בלאט 1 פון 1

הגאון רבי שאול אלתר: מיר הייסן נישט גער!

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:36 pm
דורך [NAMELESS]
א דראמאטישע דרשה האט הגאון רבי שאול אלתר היינט געהאלטען לכבוד די יאהרצייט פון פני מנחם אז ער איז נישט דא זיך צו שלאגן ח"ו מיט גער און מ'זאל אים אויך נישט רופן "גערע ראש ישיבה". ער איז נאר דא פאר תורה יר"ש און מידות טובות, נישט צו הייסן א רבי וכו'. ער האט געבעטן מ'זאל אים נאר רופן "ראש ישיבה פני מנחם" און אויב דאס שטערט איינעם וועט מען אפילו דאס אויך טוישען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 5:44 pm
דורך קהל'ס נער
ששון ושמחה האט געשריבן:א דראמאטישע דרשה האט הגאון רבי שאול אלתר היינט געהאלטען לכבוד די יאהרצייט פון פני מנחם אז ער איז נישט דא זיך צו שלאגן ח"ו מיט גער און מ'זאל אים אויך נישט רופן "גערע ראש ישיבה". ער איז נאר דא פאר תורה יר"ש און מידות טובות, נישט צו הייסן א רבי וכו'. ער האט געבעטן מ'זאל אים נאר רופן "ראש ישיבה פני מנחם" און אויב דאס שטערט איינעם וועט מען אפילו דאס אויך טוישען.


אלל רספעקט פאר ר' שאול, ער מאכט זיך נישט ציטין פון קיין נאמען.

נישט די נאמען מאכט די מענטש, די מענטש מאכט די נאמען.
(משלי קהל'ס)

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 6:00 pm
דורך שמן למאור
דאס אז ער פירט זיך אויף ווי א נארמאלע מענטש, איז די בעסטע וועג וויאזוי ער האלט מלחמה מיט גור,

בשעת גור איז עוסק און טעראר און רשעות, פירט זיך ר' שאול מיט מידות טובות און נעימות וישרות, וואס דאס ברענגט אים רעספעקט ביי יעדן נארמאלן מענטש וואס יש לו מח בקדקדו, און ברענגט מער און מער ארויס דעם 'ראי מה בין בני לבן חמי'...

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:10 am
דורך בת קול
Kill 'em with kindness

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:14 am
דורך שמעון וואלף
ששון ושמחה האט געשריבן:א דראמאטישע דרשה האט הגאון רבי שאול אלתר היינט געהאלטען לכבוד די יאהרצייט פון פני מנחם אז ער איז נישט דא זיך צו שלאגן ח"ו מיט גער און מ'זאל אים אויך נישט רופן "גערע ראש ישיבה". ער איז נאר דא פאר תורה יר"ש און מידות טובות, נישט צו הייסן א רבי וכו'. ער האט געבעטן מ'זאל אים נאר רופן "ראש ישיבה פני מנחם" און אויב דאס שטערט איינעם וועט מען אפילו דאס אויך טוישען.

איז נישט זיין ברידער ר' דניא ראש ישיבה פון פני מנחם?

נשלח: מאנטאג אפריל 18, 2022 10:40 pm
דורך בורו פארק
שמעון וואלף האט געשריבן:
ששון ושמחה האט געשריבן:א דראמאטישע דרשה האט הגאון רבי שאול אלתר היינט געהאלטען לכבוד די יאהרצייט פון פני מנחם אז ער איז נישט דא זיך צו שלאגן ח"ו מיט גער און מ'זאל אים אויך נישט רופן "גערע ראש ישיבה". ער איז נאר דא פאר תורה יר"ש און מידות טובות, נישט צו הייסן א רבי וכו'. ער האט געבעטן מ'זאל אים נאר רופן "ראש ישיבה פני מנחם" און אויב דאס שטערט איינעם וועט מען אפילו דאס אויך טוישען.

איז נישט זיין ברידער ר' דניא ראש ישיבה פון פני מנחם?

למעשה גערעדט איז עס נאר געווען אן הצעה, מ'שרייבט נישט אויף עהם קיין ערעגעץ ראש ישיבת פני מנחם, אויף זיירע אפעציעלע בלאנק שטייט נאר "ראש הישיבה" און ר' דניאל ראש ישיבת פני מנחם.
גראדע דער יידישע און ענגלישע וועכענטליכע גליונות שטייט נאך אלס ראש ישיבת גור. אזוי אויך געוויסע מודעות פון דרשות אין אנדערע קהילות שטייט אויך ראש ישיבת גור.
(הגם "א בליק" שרייבט אויף עהם ראש ישיבת פני מנחם).