בלאט 1 פון 1

איך בין נישט א רבי!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 16, 2022 10:57 pm
דורך היסטאריע
הערטס מיר צו טייערע אידן.

הגיע עת דודים, איך מוז מיר מגלה זיין פאר ענק, איך בין דא מצהיר ומודיע פאר יעדען איינעם, איך בין נישט א רבי, הערטס אויף מיט ענקערע שגיונות פין מיר רופען רבי, מי אני ומה אני, א שטיק עפר ואפר, איך קען נישט און וויל נישט און וועל נישט זיין א רבי.

פאר די אלע וואס ווילען שלום מאכען צווישען מיר און מיין עלטערע ברודער, און זענען מציע איך זאל מיר רופען מיט א אנדערע נאמען, איך האב נייעס פאר ענק, איך האב קיין שום נאמען נישט, איך בין גארנישט!!! פארוואס זאל מיין ברודער דוקא וועלען איך זאל מיר רופען מיט א נאמען בכלל? איז נישט קיין שום נאמען בעסער ווי א אנדערע נאמען? עס איז דאך א קל וחומר מדאורייתא!! (דער מלאך האט דאס מרמז געוועהן פאר יעקב, פרעג נישט מיין נאמען, איך האב נישט קיין נאמען, אזוי האב איך נישט קיין קונקערענטען, ווייל זיי האבען יא נעמען).

וואס יא? דער ראש ישיבה פין ק"ש קען איך ביישטיין צו זיין, ווייל דאס קען איך, אזוי ווי עטס הערטס, דאך ליידער קען איך, ווען איך קען זיין א שוסטער אדער א שניידער וואלט איך ליבערשט דאס געוועהן, אבער וואס זאל איך טוהן, איך קען נישט דער פאך. דער פאך פין ראש ישיבה קען איך יא בעזה"י ממילא דאס טוה איך פאר דער איינע סיבה ווייל איך קען. אבער נישט ווייל דאס איז מיין טיטעל, ח"ו, דאס איז פשוט וואס איך טוה.

https://twitter.com/Hasidic_3/status/14 ... ZW_gw&s=08