן און די וועגען וואס ער גייט זענען פוהל מיט דערנער און שטיינער, אויב ער וועט בכלל יא כאפן.

און דא הייבט זיך אן די דיסקאשען, מען טרעפט זיך מיט א קינד אין שטוב וואס איז שוין מחלל שבת אדער, צו ווייטער באקומען אטענטשען פון די עלטערן אדער יעצט באצאלט ער שוין זיין חוב פאר די עלטערן פארן זיך נישט קימערן מיט זיינע צובראכענקייטן ווען ער האט זיי געדארפט. פארגעס נישט איצטערט מיינט ער אז ער דארף שוין נישט קיין עלטערנס אהבה גיידענס און געלט. ער שלעפט שוין מיוזיק ספיקערס 4:00 אזייגער פארטאגס פאר א שפילער (וואס ווער ווייסט וואס זייער רילעשאנשיפ איז) טאשען געלט איז שוין נישט קיין נושא.
ישיבה שוין פארווארפן פון ביידע וועלטן. אמאל בידיעה פון די עלטערן און אמאל מאכט זיך אויך אז די עלטערן ווייסען דאס אויך נישט און די בחור פאקט באקסעס א גאנצען טאג אין א ווערהויז. בקיצור געלט איז שוין נישט קיין אישו, עלטערע חבירים מיט קאר'ס זענען שוין אויך דא ב''ה דא. חילול שבת טריפה הייט זיך אן זייער צוביסלאך. (ווענט זיך ווי איגרעינד און עמפפינדליך ער איז צו אידישקייט) פון דא און ווייטער איז היסטאריע.
די עלטערן הייבן אן זעהן א חורבן בנים/ות גדלתי ורוממתי והם פושעים בי. ער וועט בשו''א נעמען אחריות, א יעדער וועט זיין שולדיג אויסער טאטע מאמע. ווייל וועלעכער טאטע מאמע וועלן צוהעלפן קינדער ווערן אפגעפארן?
אבער די קינדער ווערן צו זיי אן אפשיי אן עקל און צוביסלאך פארווארפן זיי עים פון ביידע וועלטן.

די נושא ווי אזוי צו האנדלען ווען מען האלט שוין דא איז פאר אן עקסטערע תגובה איך שרייב שוין דא צו לאנג.

בדרך אגב, מיינט נישט אז איך מיין אז עס איז נישטא קיין דורכפעלער ביי קינדער פון מאלעסטעשאן און סעקסשועל עביוז. עס איז יא דא. אבער ווען די עלטערן זענען אויף די וואך ווען די קינדער זענען אינגער קענען זיי עס דיטעקטן און דיסקאסען בעוד מועד. אויך אן עקסטערע תגובה.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר